ניגוני דזשיקוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד

עס זענען שוין דא עטליכע אשכולות איבער ניגוני חצרות בית ראפשיץ אבער קיין אשכול מיוחד פאר ניגוני דזשיקוב איז נאך נישטא. עס וואלט טאקע געווען א געראטענע זאך יא צו האבן, ווארום ניגונים מבית דזשיקוב בפרט מזמן הרה"ק בעל אמרי נועם זי"ע ובנו הרה"ק העטרת ישועה זי"ע און שפעטער זענען מיוחד במינם און זענען אנדערש פון די אלגעמיינע ראפשיצע ניגונים.

אווי רוב רובן פון די ראפשיצער אייניקלעך זענען די דזשיקובע רביים אויכט געווען געבענטשטע בעלי תפלה און בעלי מנגנים, דער הייליגער עטרת ישועה בנוסף צו זיין שטארקע כח התפלה האט ער אויכט מחבר געווען עטליכע ניגונים וואס פון זיי איז געבליבן באקאנט היינט ארום 5.

אין די שפעטערע יארן פונעם אמרי נועם און אזוי אויכט איבער די גאנצע תקופה פון די עטרת ישועה'ס הנהגה, איז געווען דער אויסגערופענער חסיד דער בעל מנגן נפלא ר' שמחה טוביה עדער ע"ה וואס האט פארפאסט פולע ניגונים פאר די דזשיקובער הויף. ר' שמחה טוביה איז מעגליך דער מחבר פונעם וועלטס בארימטן דזשיקובער לכה דודי.

ר' שמחה טוביה האט געהאט 5 קינדער וואס זענען אלע געווען בעלי מנגנים און זיי האבן אנגעפירט די ניגונים און געשטאנען בראש פונעם וועלטס בארימטן כאאר בבית מדרשו של העטרת ישועה, דער כאאר איז באשטאנען געווענליך פון 16 משוררים, און עס זענען דא וואס זאגן אז אין ספעציעלע מאורעות האט דער כאאר געקענט גרייכן צענדליגער צענדליגער בעלי מנגנים.

הרה"ק ר' אשר ישעיה מרימנוב זצ"ל דער יונגסטער זוהן פונעם אמרי נועם, אויף וועם מיר האבן אן אשכול מיוחד איבער זיינע ניגונים , איז געווען א וועלטס פארפאסער ווי באקאנט, בנוסף צו זיינע אויסגערופענע וועלטס ניגונים האט ער אויכט פארפאסט פולע ניגונים אויפן דזשיקובער שניט וואס מען האט געזינגען בבית מדרשו של אחיו העטרת ישועה, ביניהם א לכה דודי (געברענגט אינעם קומענדיגן תגובה)

דער גרויסער וויזשניצער חסיד דער בארימטער מלחין ר' ניסן יוסט הי"ד איז ווי באקאנט אריגינעל געווען א דזשיקובער חסיד און איז אריבערגעגאנגען קיין וויזשניץ נאך די בקשה פונעם אהבת ישראל צו זיין שוואגער דער עטרת ישועה. עס איז נישט באקאנט ניגונים וואס ר' ניסן האט מחבר געווען אין דזשיקוב.

אנדערש ווי זיין טאטע די רבי ר' אליעזר'ל, פון זיינע זוהן דער עטרת ישועה און ר' אשר'ל רימנובער, זיין אייניקל דער אמרי חיים פון וויזשניץ, זיין ברידער ר' משה'לי ראזוואדאווער - האט דער אמרי נועם נישט פארפאסט קיינע ניגונים.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פאלגענד א תגובה שכתבתי בנוגע לניגוני הרה"ק בעל עטרת ישועה מיט די לינקס, מוגה למה שנוגע לכאן

בין זיך נוהג צו זינגען לכה דודי דעם ניגון פון הייליגן בעל הילולא זי"ע אויב זאל מען מיר צושיקן (כ'נעם די פלייצעס צו פלאנען צו זינגען אזא שווערן ניגון אויף לכה דודי וויסנדיג אז מען גייט מיר למעשה נישט צושיקן זינט איך בין מער אויף די שטייטע זייט פון בעלי תפלות און מוצאי עשרה בטבת בין איך נישט אזוי געאייגענט... אויפן צד רחוק אז מען גייט מיר יא צושיקן וואלט איך לכאורה געזינגען א לייכטע וועלטס ניגון פון ברידער פונעם בעל הילולא ר' אשר'ל רימנובער זצ"ל)

והנה המשך מנהגי זמירות שבת י"א טבת
ביי די סעודות שבת זינגט מען כמעט אלעס ניגונים פון בעל הילולא און זיין חצר
שלום עליכם בניגון שלום עליכם שהעטרת ישועה היה שר
אויף אשת חיל האמיר געזינגען דעם אשת חיל ניגון שחיבר העטרת ישועה לכבוד יום טוב שחל בשבת

נאך קידוש, חלה פיש וכו' האמיר געזינגען די דזשיקובער ניגונים שהעטרת ישועה חיבר או היה שר, ביניהם:
מארש שחיבר העטרת ישועה
דער ניגון אנא בכח שחיבר העטרת ישועה ,
דער מארש וואס מען האט געזינגען ביים עטרת ישועה אויף לכה דודי שחיבר אחיו הצעיר ר' אשר'ל רימנובער זצ"ל הנ"ל
מנוחה ושמחה בניגון אזמר בשבחין דזשיקוב

סעודת עתיקא קדישא
אסדר לסעודתא ווי יעדן שבת כנהוג בדזשיקוב מיטן ראפשיצער שירה ניגון
חי השם בניגון חי השם/אין קצבה דזשיקוב (בפי ישרים תתרומם סאטמאר)

ברוך קל עליון בניגון לכה דודי המפורסם של דזשיקוב

לבקשת @אליקים געציל זענען די ניגונים אלע אריין אינעם נעטפרי פאלדער

זיך צו איינשרייבן צים נעטפרי פאלדער שיקט א אישי אדער אימעיל צו [email protected]
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע:שבתדיגע זמירות

Re: ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:20 pm

חי השם בניגון חי השם/אין קצבה דזשיקוב (בפי ישרים תתרומם סאטמאר)
קודם ייש"כ פאר דעם אשכול איבער ניגוני דזיקוב וואס נאך מבית אבותי זעמיר שטארק דבוק דערין

יעצט מיין שאלה ווער האט מחבר געווען דעם אין קצבה?
(אינטערעסאנט איך האב קיינמאל נישט אויפגעפאסט אז דער ניגון אויף בפי ישרים איז א קטע פון דעם)

און אויב מעגליך ס'איז דאך דא די 3 דזיקוב'ער אלבוים'ס , ווער זענען די בעלי מחברים פון די ניגונים דארט?

אלענפאלס א ייש"כ
זוכט איר דוי?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

עס איז נישט באקאנט ווער דער מחבר פון דעם ניגון איז, עס איז אן אלטע דזשיקובער ניגון ווארשיינלעך פון רבי אליעזר'ל דזשיקובער'ס צייטן

אויף די ניגונים פון די דזישקובע אלבום'ס איז נישטא צופיל וואס מוסיף צו זיין.

די 4 ניגונים פון עטרת ישועה האב איך געברענגט דא (וי"א אז דער ארשת דארט איז אויכט זיינער)

עטליכע ניגונים דארט זענען פון ראפשיצער רב זי"ע (ירצה, אשת חיל, טל, גשם)

שערי ארמון איז א ניגון פון די פוילישע מיליטער

לקל אשר שבת איז דער ניגון המלאכים ששמע החוזה מלובלין זי"ע

בר יוחאי איז פון רבי אליעזר'ל אדער פון רבין ר' הירש מרימנוב זי"ע

איין ניגון איז פון ר' אשר'ל רימנובער שהבאתי כאן

די רעשט זענען אסאך משוער צו זיין פון ר' שמחה טוביה עדער, אבער עס איז נישטא קיין דירעקטע ידיעה וועלעכע ניגונים זענען זיכער פון איהם. כ'שטעל זיך פאר דער מלך רחמן, מעוז צור, לכה דודי ועוד. אבער דאס איז בלויז מיין השערה

ויתכן אז נאך פון די מארשעס און וואלסען זענען פון עטרת ישועה אדער פון ר' אשר'ל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
לאמיר גיין ווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

ש'כח פארן אשכול

וואס טוט זיך מיט ניגונים פון ר' אליעזר'ל ז''ל ?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

דונש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:05 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:20 pm

חי השם בניגון חי השם/אין קצבה דזשיקוב (בפי ישרים תתרומם סאטמאר)

(אינטערעסאנט איך האב קיינמאל נישט אויפגעפאסט אז דער ניגון אויף בפי ישרים איז א קטע פון דעם)
אמר"ש, איז כדאי מוסיף צו זיין, אז דעם רבינ'ס תנועה אויף "אשירה לה' כי גאה גאה" איז אויך די זעלביגע.

ווי אזוי זעצט איר איין דעם ניגון אויף ברוך א' עליון?
ס'האט דאך איין קטע מער ווי לכה דודי.
מיוחס
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 10:21 am

Re: ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיוחס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:20 pm
פאלגענד א תגובה שכתבתי בנוגע לניגוני הרה"ק בעל עטרת ישועה מיט די לינקס, מוגה למה שנוגע לכאן

בין זיך נוהג צו זינגען לכה דודי דעם ניגון פון הייליגן בעל הילולא זי"ע אויב זאל מען מיר צושיקן (כ'נעם די פלייצעס צו פלאנען צו זינגען אזא שווערן ניגון אויף לכה דודי וויסנדיג אז מען גייט מיר למעשה נישט צושיקן זינט איך בין מער אויף די שטייטע זייט פון בעלי תפלות און מוצאי עשרה בטבת בין איך נישט אזוי געאייגענט... אויפן צד רחוק אז מען גייט מיר יא צושיקן וואלט איך לכאורה געזינגען א לייכטע וועלטס ניגון פון ברידער פונעם בעל הילולא ר' אשר'ל רימנובער זצ"ל)

והנה המשך מנהגי זמירות שבת י"א טבת
ביי די סעודות שבת זינגט מען כמעט אלעס ניגונים פון בעל הילולא און זיין חצר
שלום עליכם בניגון שלום עליכם שהעטרת ישועה היה שר
אויף אשת חיל האמיר געזינגען דעם אשת חיל ניגון שחיבר העטרת ישועה לכבוד יום טוב שחל בשבת

נאך קידוש, חלה פיש וכו' האמיר געזינגען די דזשיקובער ניגונים שהעטרת ישועה חיבר או היה שר, ביניהם:
מארש שחיבר העטרת ישועה
דער ניגון אנא בכח שחיבר העטרת ישועה ,
דער מארש וואס מען האט געזינגען ביים עטרת ישועה אויף לכה דודי שחיבר אחיו הצעיר ר' אשר'ל רימנובער זצ"ל הנ"ל
מנוחה ושמחה בניגון אזמר בשבחין דזשיקוב

סעודת עתיקא קדישא
אסדר לסעודתא ווי יעדן שבת כנהוג בדזשיקוב מיטן ראפשיצער שירה ניגון
חי השם בניגון חי השם/אין קצבה דזשיקוב (בפי ישרים תתרומם סאטמאר)

ברוך קל עליון בניגון לכה דודי המפורסם של דזשיקוב
וואס וועט הרב סי"פ זינגען די וואך לכבוד די הילולא פון הרה"ק מרופשיץ זי"ע ?
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: ניגוני דזשיקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

לעכטיגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:40 pm
דונש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:05 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:20 pm

חי השם בניגון חי השם/אין קצבה דזשיקוב (בפי ישרים תתרומם סאטמאר)

(אינטערעסאנט איך האב קיינמאל נישט אויפגעפאסט אז דער ניגון אויף בפי ישרים איז א קטע פון דעם)
אמר"ש, איז כדאי מוסיף צו זיין, אז דעם רבינ'ס תנועה אויף "אשירה לה' כי גאה גאה" איז אויך די זעלביגע.
אידאס נישט דער זעלבע ניגון וואס עס זינגט דער בעל ברח דודי אויף והוא שעמדה?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”