עיר צעהלים

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

עיר צעהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך זיך אינפארמאציע בעיקר פון די מאטריקאלען פון איינע פון מיינע זיידעס א געבוירענער אין צעהלים.
דער ספר פון רב קונסטליכער קהילת צעהלים וחכמי' האט עפעס אינפארמעישן אבער נישט אסאך ווייל עס איז בעיקר געשטעלט אויף די רבנים ותלמידי חכמים פון דארט.
ער פיגורירט טאקע דארט אבער איך זיך מער.
וויפיל איך האב געקלעטערט קום איך צוריק איז אינעם נעשאנעל איזראעלי לייברערי איז דא צו באקומען פארשידענע דאקומענטן אבער עס איז נאר אוועילעבל ביי זיי אויפן פלאץ און נישט אנליין
אויב איינער ווייסט ווי מען קען באקומען מער אינפארמאציע ביטע אהערשטעלן און אזוי אויך אפילו פון באנץ בורגענלאנד
בתודה למפרע
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: עיר צעהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בעיקר זיך איך אויף משפחת ר' חיים דאנציג כדלהלן וואס איך ווייס און איך זיך אביסל מער אינפארמאציע טו קאמפליט די פיקטשער

די זאכן מיט וואס איך בין ברור אויף קרוב צו 100%
מיין זיידע האט געהייסן ר' מרדכי דאנציג און געווען א תלמיד (לכאורה) פון ר' עזריאל הילדעסהיימער און (ברור) פונעם כתב סופר
ער האט חתונה געהאט אין ליפטא ס. מיקלאש און נאך עטליכע יאר זיך געצויגן צום שטעטעלע וועטש ווי ער איז געווען רב פאר איבער פופציג יאר.
ער איז אוועק כ"ז שבט בשנת תרפ"ב
ר' יעקב קאליש ע"ה פון בארא פארק , זייענדיג אן אור אייניקל און מורא האבנדיג די קאמוניסטן וועלן חרוב מאכן דעם בית החיים אין וועטש האט מפנה געווען זיין קבר צום נייעם בית החיים אין פרעשבורג ווי ער ליגט כהיום יום.
ר' מרדכי איז געווען א זון פון ר' חיים דאנציג און פונעם שטאט צעהלים. דאס איז קלאר.

יעצט צו צעהלים
אויף דזשואיש דשען איז דא א Markus א זון פון Joachim געבוירן 12.18.1839 וואס קומט אויס י"א טבת שנת ת"ר
רב קונסטליכער שרייבט ער איז געבוירן כ"ב חשון תקצ"ז
אויב דענק איך גוט שטייט אויף זיין מצבה ער איז געווען 82 וואס שטימט מיטן דזשואיש דזשען דאטום
ר' חיים:
רב קונסטליכער שרייבט אז ר' חיים איז אוועק כ' שבט תרי"ד . דער דאטום קומט אויס: 02.18.1854
איך האב געטראפן א (קאמפיוטער)רעקארד אויף genteam.at וואו דער דאטום קומט אויף מיטן נאמען Joachim Danag און קען זיין די לעצטע נאמען איז נישט גוט אריין געלייגט געווארן אין קאמפיוטער
ביי ביידע שטייט ער איז אוועק אין שטאט שאפראן און באגראבן אין צעהלים
אויפן רעקארד שטייט נומבער 2379 און אז דער Joachim איז אלט געווען 63 יאר
דזשואיש דזשען איז דא א Danzig Chaim וואס ליגט באגראבן אין צעהלים Row: 6 Grave : 8 נפטר בשנת 1854 וואס שטימט מיט די פריערדיגע אינפארמאציע

אין יענע תקופה זענען דא נאך עטליכע מענטשן וואס זענען ליסטעד אלס געבוירן/געוואוינט/געשטאבן אין צעהלים זענען לכאורה משפחה/טאטע/זון/ברודער/ווייב וואס איך וויל מברר זיין ווער איז ווער
שמשון דאנציג
ברוך דאנציג
שלמה דאנציג
לייב/לעפאלד דאנציג
פרויען מיט די נעמען , Adelheid, Szali, Scherl, Eidel, Mathilda

שמשון:
Death: 08.26.1839 ט"ז אלול תקצ"ט
Birthplace: Danzig Age:: 75
מקומו בבית החיים: Row: 6 Grave #: 9
דאס איז איין פלאץ ממש נעבן ר' חיים. איז ער געווען זיין טאטע? איז ר' שמשון געקומען פון דאנציג קיין צעהלים און דארט אויפגעשטעלט זיין משפחה?
אין 1828 סענסוס איז דא ליסטער איינער אין צעהלים Simeon Danzig



"
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”