איך האב געטוהן אין דעם,איך האב געטראכט אױך צו ברענגען א 20 כולל יונגעלײט זײ זאלן אױך ארבעטן אפאר שעה א טאג אױפן פעלד,ס׳װעט זײן גוט פאר יעדעם,ס׳װעט זיך לערנען אנדערש און מ׳קען גאר שײן מאכן אפילו מיט אביסל ארבעט
a boro park yungerman just bought 14 acres in goshen to live and farming he went to chabad shul and on top of aron kodesh ... pasuk ves yehuda sholach lefonov goshna...
מיין באבע אינדערהיים אין אונגארן האט געוואוינט אויף א פארעם מיט די גאנצע עקסטענדעט משפחה, געהאדעוועט די הינער און געמאלקן די קיען.
ביטע ברענג נישט קיין ראי' פון די פעדר און וואגען עפאכע אין ווי מען פלעגט שעפען וואסער ביים ברינעם יא דעמאלץ איז עס מיעגליך נישט געווען איקסטרעם אבער היינט יא
איך בין נישט געקומען דא זיך טענה'נען מיט קיינעם. אויך וויל איך נישט קיינעם איבערצייגן. ווער ס'פארשטייט נישט אז באמת זענען אונדז אינגאנצן אינעם הענט פונעם אייבערשטען, און ער רעדט זיך איין אז ער איז קאנטראל פון זיין לעבן און פון די לעבן פון זיין ארומיגע בנוגע שידוכים און אין אנדערע ענינים, זאל זיך געזונטהייט ווייטער איינרעדן.
סך הכל פראביר איך צו געבן חומר למחשבה, פאר ווער ס'איז באמת אינטערסירט און האט אויפריכטיגע שאלות בנוגע דעם געדאנק און אויך פונעם פראקטישן זין.
יעצט צום ענין. איך פארשטיי אז גיין אין די מרחקים איז א שווערע זאך. די אמת איז אז מ'דארף נישט. אין די האלבע שעה רעדיוס פון בלומינגבורג איז דא א שיינע פאר שטחים פאר זייער צוגענגליכע פרייזן. וואס צוזאמען עטליכע אידן, קען מען עס גרינג קויפן און סוב-דיוויידן פאר עטליכע שטיקער. מען קען בלייבן ווייטער נאנט צו די היימישע אידישע געגענטער.
נאכאמאל, ווער ס'איז באמת אינטערסירט און האט די פינאציעלע מעגליכקייטן, זאל זיך ביטע פארבינדן אין אישי, א דאנק.
די צוקנופטיגער פארם קאמיוניטי האט נישט קיין אנגענדעס בכלל, חוץ פון אפרישיעיטען און וועלן דעם עצם ענין. נאכאמאל, אויב ס'איז אין די קעטסקילס, איז דא כמה מעגליכקייטן לגבי חינוך, פון האבן א מלמד/טיטשער אויפן פלאץ, אדער שיקן אין די דערנעבענדיגע היימישע געגענטער.
שמעקט פון עקסטרעמיזם אפהאקן פון די וועלט און לעבן אין די אייגענע ד אמות נישט די געזונסטע זאך קיינער וועט זיך נישט משדך זיין מיט זיי די חברה וועלן באקומען א סטיגמע זוי טראכט עך
דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיך אויסארבעטן נאר דו האלטסט ס'גייט נישט געשען?