קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15024
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

ליידער איז די מח געווארען געשעדיגט, די שפיטעלער און ריהעבס האבן אויפגעגעבן
עס איז דא א ריהעב אין פלארידע וואס זאגט אז זיי קענען איהם ראטעווען אין צירוק ברענגען געזונט און שטארק, די אינשורענס באצאלט עס נישט און מען דארף האבן א האלב מיליאן דאללער
לאמיר ארויס העלפן די משפחה וואס פלאגט זיך נעבעך די לעצטע צוויי חדשים
צו געבן אייער נדבה רופט 845.286.9133

https://www.dryveup.com/sl

טראגעדיע - סוכות אינדערפרי - מאנסי נ"י

עס איז געווען יו"ט סוכות פארמיטאג, ווען מאנסי האט מיטאמאל געהערט סירענעס פון אמבולאנסן וועלכע האבן זיך געיאגט איבער די יום טוב׳דיגע גאסן. קיינער האט נישט געוואוסט וואס עס האט פאסירט ווען מען האט געזען ווי די הצלה טראקס יאגן זיך אין ריכטונג פון סוזען לעיק.

א קינד ראנגעלט זיך פאר זיין לעבן

די שאקירנדע נייעס האט זיך צושפרייט מוצאי יו״ט, אז א קינד האט זיך ליידער דערטרונקען אינעם וואסער נאכן ווערן אריינגעשלעפט דערין. ב״ה אז הצלה איז אנגעקומען צייטליך אויפן סצענע, און נאך איבער צוואנציג מינוט(!) פון שווערע אנשטרענגונג, ווען מען האט שוין געמיינט אז עס איז מער נישטא וועם צו ראטעווען, האט מען בחסדי ה' מיט נסים ונפלאות באוויזן ארויסצושלעפן דאס קינד, ליידער אין גאר א שווערע מצב - אבער לעבעדיג! דער נאמען פונעם קינד איז געהאנגען געווארן אין אלע בתי מדרשים, און אנשים נשים וטף האבן איינגעריסן לרפואת הילד החשוב אלעזר בן חי' הינדא, אז ער זאל זיך גענצליך ערהוילן פון דעם טראגעדיע.

א נס דאס קינד דערוועקט זיך

תפילות ישראל עושה רושם, און ב״ה אז דאס קינד האט זיך ערוועקט און איז צוריקגעקומען צום באוואוסטזיין, אנדערש ווי דאס וואס איז אנגענומען אז דער מח פון א מענטש קען נישט איבערלעבן אונטערן וואסער מער ווי אפאר מינוט. עס זעט אויס אז וויבאלד די וואסער אין טייך איז געווען גאר קאלט האט דאס טיילווייז פארפרוירן דעם קערפער, פארמיידנדיג א פאטאלער מח שאדן ה״י בחסדי שמים גלוים.

א לאנגע וועג ביזן גאנצן רפואה

אבער טראצדעם וואס דער קינד איז ביי זיך, איז נאך דא א לאנגע וועג ביזן גאנצן רפואה, דאס קינד געפינט זיך ב"ה אין א סטאבילן צושטאנד, אבער ער קען נישט רעדן, און ער קען נישט עסן געהעריג, זיין גאנצע קערפער איז אפגעשוואכט, און די וועג וויאזוי ער רעאגירט צו מענטשן ארום איז בלויז מיט די אויגן, שוואכע קלאנגען מיט די מויל, און האנט באוועגונגען, די לאקאלע שפיטעלער האבן בכלל נישט קיין מהלך וויאזוי צו העלפן אזעלכע פעלער, און דאס קינד געפונט זיך דערווייל אין א ריהעב וואו מען מאכט מיט אים טעראפי מיט שוואכע פארשריט, און נאך שוואכע האפענונגען אויפן עתיד.

שטראלן פון האפענונג אין פלארידע

די גוטע נייעס איז אבער, אז עס איז דא א באקאנטע גרויסע דאקטאר אין פלארידע וועלכער האט א ניינציג פראצענט סוקסעס ראטע אין אזעלכע פעלער, ער האט שוין אפגעשאצט דאס קינד, און ער גיט גרויסע האפענונגען צוריקצוברענגען דאס קינד בעז"ה. אבער דאס אריבערטרענספערן דאס קינד קיין פלארידע צום ספעציעלן סענטער, און דאס אנגאזשירן די גרויסע דאקטורים וואס וועלן האפנטליך זיין די גוטע שלוחים צו צושטעלן די הילף וואס ער דארף זיך צו קענען פולקאם ערהוילן, און די אלע דעטאלן ארום, ציט אריין אין גאר שווערע הוצאות וועלכע די חשוב׳ע עלטערן פונעם קינד קענען זיך ניטאמאל חלומ'ן פון צו אונטערנעמען, און דא קומען מיר אריין אין בילד.

כלל ישראל'ס אחריות

די רעדע איז פון א קינד א בנש״ק, פון די חשוב׳סטע משפחות וואס מאנסי באזיצט, אן אייניקל פון איינער פון די חשובי האדמורי״ם וואס מאנסי האט געהאט, און אן אייניקל פון הרה"ק ר' יהודה צבי פון סטרעטין זצ"ל, וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט העלפן זיינע קינדער ביז צען דורות, וועט ער לויפן אין אלע עולמות יענעם א טובה צו טון. עס איז אונזער אחריות צו זיכער מאכן אז דאס קינד זאל קענען באקומען די נויטיגע באהאנדלונגען, וועלכע וועלן אים בעז"ה צוריקברענגען צו די כוחות, אז ער זאל קענען צוריקגיין אין חדר מיט זיינע חברים און שטייגן מעלה מעלה אזוי ווי עס פאדערט זיך פון א געהעריג קינד אין זיין עלטער.

מיר דארפן אייער הילף

די ישועה איז נאנט בעז"ה, און עס פעלט זיך נאר אויס אפאר דאלאר צו ערמעגליכן א פולקאמער רפואה, כלל ישראל זאגט נישט ניין! יעדעס יודיש קינד מיט א יודיש הארץ שליסט זיך אן אינעם קאמפיין וועלכע וועט דעקן די אומגעהויערע הוצאות, און וועט פארזיכערן א גאנצע רפואה מיטן אויבערשטנס הילף.
https://drive.google.com/file/d/12MJHyi ... sp=sharing
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15024
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

די קינד אמאל און ווי אזוי ער אויסזעהן בקרוב אי"ה
אטעטשמענטס
Screenshot_20231227-134856.png
Screenshot_20231227-134856.png (260.4 KiB) געזען 4102 מאל
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15024
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

די קינד ליידער יעצט, ער עסט נישט און רעדט נישט
אטעטשמענטס
Screenshot_20231227-135102.png
Screenshot_20231227-135102.png (338.78 KiB) געזען 4086 מאל
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

yoy מײן הארץ גײט אױס
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

נישט פאר אידישע הערצער
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3675
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

אוי טאטע!!!!!!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

ווי קען מען געבן? לינק?
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15024
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:56 pm
ווי קען מען געבן? לינק?
845.286.9133
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דיין בילד קומט עפעס נישט געהעריג ארויף (אפשר צוליב די פילטער)

דא איז א בעסערע
אטעטשמענטס
רפואה שלימה.jpg
רפואה שלימה.jpg (79.58 KiB) געזען 3375 מאל
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

.
אטעטשמענטס
8125.jpeg
8125.jpeg (168.05 KiB) געזען 3006 מאל
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

נויז מאשין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:22 am
.
אקעי פיין, מסכים כ׳עלל געבן, אבער ווען מאכט מען שוין א געיט?
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

אויב איינער ווייסט, פשוט צו קענען אין צוקונפט אויך העלפן אנדערע אידן.
וועלכע רפואה ארג. יועץ/ים/ות זענען דא אינוואלווד,
וועלכע ריהעב אין פלארידע איז גרייט אויף אזעלכע סארט קעיסעס.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

wow wow
איך האב פונקט געפרעגט איינעם לעצטנס וואס טוט זיך מיטן קינד...

גיימיר זיך אנשטרענגען מיט א שענערן סכום

#אפגעהיטן זאל מען ווערן
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

רעוואלטאלתי יותר מדי...
רננו צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:57 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רננו צדיקים »

איינער קען דרייוון די ווידיא פון די קאמפיין?
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4085
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

רננו צדיקים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:26 am

האט נשים (ליידער).
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
לאמיר גיין ווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

פארוואס איז נישט דא קיין אייוועלט פעדש ?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:33 am
רננו צדיקים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:26 am
איינער קען דרייוון די ווידיא פון די קאמפיין?
האט נשים (ליידער).
אויב קען איינער דאס צוצייכענען וואו וועט מען דאס פארעכטען בס"ד
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4085
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

רינדעכיג האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:40 am
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:33 am
רננו צדיקים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:26 am
איינער קען דרייוון די ווידיא פון די קאמפיין?
האט נשים (ליידער).
אויב קען איינער דאס צוצייכענען וואו וועט מען דאס פארעכטען בס"ד
אנהייב (די משפחה בילדער)
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
דיימאנד סוחר
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:55 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנד סוחר »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:33 am
רננו צדיקים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:26 am
איינער קען דרייוון די ווידיא פון די קאמפיין?
האט נשים (ליידער).
טאקע?? איך האף אויב אמת איז עס א טעות
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע:אין טעלער

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:45 am
רינדעכיג האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:40 am
גארנישט מיט נישט האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:33 am
רננו צדיקים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:26 am
איינער קען דרייוון די ווידיא פון די קאמפיין?
האט נשים (ליידער).
אויב קען איינער דאס צוצייכענען וואו וועט מען דאס פארעכטען בס"ד
אנהייב (די משפחה בילדער)
גייט זיין פאראכטן שפעטער בס"ד
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:17 pm
אויב איינער ווייסט, פשוט צו קענען אין צוקונפט אויך העלפן אנדערע אידן.
וועלכע רפואה ארג. יועץ/ים/ות זענען דא אינוואלווד,
וועלכע ריהעב אין פלארידע איז גרייט אויף אזעלכע סארט קעיסעס.
א ספעציעלע ריהעב וואס נעמט אן ווען אנדערע געבן אויף (פאר א געפעפערטע פרייז)
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 3:26 pm
נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:17 pm
אויב איינער ווייסט, פשוט צו קענען אין צוקונפט אויך העלפן אנדערע אידן.
וועלכע רפואה ארג. יועץ/ים/ות זענען דא אינוואלווד,
וועלכע ריהעב אין פלארידע איז גרייט אויף אזעלכע סארט קעיסעס.
א ספעציעלע ריהעב וואס נעמט אן ווען אנדערע געבן אויף (פאר א געפעפערטע פרייז)
און? זיי האבן א טרעק רעקארד צו היילן א געשעדיגטע מוח השם ירחם?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: קינד אריינגעפאלען אין סוזען לעיק אין מאנסי : קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:45 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 3:26 pm
נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:17 pm
אויב איינער ווייסט, פשוט צו קענען אין צוקונפט אויך העלפן אנדערע אידן.
וועלכע רפואה ארג. יועץ/ים/ות זענען דא אינוואלווד,
וועלכע ריהעב אין פלארידע איז גרייט אויף אזעלכע סארט קעיסעס.
א ספעציעלע ריהעב וואס נעמט אן ווען אנדערע געבן אויף (פאר א געפעפערטע פרייז)
און? זיי האבן א טרעק רעקארד צו היילן א געשעדיגטע מוח השם ירחם?
וואס פונקטליך ווילסטו דא?
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”