רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

איך עפן דא דעם אשכול היות איך האב נישט געטראפן קיין שום פלאץ אויפן וועלטל ווי מען איז מברר דעם ענין איבער דער יחוס פון רבי יעקב קאפיל ליקאווע זצ"ל, אדרבה אויב האט מען שוין ערגעץ גערעדט דערפון ביטע צו ווייזן, אזוי אויך אויב דארף מען ענדישער עפענען דעם אשכול אין צדיקים וחסידים (ווי עס עקזעסטירט אויך נישט קיין אשכול אויף דעם צדיק) ביטע אריבערפירן.

אונז זעמיר אן אייניקל פון ר' יעקב קאפיל דורך משפחת פרענקל (ר' ישראל איסר מבאכטא), און מיר האבן שוין אסאך מאל פרובירט צו זעהן ווי אלץ דער יחוס פון דעם צדיק גייט, אבער מיר האבן זיך אנגעטראפן אין א פראבלעם וואס איז לדעתי נאך שווערער פון דער אלגעמיינער פראבלעם ווען מען זוכט יחוס (וואס דאן האט מען ווייניג אינפארמאציע) אז עס איז דא אזוי סאך אינפארמאציע וואס א ריזיגע חלק זענען סתירות מיט אנדערע אינפארמאציע אזש יעדע יחוס וועבסייט (כמעט) האט אנדערע שיטות און ווער די עלטערן און זיידעס זענען געווען, איך ווייס אז מען קען זיך קיינמאל נישט פארלאזן אויף די סייטס היות יעדע שמויגער קען דארט באשליסן צו צאמשטעלן, מעקן און אויסטרעפן חידושים, אבער פארט איז דאס דער בעסטע וועג צו בויען דעם משפחה בוים, און געווענדליך איז דא עפעס מקורות אויף די זאכן אבער מען דארף טאקע הערן פון מומחים וואס איז זיכער ליגענט און וואס איז האלב אמת.

איך וועל אנהויבן מיט די ערשטע סתירה וואס מיר האבן לעצטנס זיך אנגעטראפן ווען מיר האבן נאכאמאל דורכגעקוקט דער יחוס, און אפשר מיט די צייט וועלן מיר פרובירן צו לייגן מער.

לויט די יחוס וועבסייטס איז ר' יעקב קאפיל געווען א זון פון ר' קלונימוס (קלמן) אלבום.

יעצט צו די סתירה:

אויף געני שטייט אז ר' קלונימוס'ס מאמע איז געווען פערל הלר וולרשטיין און זיי האבן א לאנגע יחוס ארויף פון איר ווער זי איז אלץ געווען.
https://www.geni.com/people/R-Kalonymus ... 6712065083

אבער ווען איך האב לעצטנס ארויפגעלייגט מיין יחוס בוים אויף ענקעסטרי (און גראדע געטראפן עטליכע שיינע בילדער פון מיינע זיידעס דורכדעם - פון א אנדערע זייט), שיקן זיי מיר אז דער מאמע פון ר' קלונימוס איז געווען אידל אויערבאך (איך ווייס נישט וועלכע ווייל איך האב עס נישט אנגענומען דערווייל).

איז דא א קלארע מסורה איבערדעם?
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

איר האט שוין געקוקט אין ספר קדוש יעקב?
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

רבי מיילעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 6:06 pm
איר האט שוין געקוקט אין ספר קדוש יעקב?
איך האב שוין געהערט (אסאך) איבער דעם ספר אבער דערווייל קיינמאל נישט געטראפן, איר האט א לינק דערצו?
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 6:30 pm
רבי מיילעך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 6:06 pm
איר האט שוין געקוקט אין ספר קדוש יעקב?
איך האב שוין געהערט (אסאך) איבער דעם ספר אבער דערווייל קיינמאל נישט געטראפן, איר האט א לינק דערצו?
ניין, אבער איך דארף צו האבן די ספר ערגעץ ווי.

כ'וועל אייך לאזן וויסן אויב איך טרעף עס דארט.
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

Re: רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:29 pm
ערשטענס איז דא א אשכול: viewtopic.php?t=29513

ר' קאפיל'ס פאטער האט געהייסן קלונימוס. ווער איז זיין מאמע? איין באשעפער ווייסט

פון דא ווייטער ארויף איז אלעס הוילע שטוסים און דמיונות
ג'עני איז א וועבסייט וואס יעדער בר דעת שטייט ווייט דערפין.
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

עשו סלט בין רבי קאפיל חסיד של קוסוב ויזניץ לבין רבי קאפיל ליקעווער של החוזה מלובלין. היחוס של ולרשטיין וכו' שייך לקוסוב בלבד. ואילו היחוס של אוירבך וכו', זה סתם סלט שלישי, ואין בין זה לבין שני הרבי קאפיל'ך הנ"ל מאומה. וזאת למודעי, מה שראוי לדעת ולפרסם, שרובא דרובא של היוחסין הבאים מג'ני, בכל סוגי הענפים והמשפחות, יש בהם צחוק וליצנות ממש, ויש להשתומם ממש מהגאונות והיכולות העצומות שלהם לערבב משפחות זו בזו, ממש מבהיל על הרעיון. ודי ליודעים ולמבינים בהערה חשובה זו.
טודרוס
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:01 pm

Re: רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טודרוס »

נישט קיין פשוטע סאלאט, נאך מיט ווערעם דערין
איך ווייס נישט צו ביי ג'עני העלפט אפילו בדיקה…
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איך מיין איר מישט דא אויף מיט א צווייטן. ר׳ קאפיל ליקאווער זצ"ל איז נסתלק געווארן שנת תקכ"ט. אין יענע צייטן זענען נאך נישט געווען איינגעפירט לעצטע נעמען.
viewtopic.php?t=29513
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”