זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש , אחראי

שרייב תגובה

זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר

קאנצערט סטייל
53
54%
קליינע מעמדים פאר יעדע שטאט
32
32%
איין גרויסע מעמד פאר אלע שטעט
14
14%
סך הכל שטימען: 99

נעקסטיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 22, 2023 5:09 pm

זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעקסטיים »

נעכטן נאכט ביים רופא חולים קאנצערט האב איך געהערט פון געוויסע אז זיי גלייכן די נייע מהלך אבער געוויסע האבן געזאגט זיי וואלטן ענדערש צוריק צום אלטן וואלט איך געוואלט הערן דעם דעת הקהל כ'האב צוגעלייגט א דריטע אפציע אזוי ווי פאריאר אבער פאר אלע שטעט
נעסטיים זאגמעך פארדעם
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

רופא חולים איז היינט צו טאגס איינס פון די גרעסטע אינטערטעינמאנט קאמפאניס ביים היימישען עולם, אודאי זאלן זיי מאכן קאנצערטן, אפילו מער ווי איין מאל א יאר.

ערענסט גערעדט, וואס איז פשט פון די גרויסע מעמדים, קאנצערטן יו נעים איט. סאיז סתם א געלט אויסברענגעריי און ברענגט נישט גארנישט. זאלן זיי נעמען די הונדערט פופציג אלפים און צאלן פאר חולי ישראל וואס דארפן דאס געלט. איך קען אסאך יודן ואני ביניהם וואס האבן אויפגעהערט צו געבן געלט זייט זיי זענען געווארן א אינטערטעינמענט קאמפאני.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:20 pm
רופא חולים איז היינט צו טאגס איינס פון די גרעסטע אינטערטעינמאנט קאמפאניס ביים היימישען עולם, אודאי זאלן זיי מאכן קאנצערטן, אפילו מער ווי איין מאל א יאר.

ערענסט גערעדט, וואס איז פשט פון די גרויסע מעמדים, קאנצערטן יו נעים איט. סאיז סתם א געלט אויסברענגעריי און ברענגט נישט גארנישט. זאלן זיי נעמען די הונדערט פופציג אלפים און צאלן פאר חולי ישראל וואס דארפן דאס געלט. איך קען אסאך יודן ואני ביניהם וואס האבן אויפגעהערט צו געבן געלט זייט זיי זענען געווארן א אינטערטעינמענט קאמפאני.
איי געס דו האסט די ביכער...

אויב זיי מאכן עס ווייטער איז מער מסתבר אז די וואס ווילן עס יא געבן מער יעצט ווי די אידן ווי דיר וואס האבן אויפגעהערט געבן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4583
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:20 pm
רופא חולים איז היינט צו טאגס איינס פון די גרעסטע אינטערטעינמאנט קאמפאניס ביים היימישען עולם, אודאי זאלן זיי מאכן קאנצערטן, אפילו מער ווי איין מאל א יאר.

ערענסט גערעדט, וואס איז פשט פון די גרויסע מעמדים, קאנצערטן יו נעים איט. סאיז סתם א געלט אויסברענגעריי און ברענגט נישט גארנישט. זאלן זיי נעמען די הונדערט פופציג אלפים און צאלן פאר חולי ישראל וואס דארפן דאס געלט. איך קען אסאך יודן ואני ביניהם וואס האבן אויפגעהערט צו געבן געלט זייט זיי זענען געווארן א אינטערטעינמענט קאמפאני.
סאיז לכאורה יא ווערד די געלט, כגיי דיר זאגן א סוד... זייער אסאך אינגע אינגעלייט איז די מעסיוו מעמד וואס משטעלט זיי צו א שטארקע פעקטאר און זייער דעסישאן זיך אנצושליסן און די חדשים קאמפיין צו געבן 420 א יאר
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

פארוואס ווערט יעדע אשכול וואס רעדט פון מעמדים דורך ארגענעזאציעס אנגעפירקלט מיט די "געלט אויסברענעריי" טענות?
מען האט עס שוין איבערגעקייט אזויפיל מאל... לאז געמאכט...
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

געהערט אז RCCS האט גענצליך מבטל געווען די הכרת הטוב מעמדים (אדער ווי מאנכע רופן עס א קענצערט..) פון היי יאר און ווייטער.
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: זאל רופא חולים נאכאמאל מאכן א קאנצערט סטייל אווענט אדער ענדערש מיטן מהלך פון די לעצטע פאר יאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

ברייט בארימט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:11 pm
געהערט אז RCCS האט גענצליך מבטל געווען די הכרת הטוב מעמדים (אדער ווי מאנכע רופן עס א קענצערט..) פון היי יאר און ווייטער.
א שאד...

דאס מיינט לכאורה אז נעקסטע יאר האב איך נישט קיין סיבה צו באנייען מיין מעמבערשופ...

איך האב עס נאר געטון פאר די מעמדים...!
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”