ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

achtov
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 9:16 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך achtov »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:53 pm
די אשכול שטינקט פון פיש
ציברעך מיר נאר נישט דעם גלאזענעם באטל דא
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
https://www.applyonlinenow.com/USCCapp/ ... 48ef456db8
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

געמבלער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:58 pm
וואסער מאלער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:08 pm
שטייענדיג אין די ליניע ביי מיין לאקאלע גראסערי, זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די גלאזענע דזשארס פון געפילטע פיש, און איך זעה אז עס זענען דא פינף קאמפעניס גאר.
איך זוך צו פארשטיין ווער קויפט דאס?,
אדער אפשר לעב איך אין א טעות און טויזענטער אידישע שטובער עסן שבת די דזשאר געפילטע פיש.
איינער ווייסט?.
סקומט צוזאמען מיט גלאזערנע סעלצער, גלאזערנע חריין, גלאזערנע הערינג, און גרינע מילך.
דאכצעך סדא אפילו א ווארמע ניגון דערויף "באלי באלי באלי באלי באלי באלי פיש", (ג"פ ישר והפוך)

ערנסט גערעדט, סהאט אלע טעמים בפרט אויף א וואקאציע ווי די לאקאלע טעיקאוט דעליווערי טשארדשט 10$ א סלייסל
איך קויף די גלאזערנע כריין די אנדערע וועפט אויס נאך אפאר טעג
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איינער ווייסט די מיסטעריעזע רעסעפי דערפון? ווייל עס האט אסאך טעמים אבער קיין איינס איז נישט פון נארמאלע געפילטע
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:24 pm
איינער ווייסט די מיסטעריעזע רעסעפי דערפון? ווייל עס האט אסאך טעמים אבער קיין איינס איז נישט פון נארמאלע געפילטע
קריך נישט אריין דארט, ווייל לויט קושטא ברויך מען זיך וואשן און מאכן המוציא דערויף...
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1945
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

אמר”ש פארוואס רופט מען דאס ”געפילטע”?
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

ווייל בימים ההם איז נישט געווען קיין פארשמענט-פעיפער און קיין זילבער פעיפער, מען האט אנגעפילט די פיש זעלבסט מיט די געפילעכץ

און פארדעם הייסט קישקע קישקע, מען האט אויסגערייניגט א קישקע פון א בהמה און אנגעפילט מיט די געקנעטענעכץ.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:37 pm
עפרון האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:35 pm
סגייט בעיקר ביי די ליטווישע....
אין לעיקוואד האב איך זיי געהערט זאגן ס'גייט ביי די חסידישע..
און five towns האב איך עס באמערקט שיין געפאקט פון שווארץ עפעטייזנג צווישן די קיורט פיש ווייס איך נישט צו זיי מאכן עס אליינץ אדער זיי ריפעקעטשען עס פון די דזשארס
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

איך וואלט אריבערגעפירט די אשכול אין אונטערהאלטונג
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
מה מקוה מטהר
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:29 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה מקוה מטהר »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:24 pm
א גוטן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:08 pm
מענין לענין באותו ענין. ווער קויפט די פיקעלד הערינג אין די דשזארס, אפשר אויך די ליטווישע
ס'נאך דא אזא אייטעם?
גראדע איז דאס די בעסטע הערינג, און די ביליגסטע , אונז קויף מיר עס אמאל, און סאיז ביליג צי מאכן דערפון אנדערע הערינג , ארויסנעמען די פיש און מאכן דערפון טידבידס מיט מאיאנעיז אדער מאטיאש מיט אויל
מה מקוה מטהר
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:29 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה מקוה מטהר »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:47 pm
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:24 pm
א גוטן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:08 pm
מענין לענין באותו ענין. ווער קויפט די פיקעלד הערינג אין די דשזארס, אפשר אויך די ליטווישע
ס'נאך דא אזא אייטעם?
יא פון ראסקינס...
אונגארס מאכט עס אויך, דא נאך ברענדס, עס זעט אויס ווי איין קאמפאני מאכט עס פאר יעדעם
מה מקוה מטהר
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:29 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה מקוה מטהר »

נעכטן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:00 pm
Noam דזשאר געפילטע איז גוט
כאב אמאל געהערט אז איין קאמפאני מאכט אלע געפילטע אין די זשארס , דאכט זיך אמאל געווען געאוינט ביי רוקח/אסטרייכער פון סקווירא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מה מקוה מטהר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:09 am
כאב אמאל געהערט אז איין קאמפאני מאכט אלע געפילטע אין די זשארס
נע, ס'דא מעיד אין איזראעל און ס'דא אמעריקאנער, גאר אנדערע פישן, אינו דומה טעם דג העולה מן הים בעכו לדג העולה מן הים באספמיא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

צק
איך נישט
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:56 pm
וואסער מאלער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:08 pm
שטייענדיג אין די ליניע ביי מיין לאקאלע גראסערי, זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די גלאזענע דזשארס פון געפילטע פיש, און איך זעה אז עס זענען דא פינף קאמפעניס גאר.
איך זוך צו פארשטיין ווער קויפט דאס?,
אדער אפשר לעב איך אין א טעות און טויזענטער אידישע שטובער עסן שבת די דזשאר געפילטע פיש.
איינער ווייסט?.
די אידן וואס דרייען נאך ארום די פיאות אויף די אויערן קאונטער-קלאקווייז
YOU MADE MY DAY
אוועטאר
עפרון
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:31 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרון »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:23 am
איך וואלט אריבערגעפירט די אשכול אין אונטערהאלטונג
סקומט שוין פון פארברענגען
חיריק
פאר
פורים רב!!

פאר מער דרוקט פאונד...
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

א מין אשכול דאס, דער אינגער עולם האט אינגאנצען פארלוירן דאס לעצטע ביסל טעיסט פון אמאל, דאס ביסל עולם הזה וואס איז נאך געווען צו באקומען דא אין אמעריקע, וואקסט אזוי אונטער א נארישער דור אשר לא ידע את יוסף, מ׳פארשטייט שוין גארנישט וואס הייסט א פיש מיט ריכטיגע ניצוצות, פארשטיין פארשטייען זיי נאר צו גומענע דזשערקי און מילעכיגע דאונאטס אשר לא שערום אבותינו מעולם.

פרעג איך אייך, את מי אתם מחליפים במי? קדם פיש פאר יאפאנעזע סושי? גולאש פאר מעקסיקאנע טאַקאָוס? די זיידעס אונזערע קוילערן זיך אין קבר און די אייניקלעך טינקען זייערע זויערע חלות אין צוקערלאזע דיל דיפ און ווישן זיך די וואנצעס כאילו זיי האבן עפעס נארוואס פארקייט עפעס שלמה׳ס מעדנים… וואו זענען די אמאליגע קריספּי בארכעס, וואו? וואו איז די אונגערישע קרויט לאקשען, וואו? די פּיפּיקלעך מיט די פּאָפּריקאַש פונם באבע׳ן? ס׳אויס וועלט זאג איך אייך, אויס וועלט.

באלד קומט א פרישער טוטער און עפענט זיך אנ׳אשכול ״ווער ציט נאך ווייט פיש פון די ביינער?״, ״ווער טרינקט נאך שליוואוויטץ?״, אדער ״ווער עסט נאך בארשט מיט קארטאפעל״.

און איך זינג מיר אונטער אזוי טרויעריג בין תנור לכיריים:
מען דארף באהאלטען
א פיש דזשאר אן אלטען
פון אלטע חסידים זייערס א דיש
מען דארף געדענקען
שטארק זיך בענקען
אזוי איז געווען אמאל אן ערליכער טיש
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:13 am

איר זאלט מיר אנטשולדגן אבער די קדם פיש האט א טעם קיינמאל פארמאגט (סארי ס'האט יא א טעם.... א ...) איך בין אויפגעוואקסן און שיל פון עלטערע יודן און ווען מ'האט געברענגט די פיש פאר שאלעשידעס האבן יחד כולם הודו נישט צוגערירט צו אט דעם מאכל....
און פארשעם נישט די באבעס בארשט און פיפעקלעך מיטן עס צוגלייכן צו דעם אזויגעריפענע פיש
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
קאליר גרין
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 12, 2022 3:33 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליר גרין »

וועלטס מבין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:24 pm

יוסף חיים ראטנשטרייך זאגט;

א חכם, ווען דאס לעבן גיבט אים לעמאנס מאכט ער דערמיט לעמענאדע.

וואס טוט א שוטה?

ער מאכט דערמיט לעמאן וועפערס.
הארי פלארי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 3:13 pm
די גאנצע תורה איז געבויט אויף דעם, און אונזערע חכמים זאגן אונז, יעדע מצב וואו א מענטש איז, האט ער די כוחות זיך ארויסצוזעהן דערפון.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

כרוספדין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:36 pm
אמר”ש פארוואס רופט מען דאס ”געפילטע”?
ווייל פארצייטנס איז נישט געווען קיין פרידשעדער, פלעגט מען שבת ביינאכט עסן געהעריג פיש, שבת צופרי איז עס שוין געווען "גע'פילט'ע" פיש, און ביי שלו"ש איז עס שוין געווען "זיס און זויערע" פיש. היינט האמער נאר א זכר צו דעם
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

בילד
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

אביסעל א אנדערע נוסח
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
וואסער מאלער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 3:02 am

Re: ווער קויפט געפילטע פיש אין די דזשארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער מאלער »

איך הייק האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:06 pm
אביסעל א אנדערע נוסח
מוראדיגע ניגון קלער עס אנהייבן זינגען יעדעס וואך ביים עסן די געפילטע
אפשר האסטו די ווערטער?
אש תמיד תוקד-א פייער ברענט אין הארץ פון א איד!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”