די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איך האב שױן לאנג אױפגעגעבען אױף די 24 עלעקשאנס נישט קײן חוליק װער ס׳איז די נאמעני בײ די ריפאבליקאנער גײט סײװי בײדן געװינען, װאל 2020 האט אױסגעלירענט אז די דעמיקראטען זענען בארעכטיגט צי טאהן אמת׳דיגע מאסיװע װאל פעלשערײען אין װעלן נישט לײדן קײן שום קאנצעקװענצען, לאמיר שױן זאגן אז אין 2020 איז נישט פארגעקימען קום שום פעלשערײען האט אבער די פראסעס געפענט די אױגען פאר די דעמיקראטען אױף װײטער צי טאהן ריכטיגע פעלשערײען, װאל ס׳גײט גארנישט געשעהן אױב מ׳פעלשט אין קאורט װעט מען בלאבלען װעגן סטדענדינג אין פאר די גאס װעט מען פארפירען אז הלמאי מ׳דערװאגט זיך צי רעדן קעגן דימאקרעסי אין די אױפריכטיקײט פון די עלעקשאנס אין די װאס מאכן די װי געשרײ זענען װײסע נאצי׳ס אין ראסיסטען פעמעניסטען אין מעגא'איסטען אין פארשטײט זיך אױך קאנספאראציע טעאריקער, סא אלזא מײנע טײערע פרײנט ס׳איז א שאד די טינט אין די שלײם בײדן גײט געװינען די עלעקשאנס "פעיר ענד סקװער"
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פארוואס מיינסטו אז די "עסטעבלישמענט" איז נישט בלינד?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

תגובה דורך גיי פארשטיי »

American Dream האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:27 pm
מייק פענס 2024 האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:26 pm
American Dream האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:24 pm
מייק פענס 2024 האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:22 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:16 pm

כמובן -און דו פארשטייסט דאס לכאורה אויך- האלט איך נישט אז דו ביסט גערעכט מיט די פוינטס, אבער די פרטים האט מען שוין איבערגעקייט הונדערטער מאל אין די אלע שמועסן, און כ'גלייב נישט אז איינער האט צוליב די טענה'רייען געטוישט זיין מינונג,

דא האב איך געוואלט שמועסן בנוגע אן אנדערע שאלה.

אויב דו האלטסט טאקע אז די דעמאקראטן האבן נישט קיין פלאן חוץ רעדן פון יאנואר 6. איז אייער מיינונג נאטירט. איך כשלעצמי האלט נישט אזוי.

כ'וועל אבער נישט פראבירן ארויפצוצווינגען מיין מיינונג אויף אייך
ניין זיי האבן נישט. (ווער עס איז די "זיי" איז א שמועס פאר זיך)

זיי גייען אויפשפילן ינואר 6, פאון קאלס צו גנבנען די עלעקשאן, האלטן קלעסיפייד דאקומענטן ביי זיך אינדערהיים און מיט דעם איבערצייגן גענוג אינדאפענדנטס אז די מענטש איז א סכנה פאר די לאנד.
זאג מיר איין מענטש אין אמעריקע וואס האט נאך נישט געהערט די גארביטש
זיי האבן עס געהערט און טאקע געהערט און וועגן דעם דעליווערט א געווינס פאר די דעמאקראטן בעת וואס די לאנד איז געווען טיף אין די אדמה.
א געווינס אויב טראמפ ציט אן אזוי ווי די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס איז ער פרעזידענט
נישט אמת. אויב טראמפ ציעט אן וואו בו היינס (וועם ער האט במו ידיו דערליווערט די פריימערי פארלירט ער נארד קאראליינע)

אויב געווינט ער וואו געסטינענע גילבערט אין אהייא דעלייגט ער די מידוועסט און אויב געווינט ער וואו דזשעי אר מאדזשעווסקי דערלייגט ער אהייא אויך.
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

עס איז נישטא א עסטעבלישמענט

אווער
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4765
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

גיי פארשטיי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:58 am
American Dream האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:27 pm
מייק פענס 2024 האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:26 pm
American Dream האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:24 pm
מייק פענס 2024 האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:22 pm

ניין זיי האבן נישט. (ווער עס איז די "זיי" איז א שמועס פאר זיך)

זיי גייען אויפשפילן ינואר 6, פאון קאלס צו גנבנען די עלעקשאן, האלטן קלעסיפייד דאקומענטן ביי זיך אינדערהיים און מיט דעם איבערצייגן גענוג אינדאפענדנטס אז די מענטש איז א סכנה פאר די לאנד.
זאג מיר איין מענטש אין אמעריקע וואס האט נאך נישט געהערט די גארביטש
זיי האבן עס געהערט און טאקע געהערט און וועגן דעם דעליווערט א געווינס פאר די דעמאקראטן בעת וואס די לאנד איז געווען טיף אין די אדמה.
א געווינס אויב טראמפ ציט אן אזוי ווי די רעפאבליקאנער אין קאנגרעס איז ער פרעזידענט
נישט אמת. אויב טראמפ ציעט אן וואו בו היינס (וועם ער האט במו ידיו דערליווערט די פריימערי פארלירט ער נארד קאראליינע)

אויב געווינט ער וואו געסטינענע גילבערט אין אהייא דעלייגט ער די מידוועסט און אויב געווינט ער וואו דזשעי אר מאדזשעווסקי דערלייגט ער אהייא אויך.
טראמפ איז נישט באו היינס אין אויך נישט מעדזשוסקי

אין יענע דעמאקראטן זענען נישט ביידען
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קען זיין (מאדזשעווסקי מילא אבער היינס בין איך נישט פארזיכערט) מיין פוינט איז איז אז זאגן אז טראמפ דארף נאר וואס די רעפובליקאנער האבןו געוואונען אין די האוז אין 22 איז נישט ריכטיג.
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4765
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

גיי פארשטיי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:01 am
קען זיין (מאדזשעווסקי מילא אבער היינס בין איך נישט פארזיכערט) מיין פוינט איז איז אז זאגן אז טראמפ דארף נאר וואס די רעפובליקאנער האבןו געוואונען אין די האוז אין 22 איז נישט ריכטיג.
די רעפאבליקאנער האבן געווינען שוין מיט די יאנאוואר 6 ביידען שרעקעדיגע דרשות מיט ארום 2 פערצענט וואס איז גענוג פאר טראמפ צו געווינען די וואלן
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

ווער איז דאס עסטעבלעשמענט? זיי האבן אן אפיס? זיי האבן א הויפט? ווען און וויאזוי קומען זיי זיך צאם צו מאכן החלטות? וויאזוי ארבעטן זייער החלטות, דורך רוב אדער דורך די הויפטן? איך קען ווערן איינע פון זיי?
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4765
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

ותיק וחסיד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:07 am

די דעיפ סטעיט

אז די ווייסט נישט ווער זיי זענען פרעג די וואס האבן זיך געטרייט אנצוהייבן מיט זיי א שטייגער ווי ר' שלום מ ר'
דיימאנד סוחר
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:55 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנד סוחר »

לדעתי גייען זיי זיך נישט שעמן אריוס צו קומען ברבים אנגעפאנגן פון די אף בי איי איינגעשטעלטע סי איי אי. העלט דיפארטמינט וכי אין זאגן ברבים אז די מענטש איז א סכנה אזוי גייען זיי אים אראפ קלאפן
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4765
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

דיימאנד סוחר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:17 am
לדעתי גייען זיי זיך נישט שעמן אריוס צו קומען ברבים אנגעפאנגן פון די אף בי איי איינגעשטעלטע סי איי אי. העלט דיפארטמינט וכי אין זאגן ברבים אז די מענטש איז א סכנה אזוי גייען זיי אים אראפ קלאפן
די געוועזענע איינגעשטעלטע טון עס שוין יעצט

איינער וואס האט נאך אביסל טראסט אין די סיסטעם פלאנירט סייווי נישט צו שטימען פאר טראמפ
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ותיק וחסיד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:07 am
ווער איז דאס עסטעבלעשמענט? זיי האבן אן אפיס? זיי האבן א הויפט? ווען און וויאזוי קומען זיי זיך צאם צו מאכן החלטות? וויאזוי ארבעטן זייער החלטות, דורך רוב אדער דורך די הויפטן? איך קען ווערן איינע פון זיי?
עסטעבלעשמענט מײנט א ריפאבליקאנער װאס איז בלױז ביזי צי קראָסען די אײל אין װייזען אז מ׳קען זײן בײ-פארטיזען בשעת װען די פארטעזאנען שטױסען זײ
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
דיימאנד סוחר
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:55 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנד סוחר »

American Dream האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:18 am
דיימאנד סוחר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:17 am
לדעתי גייען זיי זיך נישט שעמן אריוס צו קומען ברבים אנגעפאנגן פון די אף בי איי איינגעשטעלטע סי איי אי. העלט דיפארטמינט וכי אין זאגן ברבים אז די מענטש איז א סכנה אזוי גייען זיי אים אראפ קלאפן
די געוועזענע איינגעשטעלטע טון עס שוין יעצט

איינער וואס האט נאך אביסל טראסט אין די סיסטעם פלאנירט סייווי נישט צו שטימען פאר טראמפ
זיי גייען שרייען אונז האבן בייווייזן אז ער איז באגאגען פארבעכן אפי די קארט האט נישט קאנווקטיט
דעיס קענען נאר יעצטיגע איינגעשטעלטע טוהן
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ותיק וחסיד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:07 am
ווער איז דאס עסטעבלעשמענט? זיי האבן אן אפיס? זיי האבן א הויפט? ווען און וויאזוי קומען זיי זיך צאם צו מאכן החלטות? וויאזוי ארבעטן זייער החלטות, דורך רוב אדער דורך די הויפטן? איך קען ווערן איינע פון זיי?
עסטעבלישמענט מיינט דעי וָתִיקֵי חַסִידֵיׂ, ווייסעכמיין?! דעי אומערוויילטע מיינונג זאגער וואס ווייסן פונקטליך וואס די רבי ז"ל וואלט ווען געהאלטן - און אז "עטץ האטס נישט געקענט דעם רבי'ן" זייט'ס שטיל, ווי אויך דעי אומערוועלטע עסקנים אדער דעי געלט פארמאגענדע מיט די קליינע מדות און גרויסע איינפלוסן המשתלטים שלא לשם שמים. בקיצור - דעי גאנצע פעקעדזש וואס מ'רופט ביי אונז "די סיסטעם", דעיס וואס לעבן אין זייער אייגענע עקאו טשעימבער מיט אייגענע אינטערעסן אן געדענקען פון די כאפטע בלו קאלער אינדערווידואלן וואס מאכן משוגע די הויכע פענסעטער און טירן און טרייען זיכער צו מאכן אז מ'געדענקט אז זיי עקזעסטירן.

קענסט דעיס?

די גוים להבדיל האבן אויך דעיס אלעס, ופי כמה וכמה כפולה ומכופלת.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:46 am
אפגעגאלט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:04 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:01 pm
עס איז אייביג דא צוויי זייטן צו יעדע מטבע, טראמפ האט למעשה לכו”ע א גרויסע קופה של שרצים , און אז ער האט פארלוירן אלס א אינקאמבענט, קען גאר זיין אז ביידן האט בעסערע שאנסן קעגן אים ווי קעגן עני רעפאבליקאנער.
פארלוירן אלס אינקאמבענט נאר ווען דער אנדערער צד האט צוגעלייגט שטימען וואס איז נישט מעגליך אין א געווענטליכער נישט-קאוויד יאר.

איך ווייס אויך אז זיי גייען טרעפן א וועג דאס מאל,

איך פראביר נאר צו שפעקולירן וואס די מהלך וועט זיין
אויב איר גלייבט די אנקעטעס, און פון אייער מסקנא איז אזוי משמע.

פילייכט איז אינטרעסאנט אז איר זאלט וויסן אז אזוי ווי יעצט פיר יאר צוריק האט ביידן געהאט א שיינע ליעד איבער טראמפ אין די אנקעטעס.

(פארט זענען טראמפ שטיצער און טייל אזוי גערופענע אנאליסטן געווען זיכער אז טראמפ וועט געווינען, פשוט אנקוקנדיג אים אלץ אן אומבאזיגבאר העכערן כח, אבער אגעין, לויט די אנקעטעס וואלט אים ביידן באזיגט פאר קאוויד מיט מעיל אין בעלאטס. דאס איז טאקע איינס פון די חורבנות פון קאוויד, אז דער נאראטיוו וועט לעולם זיין אז טראמפ האט נאר פארלוירן צוליב קאוויד, א טעות מוחלט.)

און אויב איר גלייבט נישט די אנקעטעס, איז נישט דא וואס זיך צו זארגן, מיטן אויסנאם פון 2021, האלטן די דעמאקראטן און איין געווינען, לויט די חשבונות אן די אנקעטעס, געווינט ביידן בגודל.

ביישפילן
נאך פונדערהיים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:56 pm
FLORIDA
Sanders 53% (+6)
Trump 47%
.
Biden 51% (+2)
Trump 49%
.
Warren 51% (+2)
Trump 49%
.
Buttigieg 50%
Trump 50%

Florida Atlantic University 1/9-12
https://t.co/CA6mHo0VOL
און דא אן אנקעטע ווי א שמאלע רוב האלטן אז טראמפ וועט געווינען, אבער ער טרעילט.
נאך פונדערהיים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2020 7:44 am
א פרישע וואשינגטאן פאוסט/עי בי סי אנקעטע

אין אלגעמיין טוען 49% אמעריקאנער ערווארטן אז טראמפ וועט געווינען ריעלעקשן, קעגן 43% וואס פרעדיקטן א דעמאקראטישע געווינס.

ווען עס קומט צו שטיצן ספעציפישע קאנדידאטן זענען דאס די נומערן:

ביידען 50 טראמפ 46. ד+4
סענדערס 49 טראמפ 47. ד+2
בלומבערג 49 טראמפ 46. ד+3
קלאובאטשור 48 טראמפ 47. ד+1
ווארען 49 טראמפ 49. אייניג
בוטידזשעדזש 45 טראמפ 48. ר+3

די אנקעטע האט א 4 פונקטן מארדזשין אוו עראר, דאס מיינט אז טראמפ איז טעכניש אייניג מיט אלע זיינע אפאנענטן.

לויט די זעלבע אנקעטע אין אקטאובער, האבן ביידען, סענדערס, ווארען, און בוטידזשעדזש, אלע געהאט א דאבל-דידזשיט אויבערהאנט איבער טראמפ.

https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html

נאך עטליכע אנקעטעס, א חודש נאנטער ווי יעצט, אבער הארט בעפאר קאוויד.
ליבלעך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:36 am
Marist/NPR, General election poll
Biden 50 Trump 44 (+6)
Bloomberg 48 Trump 44 (+4)
Bernie 48 Trump 45 (+3)
Buttigeig 47 Trump 45 (+2)
Klobuchar 47 Trump 45 (+2)
Warren 47 Trump 46 (+1)
ליבלעך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 6:08 pm
#National @NBCNews/@WSJ General Election Poll:

Biden 52% (+8)
Trump 44%

Bloomberg 50% (+7)
Trump 43%

Sanders 50% (+4)
Trump 46%

Buttigieg 48% (+4)
Trump 44%

Klobuchar 48% (+3)
Trump 45%
(די עמערסאן דא איז ווי איר זעהט אן אוטלייער)
ליבלעך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 9:50 pm
National @EmersonPolling General Election Poll:

Sanders 51% (+2)
Trump 49%

Trump 51% (+2)
Bloomberg 49%

Trump 51% (+2)
Klobuchar 49%

Trump 51% (+2)
Buttigieg 49%

Trump 52% (+4)
Biden 48%
ליבלעך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 10:45 am
#National @ABC/WaPost GE Poll:

Biden 52% (+7)
Trump 45%

Sanders 51% (+6)
Trump 45%

Bloomberg 50% (+5)
Trump 45%

Buttigieg 49% (+3)
Trump 46%

Klobuchar 48% (+2)
Trump 46%

Warren 48% (+1)
Trump 47%
איך בוי בעיקר אויף די סך הכל שטימען וואס טראמפ האט ארויסגעשלעפט [און נארישערהייט אפגעשוואכט זיין ציבור צו ארבעטן מיט אירלי און מעיל-אין], מיט דעם איז ער א געווינער ווען נישט די שיקאנעס פון דעמס, צו ס'האט מיט קאוויד אדער ס'איז שוין געווען אין פלאן אנדעם אויך, וויס איך נישט, ס'קען זיין ביסט גערעכט אז ס'וואלט ממילא געווען, כאטש איך זע נישט וויאזוי
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:48 am
פארוואס מיינסטו אז די "עסטעבלישמענט" איז נישט בלינד?
כ'האבגעויסט אז מ'גייט טשאלענדזשן מיין ארטיקל

כ'האב מיך אבער נישט גערישט אז אויף דעם פרט
דיימאנד סוחר
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:55 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיימאנד סוחר »

איינער דארף מאכן א סך הכל פון אלע אפציעס אין מען וואט זען וואס איז די בעסטע
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

ותיק וחסיד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:07 am
ווער איז דאס עסטעבלעשמענט? זיי האבן אן אפיס? זיי האבן א הויפט? ווען און וויאזוי קומען זיי זיך צאם צו מאכן החלטות? וויאזוי ארבעטן זייער החלטות, דורך רוב אדער דורך די הויפטן? איך קען ווערן איינע פון זיי?
@ותיק וחסיד מעגסטעך דרייען דא אפטער
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

גיבור האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:55 pm
איך וועל אפשר שרייבן א לענגערע אנעליז א אנדערע מאל

אבער יעצט לאמיך זאגן פשוט

די בעסטע זאך פאר די אסטעבלישמענט איז אז דאנלד טראמפ איז דער וויירשיינליכער רופאבליקאנע קאנדידאט

אלע קענאנען זענען גרייט
מען דארף נישט מער ווי אויפשפילן די Jan 6 בילדער איבעראל
באהאלטן דזאו ביידן
און האמערן אגאנצן טאָג וויאזוי טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקראטיע
און דעטס איט דזאו ביידן איז ווידער ערוואלט

טראמפ שטיצער כאפט אריין צו זען טראמפ פאראויס פון ביידן אין די אנקעטעס

אלס נענטער טראמפ ווערט צו ווערן די רופאבליקאנע נאמעני וועלן זיך זאכן שנעל טוישן

Watch and see
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:49 am
יוגאוו אנקעטע:

ביידען 44
טראמפ 43
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אפגעגאלט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:46 pm
...

...

מישעל אבאמא

...

...
פרייליכן זעכציגסטן געבורטסטאג, קומענדיגע פרעזידענטקע אבאמא. זאל דער אייבערשטער העלפן אז מען זאל דערגרייכן ביז הונדערט און צוואנציג!
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

וואס איז דער פלאן פרעגסטו? דא האסטו שוין עפעס א שטיקל פלאן
שמן ששון האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:24 pm
די דזשודישיעט קאמיטע אין קאנרעס האט פארלאנגט אין אפציעלע פיילונגס היינט, אז יעדע עלעקטראנישע טראנזאקציע אין וועלכע עס ווערט דערמאנט די ווערטער, "טראמפ" אדער "מאגא", זאל ווערן רעד פלעגט...
קאמיסארן זענען איבריג.
נו דאס מילא, אבער עלעקשן פראוד? נעה! דאס שוין נישט.. חס מלהזכיר! ווייל אויב וועסטו דאס יא מזכיר זיין וועט דאס ווערן רעד פלעגדט...
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

גיבור האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:55 pm
איך וועל אפשר שרייבן א לענגערע אנעליז א אנדערע מאל

אבער יעצט לאמיך זאגן פשוט

די בעסטע זאך פאר די אסטעבלישמענט איז אז דאנלד טראמפ איז דער וויירשיינליכער רופאבליקאנע קאנדידאט

אלע קענאנען זענען גרייט
מען דארף נישט מער ווי אויפשפילן די Jan 6 בילדער איבעראל
באהאלטן דזאו ביידן
און האמערן אגאנצן טאָג וויאזוי טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקראטיע
און דעטס איט דזאו ביידן איז ווידער ערוואלט

טראמפ שטיצער כאפט אריין צו זען טראמפ פאראויס פון ביידן אין די אנקעטעס

אלס נענטער טראמפ ווערט צו ווערן די רופאבליקאנע נאמעני וועלן זיך זאכן שנעל טוישן
Watch and see
אלע קענאנען זענען גרייט
מען דארף נישט מער ווי איבערשפילן די נאוועמבער 8 מאסיווע וואל גניבות

באהאלטן אפאר באקסעס בעלעטס אונטערן טיש

און האמערן אגאנצן טאָג וואספארא סכנה פאר דעמאקראטיע ס'איז בכלל צו רעדן א ווארט וועגן עלעקשען פראוד
און דעטס איט דזאו ביידן איז ווידער ערוועלט.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אז ס'האט גוט געארבעט דאס פאריגע מאל וואס ברויך מען זוכן נייע סטראטעגיעס?

טראמפ שטיצער כאפט אריין צו זען טראמפ פאראויס פון ביידן אין די אנקעטעס

אלס נענטער טראמפ ווערט צו ווערן די רופאבליקאנע נאמעני וועלן זיך זאכן שנעל טוישן און די פעיק ניוז מידיע וועט אנהייבן אנגרייטן דעם באדן פאר די מאסיווע עלעקשן פראוד מיטן האמערן מיט פאלטשע פאולס ווי למשל אז ביידן איז מיט 17% פאראויס אין וויסקאנסען...
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

קושטא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:55 pm
גיבור האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:55 pm
איך וועל אפשר שרייבן א לענגערע אנעליז א אנדערע מאל

אבער יעצט לאמיך זאגן פשוט

די בעסטע זאך פאר די אסטעבלישמענט איז אז דאנלד טראמפ איז דער וויירשיינליכער רופאבליקאנע קאנדידאט

אלע קענאנען זענען גרייט
מען דארף נישט מער ווי אויפשפילן די Jan 6 בילדער איבעראל
באהאלטן דזאו ביידן
און האמערן אגאנצן טאָג וויאזוי טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקראטיע
און דעטס איט דזאו ביידן איז ווידער ערוואלט

טראמפ שטיצער כאפט אריין צו זען טראמפ פאראויס פון ביידן אין די אנקעטעס

אלס נענטער טראמפ ווערט צו ווערן די רופאבליקאנע נאמעני וועלן זיך זאכן שנעל טוישן
Watch and see
אלע קענאנען זענען גרייט
מען דארף נישט מער ווי איבערשפילן די נאוועמבער 8 מאסיווע וואל גניבות

באהאלטן אפאר באקסעס בעלעטס אונטערן טיש

איז געווען א וואל פלאץ ווי עס איז נישט געווען רופאבליקאנע וואל אבזערווירער בשעתן צײלן די שטימען?
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
האסט א פראבלעם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 05, 2023 6:22 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט א פראבלעם »

איז דא ווער אדער וואס סקען זיי צירוק האלטען פין טוהן וואס סנאר נישט שייך צי מסדר זיין טראמפ
ווער קען זיי האלטען אקאנטאבעל ווער? רעפובליקאנער? קיינמאל נאך נישט באוויזן
מידיע וואס ווער.

דער משוגענער האט נישט קיין דריסת רגל אין הויז,אן א פלאן
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: די עסטעבלישמענט איז נישט בלינד. וואס איז דער פלאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

גיבור האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:59 pm
קושטא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:55 pm
גיבור האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:55 pm
איך וועל אפשר שרייבן א לענגערע אנעליז א אנדערע מאל

אבער יעצט לאמיך זאגן פשוט

די בעסטע זאך פאר די אסטעבלישמענט איז אז דאנלד טראמפ איז דער וויירשיינליכער רופאבליקאנע קאנדידאט

אלע קענאנען זענען גרייט
מען דארף נישט מער ווי אויפשפילן די Jan 6 בילדער איבעראל
באהאלטן דזאו ביידן
און האמערן אגאנצן טאָג וויאזוי טראמפ איז א סכנה פאר דעמאקראטיע
און דעטס איט דזאו ביידן איז ווידער ערוואלט

טראמפ שטיצער כאפט אריין צו זען טראמפ פאראויס פון ביידן אין די אנקעטעס

אלס נענטער טראמפ ווערט צו ווערן די רופאבליקאנע נאמעני וועלן זיך זאכן שנעל טוישן
Watch and see
אלע קענאנען זענען גרייט
מען דארף נישט מער ווי איבערשפילן די נאוועמבער 8 מאסיווע וואל גניבות

באהאלטן אפאר באקסעס בעלעטס אונטערן טיש

איז געווען א וואל פלאץ ווי עס איז נישט געווען רופאבליקאנע וואל אבזערווירער בשעתן צײלן די שטימען?
איין פלאץ? אין דשארדשיע האט מען אהיים געשיקט יעדעם, און נאכדעם צוריק גערופן נאר די דעמאקראטישע. מיט כל מיני נארישע באבע תירוצים

אין פענסעלוועניע האבן זיי זיך אפן אנגעפיפן אויפן דשארדש וואס האט געהייסן צולאזן די רעפאב. פאול וואטשערס, און די פאליציי האבן זיין נאך צוגעהאלפן.

און וואס איז מיט וויסקאנסען, מישיגען, ווי 1:30 פארטאגס ביי 75% אפגעציילט און טראמפ איז געווען פאראויס מיט 150,000 שטימען האט מען אן א פארוואס און פארווען אפגעשטעלט דאס ציילן, פאר פיר שעה, און פלוצלונג ויהי בבוקר 6:30 פארטאגס בנפול תרדמה על כל האנשים געט ביידן א שיס ארויף מיט איין שאס איבער טראמפ, דאס האב איך אליין מיטגעהאלטן לייוו, ועוד ועוד באריזאנע נעוואדע אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם.

אבער אז אין די נעשענעל אין די סאושעל מידיע ווערט אלעס שטרענג צענזורירט, איז דאך אוודאי אלעס נישט מער ווי הוילע קאנספיראציעס. און אז אזא איינער ווי מייק לינדעל האט מען באגראבן זיין ביזנעס מיט עף בי איי קלאגעס פארן חטא פון זיך וואגן צו רעדן אין פובליק פון די עלעקשען פראוד איז דאך דאס גאר א שטארקע ראיה אז ס'אלעס קאנספיראציעס...

גיי פרעג נאר די דעמאקראטישע חברה דא, וועסטו שוין זעהן וואספארא שטותים דער קושטא רעדט, אלעס האט פשוט מיט אוטסטענדינג, אינסטענדינג... אבער פארשטייט זיך אז אלעס נאר פון 1:30 ביז 6:30, נישט פארדעם נישט נאכדעם איז אלעס געגאנגען געשמירט, און פארשטייט זיך נאר און די פאר סווינג שטאטען האבן זיך געמאכט די דאזיגע פראבלעמען.

נישט איינצוזעהן די מאסיווע פראוד וואס גייט לעצטענס פאר אין לאנד, דארף מען זיין נישט נאר סופער נאאיוו, נאר פשוט בלינד. מ'מאכט זיך שטארק צו די אויגן און מ'וויל נישט זעהן וויל אזוי איז באקוועמער פאר די מנוחת הנפש.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”