חבורות און מפעלים אינעם אלטן היים

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

חבורות און מפעלים אינעם אלטן היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איך האב נישט געטראפן א פאסיגע אשכול דערפאר, דעריבער עפן איך א נייע אשכול.
אויב שוין דא אזאנס ביטע שמעלצן.

ובזה החלי:

אינעם מדור לפני תשעים שנה אינעם עלי זכרון ברענגט הרב שפיטצער צוויי חבורות וואס איך וויל מברר זיין,

עלי זכרון 26 עמוד צ"א :
בקהילת בעלעד שבמחוז שופרון, הרב בנימין ברגר מנהל ישיבה עם 100 בחורים. הוא גם מורה וגם מחנך. לאחרונה הוא פרסם ספר "אמירה לבית יקב" על אודות חינוך בנות ישראל. החברה "מהדירי הש"ס" עם תקנותיה קמה ביזמתו. בער"ח ניסן נערך במסגרתה סיום. נוכחו רבים מבני קהילות ראאב, פאפא, שופרון, טשארנא ושטיינאמאנגר עם רבניהם ות"ח, בחגיגה נישאו דרשות, כאשר כולם שבחו את הרב 'לא אלמן ישראל'.

עלי זכרון 31 עמוד ע"א :
הנהלת חברת 'מחזיקי הדת' במחוזות שופרון, ואש, ג'ור ווספרםהחליטה, לאחר הפסקה של שנים אחדות לחדש את פעילותה.
... ...
... ...
ביום י' אלול נערכה בצ'ורנא אסיפת חברת 'מחזיקי הדת' של מחוזות שופרון, ואש, ג'ור ווספרים.
באותו זמן נערכה גם הישיבה הדו-שנתית של חברת 'מהדרי הש"ס' תחת נשיאות ר' בנימין בערגער [ר"מ בבעלעד].
לאסיפת 'מחזיקי הדת' הגיעו רבנים ויראים של כל הסביבה בכדי להרים את הדגל לחזק הדת והאמונה וכו' וכו' וכו'


ראשית, די חברת מחזיקי הדת איז די זעלבע זאך ווי מחזיקי הדת של הצדיקים מבעלזא וקראקא זצ"ל? אדער איז דאס אן אנדערע זאך?
אויב יא, איז אין יעדע געגענט געווען א ברענטש וכדומה?
אויב נישט, וואס איז עס יא? קען מען ערגיץ ליינען איבער דעם?

שנית, די חברה מהדירי/מהדרי הש"ס וואס רבי בנימין בערגער האט מייסד געווען, זעט אויס איז געווען אקטיוו אין די אומגעגענט דארט: בעלעד, פאפא, ראאב, שאפראן, טשארנא, שטיינאמאנגער (סאמבהאטעלי),
ווייסט איינער וואס איז די חבורה? איז עס דארמאנט אן סיי וועלכע ספר פון יענע תקופה אדער אין סיי וועלכע ספר זכרון וכדומה?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”