קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואסער מאלער
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 16, 2022 3:02 am

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסער מאלער »

shalsheles האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:32 pm
ר׳ אברהם לייב אפשר קענט איר שטעלן א לינק פון א קלארינעט וואס איז נישט צו טייער און גוט פאר א מתחיל?
מ'דארף גיין אין געשעפטן זיך פערזענליך אומקוקן און דורכרעדן מיטן מוכר וואס וואלט געווען פאסיג פאר דיר נישט אונליין.
אש תמיד תוקד-א פייער ברענט אין הארץ פון א איד!!!
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: שבת חנוכה מירון מיט א יובל יארן צוריק, זכרונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:44 pm
שבת חנוכה אין מירון קרוב צו א יובל יארן צוריק!

זכרונות פון א ירושליימער יינגל, אברהם לייב בורשטיין.

די וועג צו מירון אין יענע יארן....

א אוטובוס, אייזערנע בענק, מיט א דינע ווייכע סחורה אויף די באנק, קאלט אינעוויניג אדער גאר הייס, נאך נישט געווען איירקונדישינער.

אייזערנע רעלסן איבערן דאך, דארט האט מען צוגעבונדן די פעקלאך פון די נוסעים.
געדויערט האט די וועג ארום 7 ביז 8 שעה.
פון ירושלים ביז חיפה אדער חדרה, דארט בייט מען א אוטובוס, וויל סאיז שוין צו פיל פאר א אוטובוס און איין דרייוער.
אלע מוזן אראפ גיין, אראפ נעמען עקל פעקל מאנטל, און יאנקאלע הרשלר דער בחור דער גבור, קריכט ארויף אויפן דאך, און ווארפט די רענצלאך אויפגעבונדן פון די מעטאלענע רעלסן...

אריין אין דעם "נייעם" אוטובוס, און: קדימה! יאלה! הימשי!....
מיט א געזאנג בר יוחאי פון דעם עולם.
נאך נישט געווען קיין טייפ מאשין מיט א ספיקער אין אוטובוס.

אונזער זיידע רבי משה פלעגט קומען אלע שבת מברכים אין מירון, העכער 70 יאר נאכאנאנט!
אבער שבת חנוכה נישט.
מיין טאטע ע"ה, אויך נישט, נאר איינציגע מאל.
א קליין אויבן אין צימער, פון נאפט, רויכערט וי קוימען, אבער מאכט ווארים נאר לעבן איהם.

אויף א שעלף א האלצערנע ליגט:
וואטע פאר קנויטן צו שבת ליכט און חנוכה ליכט, מעטאלענע קרוג שמן זית, נעגל שניידר, שערל, 4 טעלער, 6 גלעזער יעדער פון א אנדערע פאבריק מיט קאליר, א מעסער א גרויסע, א זאלץ מעסטל, א בשמים ביקסל, א האנטוך, א ביסל סענץ פאר תה, און פירקאנטיקטע שטיקלעך צוקער.
איבער דעם, א פאליצע מיט:
אלטע סידור קרבן מנחה, מחזור ראש השנה, תהילים בהוצאת לוין אפשטיין, א אלטן מדרש רבה ויקרא, און א פאר קונטרסים פון מקובל רבי ישעיה אשר זליג מרגלית זצ"ל, א שכן פון מיין זיידנס צימער.

א קליין שילד לעבן טיר, נס גדול היה שם! והוא פלאי.

די טיר איז נידעריג, מען מוז זיך איינבויגן כורעים צו אריין גיין אדער ארויס, אז נישט כאפט מען א גוטן זעץ אין שטערן, א אנזאג פאר די אנדערע.

מיין טאטע ע"ה, מיטגעבריינגט עוף, א טאפ, אפגעשיילטע קארטאפל, בעבלאך, צו גרייטן א שבתדיגן טשונט, אויף א באלאן גאז.
אונטן בי דעם ציון, ר שמול צציק זיצט ביים טיש לינקס, די קאפ צוגעקלעפט אין ליקוטי הלכות, די אויגן לויפן שנעל איבער די אותיות, ברומען פון זיין הארץ לאזט זיך הערן, א פחד איהם צו שטערן.
לעבן איהם זיצט אויפן דרערד, אשר דער פארסי, אנגעטהון אין 6 מאנטלען (אויך זומער) און שאלן, מיט א אלטן אפגעריבענעם קאפילוטש, און א בארג פלסטיק ניילונס ארום איהם, א ווארט האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם, אפילו נישט א הוסט, א ברום, א רוף.
זיין סוף נעבאך איז געווען שרעקליך, א מעשוגענער האט איהם געהארגעט מיט א מעסער, אויבן בי זיין צימער, א קרבן לכבוד רשב"י רחמנא לשיזבן.

א טייל פון די שפירא פאמיליע קומען און גייען אין צימער לעבן אונז, דארט אין דעם לאך, שטייט איין דער שרף רבי שמואל שפירא, אלט און קראנק, אבער די קאפ לויטער און פלאמעדיג מיט עבודת השם פול זעלבסט קאנטראל.

א פאר ייגנלאך האבן מיר מחליט געווען צו גיין צו מערת בית הלל, א פחד און שטילקייט ארום, מעגייט אריין אין די גרויסע מערה, טונקל, ריח פון אויגעגאנגענע וואקס שעווה ליכט, וואסער פון א אינעליכער ברונען צווישן די פיל גרויסע שטארקע 3 שפיציגע מצבה שטיינער רינען ביז די פייכטע ערד.
אנדערע האבן גענומען קוראז' און גיקלעטערט ביז בית שמאי וכלתו, איינער פון די אינגלאך איז יעקב יוסף לעפקאוויטש פון מאנסי, א אייניקל פון רבי שמואל שפירא.
און אפילו ביזן כיסא של אליהו, זענען מיר אנעקטמען, מהלך א שעה צווישן דערנער, וואלד, שאקאלן.
אבער די מאמע איז סייוי נישטא צו בייז ווערן אויף די צעריסענע הויזן און אפגעשווארצטע בלוסקע... דער טאטע? נו... מוועט אפקומען מיט א פאטש אדער 2 און ווייטער גיגאנגען

מיין טאטע רבי חיים ע"ה פארעט זיך נאך מיט דעם חמין... מי שלא טרח בערב שבת, ווייסט ער שוין, אז מעדארף לויפן חלילה בצייטנס צום הכנסת אורחים, כאפן א האלבן טעלער יוך אן קניידלאך, אן קיין לאקשן אן מאנדלען, און זיין דאנקבאר נאך אויך...
מיר בורשטיין'ס זענען תמיד ווייט פון הכנסת אורחים'ס וכיוצא, עלה זית מרה מהקב"ה, ולא גרויסע ליידיגע הכנסת אורחים שיסלען.
אבער..... אזוי וי אלעמאל, די נסים פאסירט דאן ערב שבת בין השמשות....
אופס!!! א פיער ארויס פין דעם עלעקטקישן פושקע, און סווערט א "קצר" חשמלי, אויס לעקטער!
טונקל! טשונט, נישטא אויף וואס צו ווארעמען, דער אויבן פון נאפט אבער ארבעט יא...
מיין טאטע ע'ה, גייט ארויס און זעהט א עלטערער אמריקאנער בחור, מיטן נאמען גבירץ ז"ל, זיין פראפעסיע איז א עלעקטריקער! ער גייט אריין און פארעט זיך מיט אפענע לעקטער, אן קיין ארבעט געצייג, נאר מיט מיט א גאפל און מעסער... און ענדליך צוריק געמאכט תחיית המתים דעם חשמל....
זיין באלונונג איז געווען, א אמתדיגער פולער טעליר טשונט שבת מיטאג!!!
וויל א טאפ חמין אין אזא מצב איז געווען בבחינת אין לנו להשתמש בהם אלא לראותם, אדער ריכטיגער געזאגט להריחם....

ביינאכט, נאך די ארימע סעודת שבת, ווערט מיין טאטע ע"ה א ממציא המצאות, וי אזוי לעגן די קינדער און די עלטער שלאפן, אין א חדר פון ד'על ד'.
אויך מיין קאזן אברהם שמעון אנציקלופדיה גאון פון תורה, מדרשים, שיחות, סיפורים וכו' א בחור דעמאלט, אויך געשלאפן אין קליין צימערל פון זיידען.


פרייטיג ערב שבת חנוכה...
מעגרייט די ליכט אין די מנורות, יעדער כאפט א וינקל לעבן איינע פון די פיל פענצטער בי דעם ציון הרשב"י, מיט זיין מנורה.

די אנשיןס, די קינדער פון דעם הדרת פנים'דיגן רבי ישראל נחמן אנשין זצל, אוסגעזעצט אויף גראבע דעקעס אויסגעשפרייט אויפן באדן, נעמען זיך זינגען די זמירות, ברסלבר נוסח, הארץ, טרויער און האפנונג אינאיינעם, בעיקר הערט מען שמעון בן רבי שרול נחמן מיט א העכטער אטענטישער שטימע.

מוצאי חנוכה.
מעצינדט די חנוכה ליכט, זינגט די זמירות חנוכה, מיט במוצאי וזמירות מוצ"ש.
און מעלויפט שוין נאכאמאל ביים קעלט וידער אינדרויסן פון אוטובוס, ביז מגייט אריין און מעזיצט.

וי אזוי?
אה, 4 קינדער אין א באנק פון 2.
דער שלימאזל פון די קינדער זיצט אויפן שפאלט צווישן די בענקלאך, און שטייט בעסער רוב די נסיעה, כדי מארגן זאל איהם נישט וויי טאהן זיצן ביים מלמד אין חיידער, גענוג פעטש אין פנים אויבן, דארף נישט וויי טהאן אויך נאך פלעצער אין קערפער....

איך זיץ, לעבן פענסצטער, לעבן מיר דער אלטער רבי ישראל נחמן אנשין.
און!....
א בשורה!
3 בחורים זענען פארלארן געגאנגען אויף די הוכע בערג ג'ערמארק!
נאך נישט געווען טלפאנען פרייע אן א דראט צום וואנט, נאך נישט געווען זק"א, הצלה, א וויסטן צפון ליידיג, טונקל, חיות, און קעלט.

און אינמיטן הער איך קולות!!
וואס איז?
דער אלטער רומיינער בעל הקיוסק, וויל נישט געבן צוריק די פייאסטערס פאר די ליידיגע פלעשער וואס מעהאט געקופט פאר שבת...
זיין חשבון איז, איר וועט סייוי מוזן לאזן דא די ליידיגע פלעשער....
ער האט געהאט א גרויסן טעות...
ירושליימער ארעמע באליידיטע יונגען האבן איהם צוריקגעגעבן די פלעשער דורך ווארפן גלייך אין פנים פון קיוסק, גיהאקט שויבן, און געמאכט דארט א גבעת החרסים....

אויפן וועג צוריק, טונקל, און איך טראכט וועגן די 3 בחורים פארבלאנזעט אין די בערג!!
טרערן אין מיינע אויגן האבן פארוואנדלט זיך אין הילכיגער געוויין, איך בין א יינגל פון סך הכול 7 יאר, דער אלטער ישראל נחמן האט מיר אבער געטרייסט און געמוטיגט אז ער האט געהערט פון מיר די סיבה פון מיין וויינען.

טיף אינמיטן נאכט, דער אוטובוס שטעלט זיך אין מאה שערים צווישן ברסלב און תולדות אהרן, מכאפט די פעק און מעלויפט אהיים...

מארגן וועל איך דערציילן אין חדר די אלע גבורות ונפלאות אונזערע פון די רייזע שבת חנוכה מירון תשל"ט
טאטי לעכטיג... איי. די שפראך נישט נארמאל דערמאנט מיר פון תשכ אידיש פון דאס אידישע ליכט אז אלכס ווערט מיר צוגאסן ווי האניג...
עס טראגט מיר צוריק צו צייטן...
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

viewtopic.php?t=67506#p4928623

לינק צו אלבאם, וואס איך האב ארויף גענומען צו אייועלט מיט לינק דרייו.
אטעטשמענטס
IMG-20240219-WA0059.jpg
IMG-20240219-WA0059.jpg (108.19 KiB) געזען 5071 מאל
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10850
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שכח ר' אברהם לעיב (אזוי שרייבט אין איזריעל איא ?)
יעצט באמערקט דיין גוגל דרייוו מיט אלע קליפס אייערע!
זיך צו באלעקן!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

viewtopic.php?t=67409#p4929146
לינק צו פרק ג'
פרנסה? גיין נאך געלט? ירושלים - אמריקע.
אטעטשמענטס
FB_IMG_1708405485772.jpg
FB_IMG_1708405485772.jpg (24.97 KiB) געזען 4936 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

https://drive.google.com/drive/folders/ ... DtFyTMyZy6

איר ווילט הערן מיינע מעשיות? דריקט דעם לינק .
אטעטשמענטס
אלט ירושלים 100 יאר צוריק
אלט ירושלים 100 יאר צוריק
FB_IMG_1708448877695.jpg (149.75 KiB) געזען 4492 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

אברהם לייב, פארן אהיים פארן צוריק אין ירושלים, א בקשה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

א גוטע וואך, יעצט פאר דעם אהיים פארן צו ירושלים נאך א וואך בעז"ה.
(אויב איך וועל האבן א עקסטרע זאך אויף פורים, וועל איך קומען צוריק אי"ה צו אמעריקע)
וויל איך שרייבן א מין באריכט כללי וועגן אמריקה, און די דיפערענצן צו אנדערע יידישע ישובים אין די וועלט און ארץ ישראל,

ביטע שרייבט מיר אין פרייוועט אויב אייך האבן נקודות אינטרעסאנטע וואס אייך וואלטן געוואלט איך זאל שרייבן וועגן דעם
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אברהם לייב, פארן אהיים פארן צוריק אין ירושלים, א בקשה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 7:29 pm
א גוטע וואך, יעצט פאר דעם אהיים פארן צו ירושלים נאך א וואך בעז"ה.
(אויב איך וועל האבן א עקסטרע זאך אויף פורים, וועל איך קומען צוריק אי"ה צו אמעריקע)
וויל איך שרייבן א מין באריכט כללי וועגן אמריקה, און די דיפערענצן צו אנדערע יידישע ישובים אין די וועלט און ארץ ישראל,

ביטע שרייבט מיר אין פרייוועט אויב אייך האבן נקודות אינטרעסאנטע וואס אייך וואלטן געוואלט איך זאל שרייבן וועגן דעם
אייער אבזערוואציעס איז זייער אינטערעסאנט!

(איך זעה די בעטסט זיך ערנסט איבער מיט די כוללים...)
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: אברהם לייב, פארן אהיים פארן צוריק אין ירושלים, א בקשה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

אייער אבזערוואציעס איז זייער אינטערעסאנט!

(איך זעה די בעטסט זיך ערנסט איבער מיט די כוללים...)

יא יא... באלד קומען דארט אין ירושלים און כאפן פון זיי?...
און קמחא דפסחא חלילה אויסשליסן....
חחח
אבער איך בין נישט קיין הונגערישער און נישט גאליציאנער חלילה, א פשוטער ירושליימער פולישער (כולל פולין געהערט צו א פאר שטארקע באווסטע חסידים, קיינמאל נישט געבעטן פון זיי, נישט באקומען פון זיי און נישט געגעבן פאר זיי)
און האלבער אמעריקנער ייקע, זיכער נישטא קיין כולל זיך צו צעטשפענען מיט זיי..
[/quote]
אטעטשמענטס
FB_IMG_1708721473820.jpg
FB_IMG_1708721473820.jpg (77.45 KiB) געזען 4091 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10850
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אברהם לייב, פארן אהיים פארן צוריק אין ירושלים, א בקשה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 8:10 pm
אייער אבזערוואציעס איז זייער אינטערעסאנט!

(איך זעה די בעטסט זיך ערנסט איבער מיט די כוללים...)

יא יא... באלד קומען דארט אין ירושלים און כאפן פון זיי?...
און קמחא דפסחא חלילה אויסשליסן....
חחח
אבער איך בין נישט קיין הונגערישער און נישט גאליציאנער חלילה, א פשוטער ירושליימער פולישער (כולל פולין געהערט צו א פאר שטארקע באווסטע חסידים, קיינמאל נישט געבעטן פון זיי, נישט באקומען פון זיי און נישט געגעבן פאר זיי)
און האלבער אמעריקנער ייקע, זיכער נישטא קיין כולל זיך צו צעטשפענען מיט זיי..

[/quote]
ס'מיינט א פולישע און נישט קיין גליציאנער ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: אברהם לייב, פארן אהיים פארן צוריק אין ירושלים, א בקשה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

eller האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:18 am
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 8:10 pm
אייער אבזערוואציעס איז זייער אינטערעסאנט!

(איך זעה די בעטסט זיך ערנסט איבער מיט די כוללים...)

יא יא... באלד קומען דארט אין ירושלים און כאפן פון זיי?...
און קמחא דפסחא חלילה אויסשליסן....
חחח
אבער איך בין נישט קיין הונגערישער און נישט גאליציאנער חלילה, א פשוטער ירושליימער פולישער (כולל פולין געהערט צו א פאר שטארקע באווסטע חסידים, קיינמאל נישט געבעטן פון זיי, נישט באקומען פון זיי און נישט געגעבן פאר זיי)
און האלבער אמעריקנער ייקע, זיכער נישטא קיין כולל זיך צו צעטשפענען מיט זיי..
ס'מיינט א פולישע און נישט קיין גליציאנער ?

ברוך שכוונת.
[/quote]
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
a proud williamsburg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:34 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a proud williamsburg »

לזיכו הרבים לייג איך דא אַרויף די לינק צו ר'אברהם לייבס הערליכע ארטיקעל וועלכע איר האט מעגלעך פארזעהן
viewtopic.php?p=4943276#p4943276
עס וואלט געווען גרינגער ווען מען דארף נאר ניצן די ווייסע חלק פון די פיאנאו אבער די פאר שווארצע חלקים איז גאר וויכטיג פאר די ניגון
דיין לעבן איז א ניגון!!!
עס איז גרינגער אן די שווארצע חלקים אבער דיין לעבן וואלט נישט געארבעט אן דעם
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

וואס איז הרב בורשטיין נאמבער פאר א מעמד??
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
a proud williamsburg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:34 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a proud williamsburg »

בארואיגט-אייך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:35 am
וואס איז הרב בורשטיין נאמבער פאר א מעמד??
קוק אונטן פון יעדע זיינע תגובה
עס וואלט געווען גרינגער ווען מען דארף נאר ניצן די ווייסע חלק פון די פיאנאו אבער די פאר שווארצע חלקים איז גאר וויכטיג פאר די ניגון
דיין לעבן איז א ניגון!!!
עס איז גרינגער אן די שווארצע חלקים אבער דיין לעבן וואלט נישט געארבעט אן דעם
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

א ביסל הומאר אויף די בחירות, אברהם לייב, תשע"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

https://drive.google.com/file/d/1Hb5KUL ... p=drivesdk
מעשה מיט
א חסיד,
א פרענק,
א מאדערנער ייד,
א ליטפיק
און א ירושליימער קנאי....

משנכנס אדר.. א ביסל שמייכלען
אטעטשמענטס
בן ציון קלעצקין אין א ירושליימער שמחה  מיט קלארינעט
בן ציון קלעצקין אין א ירושליימער שמחה מיט קלארינעט
FB_IMG_1708975239927.jpg (40.99 KiB) געזען 2694 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

.יאפציק פון אונטער די קולסן דער פורים קליפ

viewtopic.php?p=4949550#p4949550
אטעטשמענטס
Screenshot_20240228_193349_Drive.jpg
Screenshot_20240228_193349_Drive.jpg (66.37 KiB) געזען 2395 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
a proud williamsburg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:34 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a proud williamsburg »

שבת פרידה
עליה לתורה בי יואלי לאנדא

viewtopic.php?p=4953764#p4953764
עס וואלט געווען גרינגער ווען מען דארף נאר ניצן די ווייסע חלק פון די פיאנאו אבער די פאר שווארצע חלקים איז גאר וויכטיג פאר די ניגון
דיין לעבן איז א ניגון!!!
עס איז גרינגער אן די שווארצע חלקים אבער דיין לעבן וואלט נישט געארבעט אן דעם
אוועטאר
Presidential Estates
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

שלום עליכם @אברהם לייב בורשטיין
WELCOME BACK
👇👇👇👇👇👇👇
א גרויסע 6 בעדרום ’פול פורנישד’ הויז צו פארדינגען פאר שבת אדער שבועות. זומער (שוין גענומען)
פאר מער אינפארמאציע קום אין אימעיל.
צו פארמיידן חשש גילו...

[email protected]
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

רעוואלוציע פורים איו וילימסבורג! נחמן דימאנט קומט פון ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

די יאר פורים אי"ה וועלן מיר אויפטרעטן ערשטע מאל אין די גיוואלדיגע שטאט וויליאמסבורג, מיט אמתע יידישע לידער און געפילן.


און וועל דא ארויף נעמען בעזר השם שפעטער, פאר דעם עולם פון איוועלט רעקודינגס לשעה ולדורות.

"נחמן דימאנט" דער נייער שטערן, וואס איז א ארטיסט, קאמבינאציע פון חיליק מיט באלטי צוזאמען, און דער גרעסטער פיאניסט לדעתי אין די יידישע וועלט "ישראל עדעלסאן" פון קראנהייטס, מיט מיר צוזאמען.

געקומען די צייט עם ישראל אין אמעריקע זאל שעפן פון ריכטיגן קוואל די טענץ און מיוזיק.

https://drive.google.com/file/d/14UAd78 ... p=drivesdk לינק צו דימאנט מיט מיר אין אסטאניע טאלין.
א דאנק דעם חזן דער אומרוהיגער טועהר ארי שפילמאן פאר ארגאניזירן אלעס.
אטעטשמענטס
ביים רעקארדירן "התוועדות" אלטע חסידישע לידער.
ביים רעקארדירן "התוועדות" אלטע חסידישע לידער.
Screenshot_20240318_082604_WhatsApp.jpg (44.92 KiB) געזען 1280 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

עפעס א קליפ צוויי פון פורים אין ווילי מיט בורשטיין-דימאנט ?
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

לינק צו א קלעזמער איז יונג יידיש ת"א מיט אברהם לייב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

https://drive.google.com/file/d/1d1wX3Z ... p=drivesdk
דוינא און סירבא
קלארינעט אברהם לייב
פויק וולף
אקארדיאן שרביט נחמן
באס אהרן קריגער
אטעטשמענטס
Screenshot_20240404_161005_Drive.jpg
Screenshot_20240404_161005_Drive.jpg (66.24 KiB) געזען 570 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

מפתח אשכולות אברהם לייב לינק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

מפתח אשכולות
אלעס סארטירט מסודר.


viewtopic.php?p=5012519#p5012519
אטעטשמענטס
FB_IMG_1712146433822.jpg
FB_IMG_1712146433822.jpg (144.05 KiB) געזען 553 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10850
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ר' אברהם לעֶיב. @אברהם לייב בורשטיין
זאלט איר אלעמעל לעֶיבן, און קענען אנדערע אויפלעֶיבן.

צו שפילסטו אויך לג בעומר אין מירון ווייל כ'געדענקט נישט אייך צו האבן געזעהן ביי די שפילערס דארט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: רעוואלוציע פורים איו וילימסבורג! נחמן דימאנט קומט פון ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:35 am
די יאר פורים אי"ה וועלן מיר אויפטרעטן ערשטע מאל אין די גיוואלדיגע שטאט וויליאמסבורג, מיט אמתע יידישע לידער און געפילן.


און וועל דא ארויף נעמען בעזר השם שפעטער, פאר דעם עולם פון איוועלט רעקודינגס לשעה ולדורות.

"נחמן דימאנט" דער נייער שטערן, וואס איז א ארטיסט, קאמבינאציע פון חיליק מיט באלטי צוזאמען, און דער גרעסטער פיאניסט לדעתי אין די יידישע וועלט "ישראל עדעלסאן" פון קראנהייטס, מיט מיר צוזאמען.

געקומען די צייט עם ישראל אין אמעריקע זאל שעפן פון ריכטיגן קוואל די טענץ און מיוזיק.

https://drive.google.com/file/d/14UAd78 ... p=drivesdk לינק צו דימאנט מיט מיר אין אסטאניע טאלין.
א דאנק דעם חזן דער אומרוהיגער טועהר ארי שפילמאן פאר ארגאניזירן אלעס.
ווער איז דער ישראל עדלסאן? דער גרעסטער פיאניסט? ביים היימישן ציבור אדער בכלל אין די יידישע וועלט? פארוואס קען איך נישט דעם נאמען?
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: רעוואלוציע פורים איו וילימסבורג! נחמן דימאנט קומט פון ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

שווארמאל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:19 pm
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:35 am
די יאר פורים אי"ה וועלן מיר אויפטרעטן ערשטע מאל אין די גיוואלדיגע שטאט וויליאמסבורג, מיט אמתע יידישע לידער און געפילן.


און וועל דא ארויף נעמען בעזר השם שפעטער, פאר דעם עולם פון איוועלט רעקודינגס לשעה ולדורות.

"נחמן דימאנט" דער נייער שטערן, וואס איז א ארטיסט, קאמבינאציע פון חיליק מיט באלטי צוזאמען, און דער גרעסטער פיאניסט לדעתי אין די יידישע וועלט "ישראל עדעלסאן" פון קראנהייטס, מיט מיר צוזאמען.

געקומען די צייט עם ישראל אין אמעריקע זאל שעפן פון ריכטיגן קוואל די טענץ און מיוזיק.

https://drive.google.com/file/d/14UAd78 ... p=drivesdk לינק צו דימאנט מיט מיר אין אסטאניע טאלין.
א דאנק דעם חזן דער אומרוהיגער טועהר ארי שפילמאן פאר ארגאניזירן אלעס.
ווער איז דער ישראל עדלסאן? דער גרעסטער פיאניסט? ביים היימישן ציבור אדער בכלל אין די יידישע וועלט? פארוואס קען איך נישט דעם נאמען?
ה א גופא קשיא.
אידעלסאן, ביז 40 יאר צוריק, געווען פון די בעסטע מיוזיקער, אין רוסלאנד.
א תלמיד מוסמך פון ליאונארד רובינשטיין, שרייבט און אויך orchestra conductor 200 מיוזישנס!
ער איז דער פיאניסט בי תיקון חצות פון חיליק פראנק און נאך.
נאר אין די גרויסע אמעריקע, וויסט מען פון קיבארד דיג'י און מער נישט, אזוי וי ציט עסן וואס מקען 12 סארט די זעלבע עסן.
סאיז דא א גרויסע קאלירפולע יידישע וועלט מיט מיוזיק עכטע און עסן
!!
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”