קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

ערב ט"ו בשבט תשפ"ד.
דא וועל איך אי"ה אויספאקן מיוזיק, יידישע לידער, עצות, דיעות, זכרונות, און נאך.
ווער סהאט הנאה זאל לייקן ביטע, און ווער ס וויל קריטירן וועל איך נאך מער זיך פרייען.
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
למשל
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:19 pm
לאקאציע:אין מיינע חלומות

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס,זכרונות דיעות, בלידער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למשל »

wow!

אונז האמיר ר' אברהם לייב דא!

איך האף ס'איז וועריפייד...
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!

פאר אלע נייע מוזיק דרוקט דא

עזרא באדאנסקי
שמילי-קעסט
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

וועריפייד ניק?
ניק ניקי
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 2:08 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניקי »

גיב א לאך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:20 pm
וועריפייד ניק?
viewtopic.php?p=4871227#p4871227
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

ברוכים הבאים
עס איז אונז א כבוד צו ענטפאנגען דעם חשוב'ן משמח אלקים ואנשים וואס האט שוין פובליצירט פון די שענסטע אלבומס אין קלעזמער אין היימישן מארקעט.
בולגאר  ריקודי נשמה
בולגאר ריקודי נשמה
Folder.jpg (28.11 KiB) געזען 5413 מאל
לעבעדיק
לעבעדיק
Folder.jpg (44.2 KiB) געזען 5413 מאל
ריקודים
ריקודים
CD Cover.jpg (123.75 KiB) געזען 5413 מאל
מאכט זיך באקוועם און מאכט אונז אלע באקוועם!
מיר האבן אסאך צו נאשן פון אייך, און מיר זענען גרייט נהנה צו זיין מלוא חפניים.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס,זכרונות דיעות, בלידער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

למשל האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:06 pm
wow!

אונז האמיר ר' אברהם לייב דא!

איך האף ס'איז וועריפייד...
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:03 pm
און ווער ס וויל קריטירן וועל איך נאך מער זיך פרייען.
דאס איז די וועריפיקעשן...

טיפּיקל ר' אברהם לייב...

שלום עליכם ר' אברהם לייב! יהא בואכם לברכה!
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
a proud williamsburg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:34 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a proud williamsburg »

ברוכים הבאים ר' אברהם לייב עס איז מיר א כבוד צו זיין דער וואס האט געהאלפן עס זאָל צושטאַנד קומען די אשכול און אונז קוקן ארויס פאר גוטע סחורה פארשטייט זיך אז די מעגסט אויך אריינקומען צו מיין אשכול viewtopic.php?t=65738
עס וואלט געווען גרינגער ווען מען דארף נאר ניצן די ווייסע חלק פון די פיאנאו אבער די פאר שווארצע חלקים איז גאר וויכטיג פאר די ניגון
דיין לעבן איז א ניגון!!!
עס איז גרינגער אן די שווארצע חלקים אבער דיין לעבן וואלט נישט געארבעט אן דעם
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6406
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

יהא בואכם לברכה הרב @אברהם לייב בורשטיין !
העלפער
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

שלום עליכם ר' אברהם לייב מיר קוקן ארויס אויף גוטע זאכן
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10839
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שלום עליכם אייך !
קודם מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון אייערע באלאגאן קליפס..

יעצט לייענענדיג אייער אינטערוויא אין די #שטיבל, בין איך נייגעריג צו וואספארא מוזיק צילט איר ? פון די קליפ מיט מאטי אילאוויטש זעהט אויס אז דו זוכסט צו אריינברענגען דא די ניגונים וואס די אלע יידישסטין זונגען..
מ'קען טרעפן אויף יוא טוב הונדערטער אזוינע קליפס פון פרייע וואס זינגען די אלע יידישע לידער..
איז דאס אזוי אדער איר מיינט עפעס אנדערש ??

שכח נאכאמאל!
לעצט פארראכטן דורך eller אום דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

כוועלן לערנען די זאך דא, שפעטער שרייבן וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

אלע יידישע גוטע סחורה.
איך וועל א ביסל שטודירן וי אזוי ארבעט דאס אין די יידישע וועלט פארומס.
שפעטער אי"ה וועל איך בשמחה רבה טיילן מיט דעם עולם פון גי אוצרות וואס זאמל באלד א יובל יארן.
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6406
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

וואף
ס'קומט פיינע זמנים דא
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7121
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שלום עליכם ר' אברהם לייב. אלס א אלטע FAN (אוהד) דיינס, וויל איך אייך אנוואונטשן א יהא בואכם לברכה.

ווי פארשטענדליך די קרעטשמע איז די בעסט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

ברוך הבא!!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7121
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

צו ערשט א קליינע פארווארט וואס און ווער איז דאס אברהם לייב בורשטיין.

א ירושלימ'ער געבוירענער מיט פארבינדונגן צו ברסלב. ליגט אין נגינה און שפילט מיט עטליכע אינסטרומענטן, אבער שפעציאליזירט און לכאורה גלייכט דאס מערסטע דעם אקארדיאן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
טשעפנאק
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 21, 2023 2:50 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעפנאק »

👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏👏

עולם ומלואו הילכען אפ העפטיגע פאטשערייען צום אנקום פונעם מוזיק גאון @אברהם לייב בורנשטיין
האדם לא נברא אלא להתענג!!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

שלום וברכה הרב @אברהם ליב בורשטיין יהא בואכם לברכה, מיר קוקן און ווארטן ארויס אויף קלעזמער מוזיק כמים קרים על נפש עיפה!!
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

שבת חנוכה מירון מיט א יובל יארן צוריק, זכרונות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

שבת חנוכה אין מירון קרוב צו א יובל יארן צוריק!

זכרונות פון א ירושליימער יינגל, אברהם לייב בורשטיין.

די וועג צו מירון אין יענע יארן....

א אוטובוס, אייזערנע בענק, מיט א דינע ווייכע סחורה אויף די באנק, קאלט אינעוויניג אדער גאר הייס, נאך נישט געווען איירקונדישינער.

אייזערנע רעלסן איבערן דאך, דארט האט מען צוגעבונדן די פעקלאך פון די נוסעים.
געדויערט האט די וועג ארום 7 ביז 8 שעה.
פון ירושלים ביז חיפה אדער חדרה, דארט בייט מען א אוטובוס, וויל סאיז שוין צו פיל פאר א אוטובוס און איין דרייוער.
אלע מוזן אראפ גיין, אראפ נעמען עקל פעקל מאנטל, און יאנקאלע הרשלר דער בחור דער גבור, קריכט ארויף אויפן דאך, און ווארפט די רענצלאך אויפגעבונדן פון די מעטאלענע רעלסן...

אריין אין דעם "נייעם" אוטובוס, און: קדימה! יאלה! הימשי!....
מיט א געזאנג בר יוחאי פון דעם עולם.
נאך נישט געווען קיין טייפ מאשין מיט א ספיקער אין אוטובוס.

אונזער זיידע רבי משה פלעגט קומען אלע שבת מברכים אין מירון, העכער 70 יאר נאכאנאנט!
אבער שבת חנוכה נישט.
מיין טאטע ע"ה, אויך נישט, נאר איינציגע מאל.
א קליין אויבן אין צימער, פון נאפט, רויכערט וי קוימען, אבער מאכט ווארים נאר לעבן איהם.

אויף א שעלף א האלצערנע ליגט:
וואטע פאר קנויטן צו שבת ליכט און חנוכה ליכט, מעטאלענע קרוג שמן זית, נעגל שניידר, שערל, 4 טעלער, 6 גלעזער יעדער פון א אנדערע פאבריק מיט קאליר, א מעסער א גרויסע, א זאלץ מעסטל, א בשמים ביקסל, א האנטוך, א ביסל סענץ פאר תה, און פירקאנטיקטע שטיקלעך צוקער.
איבער דעם, א פאליצע מיט:
אלטע סידור קרבן מנחה, מחזור ראש השנה, תהילים בהוצאת לוין אפשטיין, א אלטן מדרש רבה ויקרא, און א פאר קונטרסים פון מקובל רבי ישעיה אשר זליג מרגלית זצ"ל, א שכן פון מיין זיידנס צימער.

א קליין שילד לעבן טיר, נס גדול היה שם! והוא פלאי.

די טיר איז נידעריג, מען מוז זיך איינבויגן כורעים צו אריין גיין אדער ארויס, אז נישט כאפט מען א גוטן זעץ אין שטערן, א אנזאג פאר די אנדערע.

מיין טאטע ע"ה, מיטגעבריינגט עוף, א טאפ, אפגעשיילטע קארטאפל, בעבלאך, צו גרייטן א שבתדיגן טשונט, אויף א באלאן גאז.
אונטן בי דעם ציון, ר שמול צציק זיצט ביים טיש לינקס, די קאפ צוגעקלעפט אין ליקוטי הלכות, די אויגן לויפן שנעל איבער די אותיות, ברומען פון זיין הארץ לאזט זיך הערן, א פחד איהם צו שטערן.
לעבן איהם זיצט אויפן דרערד, אשר דער פארסי, אנגעטהון אין 6 מאנטלען (אויך זומער) און שאלן, מיט א אלטן אפגעריבענעם קאפילוטש, און א בארג פלסטיק ניילונס ארום איהם, א ווארט האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם, אפילו נישט א הוסט, א ברום, א רוף.
זיין סוף נעבאך איז געווען שרעקליך, א מעשוגענער האט איהם געהארגעט מיט א מעסער, אויבן בי זיין צימער, א קרבן לכבוד רשב"י רחמנא לשיזבן.

א טייל פון די שפירא פאמיליע קומען און גייען אין צימער לעבן אונז, דארט אין דעם לאך, שטייט איין דער שרף רבי שמואל שפירא, אלט און קראנק, אבער די קאפ לויטער און פלאמעדיג מיט עבודת השם פול זעלבסט קאנטראל.

א פאר ייגנלאך האבן מיר מחליט געווען צו גיין צו מערת בית הלל, א פחד און שטילקייט ארום, מעגייט אריין אין די גרויסע מערה, טונקל, ריח פון אויגעגאנגענע וואקס שעווה ליכט, וואסער פון א אינעליכער ברונען צווישן די פיל גרויסע שטארקע 3 שפיציגע מצבה שטיינער רינען ביז די פייכטע ערד.
אנדערע האבן גענומען קוראז' און גיקלעטערט ביז בית שמאי וכלתו, איינער פון די אינגלאך איז יעקב יוסף לעפקאוויטש פון מאנסי, א אייניקל פון רבי שמואל שפירא.
און אפילו ביזן כיסא של אליהו, זענען מיר אנעקטמען, מהלך א שעה צווישן דערנער, וואלד, שאקאלן.
אבער די מאמע איז סייוי נישטא צו בייז ווערן אויף די צעריסענע הויזן און אפגעשווארצטע בלוסקע... דער טאטע? נו... מוועט אפקומען מיט א פאטש אדער 2 און ווייטער גיגאנגען

מיין טאטע רבי חיים ע"ה פארעט זיך נאך מיט דעם חמין... מי שלא טרח בערב שבת, ווייסט ער שוין, אז מעדארף לויפן חלילה בצייטנס צום הכנסת אורחים, כאפן א האלבן טעלער יוך אן קניידלאך, אן קיין לאקשן אן מאנדלען, און זיין דאנקבאר נאך אויך...
מיר בורשטיין'ס זענען תמיד ווייט פון הכנסת אורחים'ס וכיוצא, עלה זית מרה מהקב"ה, ולא גרויסע ליידיגע הכנסת אורחים שיסלען.
אבער..... אזוי וי אלעמאל, די נסים פאסירט דאן ערב שבת בין השמשות....
אופס!!! א פיער ארויס פין דעם עלעקטקישן פושקע, און סווערט א "קצר" חשמלי, אויס לעקטער!
טונקל! טשונט, נישטא אויף וואס צו ווארעמען, דער אויבן פון נאפט אבער ארבעט יא...
מיין טאטע ע'ה, גייט ארויס און זעהט א עלטערער אמריקאנער בחור, מיטן נאמען גבירץ ז"ל, זיין פראפעסיע איז א עלעקטריקער! ער גייט אריין און פארעט זיך מיט אפענע לעקטער, אן קיין ארבעט געצייג, נאר מיט מיט א גאפל און מעסער... און ענדליך צוריק געמאכט תחיית המתים דעם חשמל....
זיין באלונונג איז געווען, א אמתדיגער פולער טעליר טשונט שבת מיטאג!!!
וויל א טאפ חמין אין אזא מצב איז געווען בבחינת אין לנו להשתמש בהם אלא לראותם, אדער ריכטיגער געזאגט להריחם....

ביינאכט, נאך די ארימע סעודת שבת, ווערט מיין טאטע ע"ה א ממציא המצאות, וי אזוי לעגן די קינדער און די עלטער שלאפן, אין א חדר פון ד'על ד'.
אויך מיין קאזן אברהם שמעון אנציקלופדיה גאון פון תורה, מדרשים, שיחות, סיפורים וכו' א בחור דעמאלט, אויך געשלאפן אין קליין צימערל פון זיידען.


פרייטיג ערב שבת חנוכה...
מעגרייט די ליכט אין די מנורות, יעדער כאפט א וינקל לעבן איינע פון די פיל פענצטער בי דעם ציון הרשב"י, מיט זיין מנורה.

די אנשיןס, די קינדער פון דעם הדרת פנים'דיגן רבי ישראל נחמן אנשין זצל, אוסגעזעצט אויף גראבע דעקעס אויסגעשפרייט אויפן באדן, נעמען זיך זינגען די זמירות, ברסלבר נוסח, הארץ, טרויער און האפנונג אינאיינעם, בעיקר הערט מען שמעון בן רבי שרול נחמן מיט א העכטער אטענטישער שטימע.

מוצאי חנוכה.
מעצינדט די חנוכה ליכט, זינגט די זמירות חנוכה, מיט במוצאי וזמירות מוצ"ש.
און מעלויפט שוין נאכאמאל ביים קעלט וידער אינדרויסן פון אוטובוס, ביז מגייט אריין און מעזיצט.

וי אזוי?
אה, 4 קינדער אין א באנק פון 2.
דער שלימאזל פון די קינדער זיצט אויפן שפאלט צווישן די בענקלאך, און שטייט בעסער רוב די נסיעה, כדי מארגן זאל איהם נישט וויי טאהן זיצן ביים מלמד אין חיידער, גענוג פעטש אין פנים אויבן, דארף נישט וויי טהאן אויך נאך פלעצער אין קערפער....

איך זיץ, לעבן פענסצטער, לעבן מיר דער אלטער רבי ישראל נחמן אנשין.
און!....
א בשורה!
3 בחורים זענען פארלארן געגאנגען אויף די הוכע בערג ג'ערמארק!
נאך נישט געווען טלפאנען פרייע אן א דראט צום וואנט, נאך נישט געווען זק"א, הצלה, א וויסטן צפון ליידיג, טונקל, חיות, און קעלט.

און אינמיטן הער איך קולות!!
וואס איז?
דער אלטער רומיינער בעל הקיוסק, וויל נישט געבן צוריק די פייאסטערס פאר די ליידיגע פלעשער וואס מעהאט געקופט פאר שבת...
זיין חשבון איז, איר וועט סייוי מוזן לאזן דא די ליידיגע פלעשער....
ער האט געהאט א גרויסן טעות...
ירושליימער ארעמע באליידיטע יונגען האבן איהם צוריקגעגעבן די פלעשער דורך ווארפן גלייך אין פנים פון קיוסק, גיהאקט שויבן, און געמאכט דארט א גבעת החרסים....

אויפן וועג צוריק, טונקל, און איך טראכט וועגן די 3 בחורים פארבלאנזעט אין די בערג!!
טרערן אין מיינע אויגן האבן פארוואנדלט זיך אין הילכיגער געוויין, איך בין א יינגל פון סך הכול 7 יאר, דער אלטער ישראל נחמן האט מיר אבער געטרייסט און געמוטיגט אז ער האט געהערט פון מיר די סיבה פון מיין וויינען.

טיף אינמיטן נאכט, דער אוטובוס שטעלט זיך אין מאה שערים צווישן ברסלב און תולדות אהרן, מכאפט די פעק און מעלויפט אהיים...

מארגן וועל איך דערציילן אין חדר די אלע גבורות ונפלאות אונזערע פון די רייזע שבת חנוכה מירון תשל"ט
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

הוהא! דאס האט אלע טעמים!!! זייטס ממשיך ביטע ר' אברהם לייב! מחיה נפשות!
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:44 pm
שבת חנוכה אין מירון קרוב צו א יובל יארן צוריק!
הערליך!

כ'באלעק מיר מיט יעדעס ווארט!
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


טשעפנאק
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 21, 2023 2:50 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעפנאק »

הנה ימים באים....
האדם לא נברא אלא להתענג!!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אוה !! זיך באלעקט די פינגערס, ווי נעמט מען די שפראך !
😋
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2992
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

וואף, ר' אברהם לייב!!

ס'קומט פיינע צייטן דא...

סובסקרייבד.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

יישר כוח דעם עולם פארן אויפנעמען מיר שיין.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

יישר כוח פארן ווארעמען אויפנאמע דא אין ilelt.

א פאר שורות ערקלערונג וועגן, וואס און פארוואס.

איך בין געקומען די יאר, די ערשטע מאל אין ארה"ב,(געוען פאר א יאר צוריק, נאר אויף 3 טאג וועגן "באלאגן" קאנטראקט)
נאך 16 יאר אויפטרעטן אין איראפע, מזרח מערב צפון און דרום.

איז פארוואס ביסטו נישט געקומען ביז היינט?
זייער גוט געפרעגט!
דער רושם איז געווען אז אמעריקע רופט פון ארץ ישראל ארטיסטן, למשל מיין שוואגער חיליק פראנק, מיין תלמיד אברום באלטי, נאר כדי זיך גרויסן מיט זיי בי א שמחה, יענע וואך האט יאקרבוביטש אראפ גיברענקט מוטי שטיינמיץ?
איז איך וועל בריינגען חיליק פראנק!
זאל זיי ארויס גיין די אויגן פון קנאה!
אה.. און חיליק קומטשט שוין, שפילט...
מיל....
פון מיין זייט קען זיצן אויך, אדער סתם שטיין אויף די סטייגש.
מדארף נישט באמת זיין זינגען אדער שפילן.

אין די צייט ווען אין איראפע, איז דא א שטארקע כבוד, רעספעקט צו קולטור.
אין מוסקבה האב איך איינגעשטאנען אין האטעל, דורך בוקינג קאם, מיט גויים, אזוי וי זיי זענען ארויס פון בילדער פון מחניים ביכלעך... אבער וי זיי האבן גהערט אז איך בין א מוזיקער!
אוהו.... טי מוזיקאנט? טאנצעוואט? דאראגוי דרוזיא!!
און דער טאקסי האט נישט גענומען באצאלט!
א שמחה! געפירט א ארטיסט.
אזוי האב איך גימיינעט 20 יאר.
ביז.....
אוהו ביז!

יעצט נאך סוכות איז אויסגעבראכן די מלחמה מיטן שרעקלאכן אטאק פון חאמאס, א קליין שואה רח"ל, א שוידער געווען, און גלייך האבן זיי מבטל געווען אלעעעע הזמנות בי מיר פון דעם וינטער!
(איך מוז קאמענטן אז די ווערטער פון סאטמר רבי מהרי״י שליט"א חאטש ער איז א עקסטימער קנאי, האט ממש געווארפן אויף מיר טל תחיה, אין די שרעקלאע שעות וואס איך בין געווען, וי אלע אין ארץ ישראל, אין די ערשטע טאג צוויי פון די מלחמה, ער האט געגעבן מוט און האפענונג אז אמעריקע יידן וועלן שטיין און העלפן וואס מעדארף!
נישט וי בי די שואה וואס מעהאט מפקיר געווען יידן צום טויט מצד די אמעריקאנער יידן רח"ל)

און מצד שני האב איך געדארפט סיי וי קומען צו אמעריקע צוליב המשך פון באלאגאן פרוייקט וואס האט געהאט א משונעדיגע גוטע ערפאלג, בס"ד, צוליב גוטע טאלענטן העכטע אקטערס וכו')

און יז אזוי די באווסטע מעשה מיט די 4 שבויים וואס האבן פאשפרייט די תורה אין אירופה מיט 1000 יאר צוריק, רבי חנניה און זיין זוהן און נאך 2 איך געדענק נישט פונקטלאך, איז וויזט אויס פון הימל געשריבן, אז סעגיקומען די צייט, איך זאל אייזעהן מיין טעות!
געקומען דא, אין מאנסי, בולטימאר, לייקוואד, ועל כולם די באליבסטע ווילימסבורג!! וואס אונזער גרויסער ר׳ יום טוב ערליך האט גוט אראפגעלייקט מיט לידער.
האב געזעהן א אנדער בילד אינגאנצן!!!
וואס איך האב געמאכט 33 יאר אין ירושלים, מיט אויפבוען א פלאטפארמע פון יונגע טאלענטן, אזוי וי מיין שוואגער חיליק, נחמן צוקער, באלטי, דרייער, פורת און נאך א סאך ב"ה, וועלכע באשיינען צוריק דעם פארלאשענעם יידישן טעם אין מיוזיק בי אונז היימישע.
איז יעצט די צייט צו מאכן אין אמעריקע!
סאיז דא דא אלעס וואס מעדארף צו א מהפכה:
1. טאלענטן (איינער איז שוין ארויס באמבעדיג, מיין תלמיד פון דא, קלאריניסט חונא טייטלבוים, איהר וועט נאך הערן פון איהם)
2. א עולם וואס ווארט, פרישיאידעט, צאהלט און האט ליב.
3. דארשט!!! די חשובסטע זאך וואס א מהפכה דארף!

סאיז שוין נמאס מעלה גרה זיין די זעלבע שיטערע סטייל פון קיבארט נויז, גואישע טראקס, און זינגערס וואס ווערן ו געגעצ'קעט בי די יונגט, וואס א שטאט צו טאנצן און פרייען מיטן חתן, בוקט מען זיך פאר זיי.

איך פלאן אי"ה זיין דא אין אמעריקע א פאר גוטע יאר!

יעדער פאר וואכן פאר איך אהיים.
צו משפחה און אייניקלעך, (איך האב שוין נישט קעין קליינע קינדער אין שטוב, וואס ערלויבט מיר דעריבער די זאך).
צו די קרעצ'מע מיינע אין ירושלים וואס איז ממשיך מגדל זיין דורות פון עכטע יידישע קלעזמער.
צו מיין שוהל לעבן כותל וואס איך איך האב איבערגעבוייעט פון מיין הייליגן זיידע רבי משה בורשטיין זצ"ל.

און יעצט נעמט א פעדער און שרייבט איין:
פון 3 יאר ביז 5 יאר פון היינט, וועט מען זעהן א מהפכה אי"ה לטובת נוצן, קענען, שפילן, הנאה האבן פון אמתע יידישע חסידישע מיוזיק און אקטינג בי פארשטעלונגען וי ריכטיגע יידין בני מלכים וועלן קענען באווייזן, און אויפנעמען משיחן אין גיכן מיט יידישע מיוזיק, טענץ, און שפילן!
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7382
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: "קלעזמער און נאך": מיוזיק, מוזיק לעקציעס, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

WOW יהא בואכם לברכה.

ווען קומט די קומענדיגע באלאגאן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”