קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

קרעצ'מע קלעזמער אסרו חג פסח תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

אטעטשמענטס
צוזאמקועניש דינסטיג קלעזמער אין קרעצ'מע
צוזאמקועניש דינסטיג קלעזמער אין קרעצ'מע
VideoCapture_20240501-001621.jpg (48.3 KiB) געזען 4426 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
תלמיד בלטי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 13, 2024 9:06 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמיד בלטי »

הערליך הערליך
וויאזוי הייסט די קלארינעט שפּילער (נישט נחמן דיאמאנט)?
ווען פארסטו צוריק קיין אמעריקא?
אוועטאר
אידיש קינד
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:29 am

Re: ערב פסח תשפ"ד לידער און מעשיות, אברהם לייב מיטן שווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש קינד »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:37 pm
[b[/b] ערב פסח תשפ"ד מעשיות און לידער, אלט שטאט ירושלים
געשפרעך מיט ירושליימער צדיק מורי חמי רבי יהושע דב רובינשטיין שליט"א
לידער ברסלב ויזניץ פסח במסורת תלמידי הבעש"ט

https://drive.google.com/drive/folders/ ... zg3r9BBZpn
מעכטיג, אברהם לייב. חזק ואמץ!
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

תלמיד בלטי האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:58 am
הערליך הערליך
וויאזוי הייסט די קלארינעט שפּילער (נישט נחמן דיאמאנט)?
לעדערמאן א נייער שפילער
ווען פארסטו צוריק קיין אמעריקא?
וינטער אדער ענדע זומער.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

ירושלים א ברעסלעווער אין סקווער בית מדרש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

בס"ד
ירושלים.
א ברעסלעווער אין סקווער .
איבערלעבונגען פון אברהם לייב, דאוונט אלע טאג אין מיטן וואך אין סקווער שוהל און מקווה, אין "מקור ברוך" קווארטל, לעבן די קרעצ'מע פון די קלעזמער.
דער באגריף "סקווער" איז בי מיר פון קינדווייס כמעט א יובל צוריק איינגעקריצט אין קאפ און זיך גע'ענדערט און געביטן קאלירן משך די יארן.
סקווער איז א שטעטל אין אוקראינע נישט ווייט פון אומאן, א שטרענגע, א הייסע, וואס רוב פירער זענען געווען שטארק קעגן ברסלב, אבער רבי שולעם מלמד, דער סקווערער רב אין אומאן אין די שווערע צייטן פון די קאמאניזעם, האט ליב געאהט די ברסלעווער: ווער קומט מיר פרעגן היינט שאלות? ווער האט נאך א מקווה? בי וועמען איז דא א תלמוד תורה? נאר בי זיי!

מיט 40 יאר צוריק האט אנגעהויבן א באוועגונג פון בעלי תשובה, פרייע קינדער פון קיבוצים, אדער פראווינץ, הויכע בעאמטע,א סאך זענען געווארן ברעסלעווער, געווען פון זיי מיליטערישע אפיצירן, קעמפער, און געבריינגט אינטרעסאנטע אטמאספער אין מאה שערים און אין ברסלב בפרט.
רבי לוי יצחק בנדער ז"ל מנהיג ברסלב האט געשיקט זאגן דעם מנחת יצחק, -מיט איהם איז ער געווען פאבונדן, און דער מנחת יצחק האט פון איהם און פון רבי שמואל שפירא ז"ל, געהאלטן עולמות, אזוי וי דער סטמאר רב, און דער בית ישראל, און נאך גדולי הדור- האט רבי לוי יצחק געשיקט זאגן הרב וויס ער זאל איבערגעבן דער סקווערער רבין שליט"א, אז היינט איז א סכנה מתנגד זיין צו ברסלב בפרהסיה, און צערייסן די ספרים, אזוי וי זיי פלעגן מאכן אין כותל און מקומות הקדושים, מיט ערנסקייט.
פארוואס?
ווייל די בעלי תשובה וועלן נישט זיין אזוי טאלעראנץ מיט זיי ווען זיי זאלן דאס חלילה זעהן... אזוי וי רבי שרגא שניצער פון הכנסת אורחים אין מירון איז געקומען צום רבין פון סקווער מיט צעריסענע ספרים און תיקון הכללי מיט א געוואלד: תהילים!!!!
דער רבי האט איהם בארוהיקט אז ער וועט שוין מאכן סדר אין דעם עניין, וכך הווה, (סיקריקים עקסטרימע, איז דא אין יעדן פלאץ).
איך האב א קרוב משפחה, נישט גאר קלוג, געדארפט חתונה מאכן א קינד, האט פרנסה פון מלמדות, ארום געלאפן נאך געלט אין אמעריקע, געקומען אין סקווער, אריין צום רעבן שליט"א, און... הויבט אן זוכן און בעהאלטן המלצות, און שטייט און פארעט זיך מיט די פאפירן, און קומט צו צום רעבין.
וואס איז די מעשה וואס די האסט זיך אזוי צעשפילט מיט די המלצות? פרעגט איהם דער רבי.
אה.. יא... וויל סאיז געווען המלצות פון ברסלבער רבנים, האב איך דאס בעהאלטן.
דער רב גיט איהם א טיפן קוק צווישן די גלעזער און שטערן: וואס איז געווען איז געווען!!
און איהם דערלאנגט א שיינע ערליכע נדבה הכנסת כלה.
היינט לעבט מען זיך גוט ברוך השם.
די שענסטע נדבות וואס די יונגע ברסלבר באקומען צו פארן אין אומאן ווען דער רב קומט אין מירון איז פון דער סקווערער רבי.
אין יענע צייטן ווען דער סאוראנער רב רבי משה ז"ל איז געווען אנגערייצט פון כל מיני רכילות טרעגער, און געפארן צו מסרן רבי נתן תלמיד מוהר"ן, האט מען פון הימל איהם געראטעוועט ער זאל נישט נכשל ווערן חלילה, און אויפן וועג איז ער אוועק פון דער וועלט.
היינט זענען די ברסלבר ידידים מיט זיינע אייניקלאך, און פארן צוזאמען צו די מקומות אין אוקראינע, ר' ישראל מאיר גבאי פון אהלי צדיקים האט איבערגעבויעט די מציבות, פון סאווראנער, און שפאלער זיידע, ר' זלמן נפתליס, איז א גיידער פון סאווראנער אייניקלעך אין יוראפ, בי מיר איז זיכער אז ווען דער שפאלער זיידע אוו דירסאוווראנער זאלן איבער לאזן שריפטן אדער בעל פה, פון חידושי תורה וואלטן די ברסלבר דאס אפגעדרוקט אויך.

אנהייב ווינטער בין איך געווען אין מאנסי, איך זעה וי א יונגעמאן דאוונט פארן עמוד מנחה גדולה, משום סיבה שהיא, זאגט מען נישט קיין תחנון בי מנחה אין אמעריקע, איך האב נישט קיין ידיעה פארוואס, דער יונגערמאן דאוונט מיט א נוסח וואס איז מיר בעקאנט, א ברסלבר, אבער ער איז אנגעטוהן וי א ליטפיש טיפיש לייקוואדער ייד.
נאכן דאווענען גייט ער איז זייט און לעגט זיך אוועק א תחנון מיט נפילת אפיים ביחידות.
איהם אפגעווארט, און געפרעגט:
ממה נפשך?
א ליטפיק?
וואס איז דער ברסלבר נוסח?
יא, ער איז ביידע... א ליטווישער, א איידים בי הרב לנדסמאן פון מאנסי א ברסלבר וואס דאוונט אלע טאג ותיקין.
ווער ביסטו?
איך בין אברהם לייב בורשטיין פון ירושלים א ברסלבער משפחה פון פולין געווען גערער פאר די ערשטע וועלט קריג ביזן קאצקער נאך.
אזוי?
די ביסט דער וואס האט ארויסגעגעבן אלע ברסלבר ניגונים און נוסח אין טעייפס?
יא.
איך האב פאר דיר א נייעס...
איינער פון דיינע ערשטע קאסטעמער איז דער סקווערער רבי שליט"א פון שטעטל סקווער!
ער האט א ברודער א רבי אין בארא פארק, זיין עלטסטער זוהן האט מיר דערציילט, אז ווען סאיז ארויס א טייפ פון אברהם לייב, האט ער געשיקט גלייך דאס קויפן.
???
די סיבה איז גאר פשוט.
סקווער, באיאן, רוזין, ברסלב, זענען אלע אין איין געגנט אין אוקראינע, און היות וי די ברסלבר האבן נישט געביטן קיין רביס איז ממילא אויך די ניגונים נישט פארענדערט געווארן, און פון די תלמידי הבעש"ט ניגונים, זענען די ברסלבר די מערסטע ארגינאל, בפרט אז רבי לוי יצחק בענדער ז"ל איז געווען צווישן ביידע וועלט מלחמות אין אומאן און געדענקט אלע ניגונים מיט שיחות און מעשיות (אזוי וי ש"ס מיט זוהר און שולחן ערוך) פונקטלעך, איז אז דער רב וויל הערן ארגינאל, קויפט ער די טייפס פון אברהם לייב...
סאיז מיר געווען נאך א סיבה צו פריליך זיין, און אין די ראדאשיץ שוהל מאנסי, האב איך ווידער געטרונקען לחיים פון דעם תיקון פון שחרית...

צווישן 15 און 20 יאר צוריק, האב איך געהאט פרנסה אויך פון ארום פירן יידן פון אמעריקע אין מקומות אין ארץ ישראל.
וויסנשאפט און מעשיות, און פערזענטלאכע עקרספיריענס אין גליל און ירושלים, אלץ קינד פון ברסלבר משפחות וואס פארן אין מירון און מקומות אלע יארן, און אויך די קלארינעט אויפן וועג, מיט א פאר שטארקע יידישע הומאר, האט געהאלפן און איך בין געפארן מיט מיין פשוטן קאר איבער ארץ ישראל מיט די אמעריקאנער געסט.
איינמאל, איך האב געווארט אויף נוסעים, אין אייערפארט בן גוריון.... סקומען א פאר בעלזער חסידים, מיט א בארג באגאזש, אויסגעמוטשעט, געהאט א שווערע רייזע נעבאך, שוין 2 טאג אונטערוועגנס.
האסט פלאץ גענוג?
יא
א ירושליימער וועט נישט זאגן ניין ווען סרעדט זיך פון פרנסה...
און פלאץ פאר אזוי פיל פעקאך?
יא מיטן אויבעשטן הילף...
מיר שלפען זיך 4 בעלזער מיט א בארג פון פעק, מקומט צו מייט קאר.
??
איך האב געהאט אויך דאך פון קאר אזא מעטאלענע קאנסטרוקציע, וואס מזעהט נישט אין דער וועלט כמעט.
וי בינדט מען דאס צו?
איך קוק אויף זיי?
זיי אויף מיר... אלע מיד און שלעפעריג צום טויט,
נו? וועגן וואס זענען מיר חסידים? זאגט איינער צום צוויטן. און שנעל אראפגענומען די גארטלאך פון די רעקלאך.. און מיט דעם צוגעבונדן אלע פעק א פאר שטאק הויך אויפן דאך פון קאר.
מעפארט מיט מזל.
איך קום צו בעלז, דעמאלט נאך נישט געהאט קיין סמארטפאן, קיין ווייז, מאפס פון גוגל. און הויב זיך אן דרייען ארום בעלזער גרויסע שוהל און טרעף נישט די גאס...
איינמאל זעט מען די שוהל רעכטס איינמאל לינקס, איינמאל אנטקעגן איינמאל פון אונטן.. אלע זענען מיד, 4 א זייגער פארטאג.... ביז גאט האט געהאלפן און אנגעקומען צו די אכסניה... זיי האבן שיין באצאלט.
נישט געמאכט קיין ענין פון די באדינגונגען (דאך איז דאס נישט פורים תשפ"ד וויליאמסבורג מיט א פרעמדער ייד, פון א פרעמדע לאנד, וואס איז געווארן כביכול א סטמאערער חסיד מיטן גאנצן טארעראם, און נישט באצאלט אונז פאר מיוזיק אין זיין הויז, ווייל: "ער האט נישט ענדז'ויעט גענוג...)
איינמאל שטיי איך און איך ווארט אויף נוסעים.
דער זייגער קלאפט שוין נאכט, איך דארף פרנסה, שנארן וועל איך נישט און לייען געלט אויך נישט, דארף מען ארבעטן!
אבער אז סקומעט נישט קיין היימישע נוסעים, נאר אלטע גויים, און כל מיני ביזנעס לייט (שפעטער האב איך זיי געזעהן נעבאך אנגעזעצט אן געלט און אן כבוד, אין ישראל איז נישטא קיין אמתע ביזנעס לייט)
איך זיץ און ווארט, קומט צו מיר איינער א תימענער, א חילוני, און נישט געטראפן קיין אנדערער און קיין אנדער צייט נאר מיר אין יענע רגע....
תגיד לי! זאג מיר!
ריכטיג אז דער סאטמער רבי איז געקומען אין ארץ ישראל יענע וואך, און פארן זוכה זיין פארן מיט איהם אין אטאבוס, האט מען באצאלט 5000! דאלאר!
איך זעה וי ער איז מקנא און קען נישט פאטראגן אז די אשכענאזישע היימישע יידן זענען רייך.
זאג איך איהם האסט מחילה א גרויסן טעות!!
נישט פינף נאר פופציג טויזנט האט מען באצאלט פאר פארן מיטן רבין אין אטאבוס צו מירון!
און די ערשטע 10 פלעצער אויבן אן האבן געגעבן הונדעט טויזנט דאלער.
ווייל זיי האבן..... אזוייייי פייייייילללללל........געלט געללטטטטט!!!!!...
זוכן זיי העלפן מיט דעם די היימישע יידן פון ארץ ישראל, וואס ווערן אויסגעמיטן פון די פרייע פון באקומען זייערע רייטס, און לעבן ווי א מענשט, איז זיי שטיצן אונז.
ער כאפט אריין.
זאגט ער מיר: אזוי? איז פארוואס געבט מען נישט פאר די פרענקישע יידין אויך?... אה?...
אוי ביסטו גערעכט זאג איך איהם בסבר פנים יפות, פארוואס גיבט מען נישט די ספרדים גארנישט?.? וויפיל זיי בעטן, וויפל זיי זענען ארעם נעבאך!
איך מיין די כאלאבער סוריאנער פרענקישע רייך וי קורח וואס געבן נאר פאר שיינע שוהלן מיט מארמארשטיינער און גרויסע שילדן מיט זייער נאמען! אבער פאר זייערע אייגענע ברידער די פרענקען געבן זיי גארנישט! וי אזוי קען דאס זיין! דו האסט א ריכטיגע פראגע זאג איך איהם, איך האב נישט קיין ענטפער (סאיז געווען א סאך יארן פאר איך האב געשפילט מיוזיק בי אזא איינעם, א כאלאבער סוריאנער ייד פורים, נאר יענער הייסט צוליב עפעס א סיבה א סאטמער חסיד וי אויבן דערמאנט און נישט באצאלט)
אבער אונזערע חסידישע און ליטווישע יידן געבן די ספרדים א הון רב, און שטיצן זיי מיט א ים צדקות וחסד.
יענער האט זיך אויסגעדרייט און געגאנען עושה שלום'דיג פארקערט און מער וועט נישט אנהייבן מיט א חסידישן ייונגעמאן ספעציעל ווען יענער ווארט אוויף נוסעים צו פרנסה...
און פלוצנונג! וי אלע מאל קומט ארויס א היימישע משפחה! א אמתער חסידשער ייד, מיט פרוי און 2 גרוסע קינדער.
אפשר זוכסטו א דרייווער? פערג איך איהם בענווה, מיואש און נידעריג געפילט.
יא מהשמים!!!
דער שידוך איז געשלאסן געווארן אויפן פלאץ, און מיר האבן זיך גענומען גיין צו מיין לעגענדע קאר (אהההה ויפיל מעשיות מיט אנאקדאטן זענען פארבונדן צו דער מאזדא... פרעגט אמאל אברום באלטי... ער איז געווען א בחור און געדרייווט מיט דעם א פאר יאר)
ער איז א סעקווערער ייד א עסקן און ביזנעס מען און ירא שמים ערליך, אז איך קען נישט פארגעסן לעולם וועד.
זילבערמאן, זיין משפחה נאמען, ער איז געקומען צו מקומות און אויך וועגן אונטערהאנדלען שטחים פאר סקווער, וואס היינט דאוון איך טאקע דארט, נאר דעמאלט איז נאך געווען א סוד וואס איך האב געהאלטן, זאל חלילה נישט געשטערט ווערן מיט זיינע קויפן באדנס פאר סקווער, לעבן מיין געוועזענע קרעצמע פון די קלעזעמר 20 יאר אין ראמעמא לעבן בעלז.
איך האב געזען וואס הייסט א חסידישער אמתער ייד!!!
איך א ברסלבער ער א סקעווערער.
מיין זיידע פון אלט שטאט ירושלים און זיינע קאזנס זענען די זילבעמאנס פון אלט שטאט די גרא"ניקעס, אבער אייניקלאך פון חסידים פארשטייט זיך... דער זיידע זייערער רבי יום טוב זלאטניק האט באקומען די ערשטע געלט צו בוייען די ברסלבר שוהל אין שערי חסד, לעבן בית מדרש הגר"א, וואס שטייט עד היום, פון מיין זיידן רבי משה בורשטיין ז"ל.
יעדן מאל ווען ער פלעגט קומען אין ארץ ישראל האב איך שוין געווארט אויף איהם, ארום געטראגן אין גאנץ לאנד, אין יעדן קברי צדיקים און הייליגע פלעצער.
געקענט זיצן 12 שעה נאכאנאנד אין כותל המערבי מיטן תהילים און תחינות!!!

היינט אז איך וווין אין א געגנט מוסרארא, שבטי ישראל, צווישן מאה שערים און אלט שטאט, צווישן אראבער, נטורי קרתא, בעלי תשובה, קריסטן, אין הארץ פון ירושלים אלט און ניי.
גיי איך אלע טאג א ביסל ווייטער, און אין מקווה און בית מדרש סקווער לעבן די קרעצמע אונזערע, געפין איך זיך וי א פיש אין וואסער און נישט צווישן א וועלט מיט קעגן זייטיגע ענערגיעס.... קולות פון בעלי תשובה, אדער הפגנות פון מאה שערים, שנאה קעגן א פרעמדן יידן ואס בתמימות קומט פון מיליטער צו די שטיבלאך און לויפט אוועק קוים מיטן לעבן, איבערגעקערטע גארביטש פארברענטע, איך בין מוותר אויף דעם גן עדן און גיי ביז סקווער מקור ברוך.
דער פרייז איז ביליג: זאג ויקרב "קץ" משיחיה, און "ברוך יאמרו" בי קדושה אנשטאט "משבחים ואומרים", דאס א מין מים אחרונים פאר די מתנגדים ווייזט אויס, און פערטיג.
וי אזוי קוקט אויס די שוהל סקווער און די מקווה?
אה.... שוין צופיל אויף היינט, איך וועל אלעס באשרייבן אי"ה מיט אלע קאלירן.

אטעטשמענטס
סקווער שחרית.  באר גיארא גאס.
סקווער שחרית. באר גיארא גאס.
20240312_094037.jpg (160.49 KiB) געזען 3848 מאל
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום זונטאג מאי 05, 2024 2:20 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

@אברהם לייב ווען איר ענטפערט פאר איינעם, ביטע מאכט זיכער צו שרייבן אייערע ווערטער נאך די קאוד ווערטער וואס קומט ארויף, אזוי יענער זאל ווערן צוטירט.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אברהם לייב, ס'צוקער זיס..
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8469
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ירושלים א ברעסלעווער אין סקווער בית מדרש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מוצ"ש מאי 04, 2024 5:42 pm


איך האב פאר דיר א נייעס...
איינער פון דיינע ערשטע קאסטעמער איז דער סקווערער רבי שליט"א פון שטעטל סקווער!
ער האט א ברודער א רבי אין בארא פארק, זיין עלטסטער זוהן האט מיר דערציילט, אז ווען סאיז ארויס א טייפ פון אברהם לייב, האט ער געשיקט גלייך דאס קויפן.

לכאורה א טעות, דער סקווירא'ער רבי האט נישט קיין ברודער ער איז א בן יחיד, מן הסתם מיינסטו זיין שוועסטער קינד פון בארא פארק
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: ירושלים א ברעסלעווער אין סקווער בית מדרש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:17 pm
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מוצ"ש מאי 04, 2024 5:42 pm


איך האב פאר דיר א נייעס...
איינער פון דיינע ערשטע קאסטעמער איז דער סקווערער רבי שליט"א פון שטעטל סקווער!
ער האט א ברודער א רבי אין בארא פארק, זיין עלטסטער זוהן האט מיר דערציילט, אז ווען סאיז ארויס א טייפ פון אברהם לייב, האט ער געשיקט גלייך דאס קויפן.

לכאורה א טעות, דער סקווירא'ער רבי האט נישט קיין ברודער ער איז א בן יחיד, מן הסתם מיינסטו זיין שוועסטער קינד פון בארא פארק
קען זיין.
איך בין נישט בקי אין רעבישע משפחות, איך וייס נאר אז בכור פון סקווערער אין ב.פ. האט דאס איהם דערציילט.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
יחזקאל שרגא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:07 pm

Re: ערב פסח תשפ"ד לידער און מעשיות, אברהם לייב מיטן שווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל שרגא »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:37 pm
[b[/b] ערב פסח תשפ"ד מעשיות און לידער, אלט שטאט ירושלים
געשפרעך מיט ירושליימער צדיק מורי חמי רבי יהושע דב רובינשטיין שליט"א
לידער ברסלב ויזניץ פסח במסורת תלמידי הבעש"ט

https://drive.google.com/drive/folders/ ... zg3r9BBZpn
דער אדיר הוא איז דאך אזוי הארציג, די נגינים מיז מען זיך אויסלערנען.
אפשר געט מען דאס ארויס אפגעזינגען קלאר אין א studio אויף א וועג צו קענען קויפן
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

סקווער בית מדרש ירושלים, פרק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

בס"ד
דער דיפערענץ צווישן ארץ ישראלדיגע היימישע קווארטלען און אמעריקאנער אדער ענגלאנדער.
אין די אלגעמיינע יידישע וועלט, איז בעקאנט אז יעדער פרומער ייד, חסידישע אדער ליטווישע, און אפילו מאדערנע יידן, אז מעוויל פרעגן אויף איינעם, די ערשטע פראגע איז: אין וועלכע בית מדרש דאוונט ער?
ממילא ווייס מען שוין ווער איז זיין רב, זיינע חברים, דיינע דיעות, און אפילו וואס ער האט ליב צו עסן שבת און יום טוב.
יעדער בעל משפחה האט א זיץ פלאץ אין א בית מדרש שבת און יום טוב.
אין מיטן וואך דאוונט ער אין איינע פון די פארבריקן אין די פילע שטיבלאך פון די בתי מדרש לעבן זיין געגענט, די שטיבלאך ווערט איבערגעדרייט אויף קידוש צימערן, פרוייען שוהלן, צו פאשפארט סתם. נישטא קיין שטיבלאך מאכעריי שבתים און יו"ט.
אין ירושלים, בני ברק, בית שמש איז נישט אזוי.
סאיז דא א גרויסער עולם ממש, וואס באלאנגט נישט צו קיין פלאץ, און אפילו יא דאוונט ער שבת און יו"ט אין די פראסטע שטיבלאך, כאטש סאיז א חשש פון עובדין דחול.
די סיבות פון דעם איז א פאר, סאיז דא אן א שיעור בעלי תשובה, און אויך היימישע יידן וואס רופן זיך כלל חסידים, אדער ירושליימער פרושים משפחות, און אזוי איז דא א סאך פרענקישע יידן וואס וואקסן אויף און דאווענען בי די אשכענייזישע בתי מדרש, סאיז זיי באקוועם אן א ספיציפישער רב, מיט א דיעה, מיט א השקפה, און יעדער פון זיי מעג האלטן וואס ער וויל און פון וועלען רב אדער רבי אדער משפיע ער וויל.
נאך א גרויסער חילוק איז דא צווישן ארץ ישראלדיגע יודנטום און די וועלטלאכע, דווקא אין ארץ ישראל. והוא:
אין די יידישע פרומע געמיינדעס ווייס מען מער וויניגער ווער איזו ואס, א בנש"ק, א בעל הבית, א יורד, א עולה, א ירא שמים, א שבבניק, א גביר א ארעמאן, א קלוגע א טיפש.

אין ארץ ישראל איז אנדערש.
דא איז דא אן א שיעור דרגות אינצווישן, איך שרייב דאס פון פיל עקספיריענס, וויל פון 17 יאר האב איך געלערנט און זיך געדרייט מיט בעלי תשובה, מיט ספרדים, און א סאך יארן ארום געפארן אין גאנץ לאנד, גערעדט און באקענט זיך מיט טויזנטער יידן פון אלע קרייזן.
סאיז דא למשל א משפחה, דער טאטע גייט א שטריימל, די מאמע כמעט מיט הוילע האר, איין קינד לערנט אין פונוביז, מיט א צ'ופ, האלט פון זיך עולם ומלואו, דער ברודער לערנט אין א קליין חסידישע שוהל פון א קליין רבי וואס דארף א מנין, און דער בחור איז צופרידן, אז ער קען צופרדין שטעלן דער רבי זיינער ביז זיין חתונה און שפעטער אויך, א דריטער איז בכלל אין א ספרדישע ישיבה, אנגעטוהן מיט שמאלע הויזן אין א שניפס שבת און יום טוב, די שוועסטער די זעלבע זאך, איינע לערנט אין יידיש, מיט חסידישע מיידלעך, און אנגעטאן גיעהריג, און איר שוועסטער אין די זעלבע צייט לערנט אין א סקול פון דתי לאומי, און אנגעטהון און די שפארך אויף עברית מיט אלע באגריפן וואס א היימישע מיידל וועט קיינמאל נישט איינפאלן אזוי צו רעדן אדער טראכטן.
וי אזוי פאסריט דאס?
וויל אין ארץ ישראל וווינט מען אלע צוזאמען, און די בעלי תשובה וואס זייערע משפחה זענען פריי אינגאנצן אדער חלק, זענען מיט זיי צוזאמען געמישט, און די ליטווישע דאווענען אויך מיט די חסידים, אזוי אז די אלעס ארט שבטי ישראל קענען זיך און פארשטייען זיך, כאטש דא און דארט קומט אויס א מאל א ויכוח און אפילו קריגערייען, אבער מפארשטייט איינער דעם צווייטן.

אין ארץ ישראל איז נישטא דער חומה צווישן היימישע און וויניגער היימישע, אין חו"ל איז דא אזוי אויל מיט וואסערע וואנט וואס ווערט געשפירט אויף יעדן טריט און שריט, צווישן דעם היימישער ייד און דער גוי, נישטא קיין צווישן, אדער דא אדער דארט, איך ווייס אז סאיז ליידער דא א סאך הייזער וואס א קינד פארט אפ אדער גייט אויף א אנדער וועג, אבער רב רובו פון ציבור איז אויסעראך לפחות, היימיש און מיט קלארע כללים וי און וואס.

דער ספרדישער עולם דאס א וועלט פאר זיך, נוח לכעוס נוח לרצות, נישט וי בי אונז קשה לכעוס אבער מער קשה לרצות.
סאיז א עקסטערע סוגיא
בעלי תשובה אויך אזוי א שווערע קאמפליצירטע סוגיא.
אבער איך האב געגעבן די הקדמה כדי צו עקרלערן וי אזוי דער הלוך ילך אין די בתי מדרש דא אין לאנד.
לאמיר זיך אומקערן צו סקווער אין מקור ברוך.
מגייט אין מקווה.
א גערער שטיבל!
ניין האסט נישט קיין טעות ברודער... רוב נוצער פון די מקווה זענען גערער חסידים, איך בין א אייניקל פון א גערער משפחה (מלאך פאמיליע) ביזן קאצקער (די גערער שבת הכנסת אורחים אין יוסף בן מתתיהו אויך אין מקור ברוך קווארטל, איז אין מיין עלטער באבעס הויז, איז געווען בזוו"ש די פרוי פון רבי אברהם אוסטעלענקער זצ"ל, פון די גערסטע גדולי תורה ויראת שמים אין גער)
גערער בויען נישט קיין מקוועס פאר מענער, מסתם האבן זיי זייערע סיבות, זיי האלטן פון צדקה וואס איז מפרנס זיין יענעם, והחזקת בו, זענען זיי מפרנס אלע מקווה ארום זייערע בתי מדרש.
אין סקווער איז דא איין הייסע מקווה אבער גוט הייס, נאר ססאיז מים שאובין, (סקווער זענען ווארעמע יידן, מנעמט אויף ווארעם, די מקווה איזו וארעם, און טאמער איינער פאלגט נישט די תקנות, ווארעמט מען איהם א ביסל מער... אזוי אז ער וועט שוין אנזאגן א צענטן צו אפהיטן די תקנות...)
האנטוכער, דינע, אבער גוט געוואשן, שאמפא (פאר א האלבן שקל אריינלייגן אין פושקע) פרייטיג משך דעם טאג זיצט א ייד מיט א וויסע בארד א גרויסע, אבער סאיז איהם געוואקסן נאר ווייס, וויל ער איז א בעל תשובה, זיין ארבעט איז אכטונג געבן אין מקווה, דער איינציגער וואס איז אנגעטהאן בגדים אין מקווה, נאך איינער איז דא וואס איז אנגעטאהן, איך אין אמעריקע, איז דער גוי וואס ארבעט דארט, מסתם שעמט ער זיך אז ער נישט קיין ייד.

דער מכנה משותף צווישן סקווער און גער, דערמאנט מיר א מעשה, א גלח האט געפרעגט אבאל דעם רב איין זיין שטעטל, וי אזוי האסטו אלעמאל פרנסה, און איך נישט? ביידע האבן מיר די זעלבע שטעלע דעם זעלבן עולם מער וויניגער.
פרעגט איהם דער רב, האסט אמאל געבויעט א תיפלה? יא! האסט גע'ענדיגט בויען?
יא!
איך, זאגט דער רב, בוייע שוין העכער 30 יאר די שוהל.... האב איך פרנסה.
ביידע שוהלן גער און סקווער איז נישט פארענדיגט עד עצם היום הזה.
כל זמן סאיז נישטא קיין בית המקדש מוז מען נישט פארענדיקן מיט פראכט וויזט אויס.
סאיז דא א היכל התורה מיט אלע ספרים כמעט, און קאלטוע וואסער און קאווע מיט תה, און אנהויב טאג אויך מילעך.
אין די נארמאלע קאווע ווינקל (נישטא קיין קאווע שטיבל) איז דא הייסע ואסער, צוקער קאווע טייסטערסצויס! אבער נישט מילעך, ווייל סאיז א ארעמע לאנד דערווייל און מעקומט טרינקען אין שוהל גאנצע אדער האלבע גלעזער מילעך וואס אין הויז איז נישט אלעמאל דערלויבט.
איך וואלט מציע געווען די אמעריקאנער נדיבים נעמען פרנס היום אויף 40 זעקלאך מילעך א טאג, מערסטנס וועט א קינד אריינלויפן טרינקען א גלאז מילעך אפילו ער איז נישט פון די מתפללים.
אבער מעגייט ארויף אויבן, איז דאס שוין נישט קיין גערער שטיבל אבער אויך נישט קיין סקווערער... אחד בעיר ושניים במשפחה זעסטו א סקווערער חסיד דארט.
וואס יא?
א עולם פון חסידישע, פון ירושליימער, פון ספרדישע (דער געגנט מקור ברוך איז געווען אמאל א ספרדישע נאנט צום שוק מחנה יהודה, און א סאך קליינע און גרויסע שוהלן פרענקישע זענען דארט, אבער דער יונגער דור זייערע האט ליב דאווענען בי די חסידישע שטיבלאך וויל סאיז נישט אזוי שטרענג וי בי זייערע בתי כנסת, וואס ווערט געפירט מיט א שטענרגקייט, און ארויס זאגן א ווארט א איבערעריגע, און אלע מתפללים זענען שטיל און נאר דער שליח ציבור לייעט הויך אופן קול דעם דאווענען, חוץ פון א פאר פסוקים און קריאת שמע.
למשל פארקויפן עליות גייט אזוי:
5 שקלים שלישי!
10
שרייט איינער חמשה עשרה!
חי שקלים שלישי!
אויף יידיש און עברית.
הוצאה והכנסה? אויף עברית איז דאס: פתיחת ההיכל! און זיי באצאהלן טאקע מער פאר דעם.

איינע פון די שיינע זאכן וואס סאיז דא אין ארץ ישראל איז יעדן טאג ברכת כהנים.
סקומט ארויס פון דעם אינטרעסאנטע ערשיינוגען.
למשל האט זעה איך וי א גערער חסיד אין די יארן, א מכובד, מיט א שטאלצקייט כידוע, גייט ארויס אינמיטן חזרת השץ, נאך איהם גייט א קליין פרענקיש בחור, דער גערער איז א לוי דער יינגל איז א כהן, און ממרום גדולתו גיסט איהם אהן דער עלטערער מכובדער חסיד די טונקאלע הענט פון ספרדישן כהן.
מהערט אלע סארט הברות, חסידיש ליטוויש און ספרדיש, אין די מערסטע טאקע בי דעם ווארט באהבה! פון ברכת כהנים, לברך את עמו ישראל באהבה, הערט זיך:
באהאוו, חסידיש
באהבא, ליטוויש ירושליימעריש
באהבהההאאא, ספרדיש
און מעפילהט וי נאך אלע מעשיות איז עם ישראל איינער און 12 שבטים באלאנגען צו איין פאלק ישראל.

דא ארויס נעמען א סמארטפאן איז נישט נאר א איסור, נאר א סכנה ממש.
סקומט צו זאגן קדיש, איז דא א סאך מחותנים, די ספרדישע זענען שטארקע קדיש ליבהאבער, צו אין יאר צו אין יארצייט צו סתם ווען די הארץ בענקט שרייט ער ארויסס א קדיש, לויט תקנות סקווער דארץ מען זאגן "קץ" משיחיה, ביג דיל, זאגט מען, אבער אז סעקומט צו יהא שלמא, דארט גייט שוין ארויס בי די ספרדים א ליסט פון ברכות, ושבע ושיזבא ורווח והצלה, אלס קינד האב נישט אינגאנצם פארשטאנען, איך אפילו געמיינט אז דאס איז קללות מיט כעס, וויל סעהאט זיך געהערט מיט א ניגון פון תוכחה, מצד שני האב איך אלס קינד נישט פארשטאנען פארוואס זאגט מען "א סך וואסער" ביז איך געזען אז סאיז: "די בכל אתר ואתר"...
קומט צו עושה שלום גלייכן זיך אלע אויס און דעם עולם ענטפרט אמן.
תיקון? ליקער? קייקס?
אפשר איז דא, איך האב נישט זוכה געווען צו זעהן, נאר איינמאל, א ביסל מיץ ענבים, און א קליין באקס מיט 8 רוגאלאך וואס ביז א רגע כמימריה נעלם געווארן צווישן א פאר הונגעריגע בחורים נאך עלינו לשבח.
אין א שוהל נישט ווייט, אקעגן מחנה יהודה מארק, זהרי חמה, מיטן באווסטן זון זייגער, איז דא, 4 סידורים לעבן ש"ץ, ספרד, עדות המזרח, חב"ד אשכנז, מיט א שילד אז ווער סדאוונט פארן עמוד, מעג דאווענען זיין נוסח.

אטעטשמענטס
שילד לעבן עמוד, זהרי חמה שוהל.
שילד לעבן עמוד, זהרי חמה שוהל.
20240505_192153.jpg (100.79 KiB) געזען 3118 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

מירון מיט א יובל צוריק, זכרונות פון חלאקע ירושליימער יינגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

ל"ג בעומר מיט א יובל צוריק
זכרונות פון א ירושליימער כאלאקע יינגל

ווען מירון האט נאך באלאנגט צו רשב"י...

דער דארף מירון אונטן האט זיך נאר וואס אויפגעשטעלט, פון יידן פון די מזרחי, ציוניסטישע.
זיי האבן אויסגעקליבן דעם פלאץ, נישט ווייל רשב"י איז באגראבן אויבן, אפשר טאקע "כאטש" דער ציון איז דארט אויפן בארג.
געבוייעט דארט שטאלן פון קיען, פי, הינער א סאך, און איינגעזייט פלאנצונגען ושאר ירקות, געמאכט געלט, אנגעזעצט, געבארגט חובות און געצאלט כמנהג גוברין יהודאין.
אין יארן ארום, וועלן זי דאס אלעס פארמאכן, און איבערבייטן אויף צימערן מיט פראסטע בעטן צו פארדינגען פאר די פרמיטיווישע היימישע יידן, און זיך לאזן באצאהלן א סאך געלט אויף באקומען א בעט, מיט די מינימאליסטישע באדינגונגען, זאלן די חריידישע צאהלן, די וואס געבן גארנישט צו, מיט זייער עקזיסטענץ, פארן ציוניסטישן מדינה.

תשל"ה 1975
איך בין א יינגל פון 3 יאר, מעפארט אין מירון מיר מאכן חלאקע בי רשב"י הקדוש.

מירון איז נישט פרעמד פאר ברסלבער בכלל און פאר מיין משפחה בפרט.
מיין זיידע רבי משה בורשטיין ז"ל פלעגט פארן יעדן שבת מברכים אין מירון, מיט 2 אטאבוסן זיך געשלפעט, 7 שעה.
טייל מאל מיט מיין באבע ע"ה און א סאך מאל מיט א פאר קינדער, אין די שווערע יארן וואס סאיז קעווען ליידיג א גאנץ יאר דער גאנצער בארג, אפילו אספאלט איז נישט געווען, און פון אונטן געקראכן צו פיס ביז אויבן, די ערשטע פאר יאר, געשלאפן אין די מערה פון רשב"י, מיט א מאטראץ אויפן באדן, קאלט מחט אויפגעריסענע שויבן וינטער, און שרעקלאך הייס זומער, מיט מוסקיטאס, פליגן און בינען.
מיט נאך שרפי קודש וי רבי שמואל שפירא דער שרף, וואס דער בית ישראל און דער סאטמערער רב און א סאך צדיקים האבן פון איהם געהאלטן עולמות און געשטיצט.
רבי שמואל הורוביץ, א גרויסער למדן און מקובל, און נאך צדיקים, וואס האבן זיך געווייקט אין יענע צייטן אין מירון.

מיין טאטע רבי חיים בורשטיין ז"ל האט מיר דערציילט אז בי 15 יאר תשי"ט, איז ער געווען מיטן זיידן אין מירון אויף א שבת ווינטער,
ליידיג! פוסט! קאלט!
קעץ זענען אפילו נישט געווען דארט, נאר זיי צוווי א גאנץ שבת.

מיט די צייט זענען די "חכמים" די ספרדישע, וואס זענען געווען דארט פון די צייטן פון תלמידי האר"י הקדוש, געלערנט זוהר און געשנארט בתקיפות געלט פון די באזוכער, זענען זיי נפטר געווארן און נישט איבער געלאזט א דור נאך זיי פון שומרי תורה כמעט, די צימערן איבער'ן ציון וואס רבי אברהם גלאנטי האט געבוייעט וי דער אריז"ל האט איהם רעקלאמירט, זענען האלב חרוב, טויבן האבן זייערע נעסטן געלייגט דארט, שלענג און שפינען.
די ברסלבר האבן דאס אנגעהויבן נוצן, אזוי איז ביז היינט געבליבן די צימערן בחזקת די משפחות וואס קומען א גאנצע צייט, צו רשב"י, שבתים און אינמיטן וואך, און א חלק פון דעם איז הכנסת אורחים, אזוי וי למשל מיין שווער'ס טאטעס צימער הרב מדרכי אלעזר רובינשטיין ז"ל, וואס ווערט ל"ג בעומר און נאך מציין פארוואנדלט אין א הכנסת אורחים, מיט פרישע עסן און טרינקען.
ער אליין אין די שווערע צייטן, פלעגט ארום גיין און צוזאמנעמען עסן ווארג מיט ירקות און מחיה מתים זיין די עובדי השם וואס האבן דארט געדאוונט און געלערנט אויסגעטוהן פון דער וועלט.


מיין זיידע האט נישט געוואלט נעמען א צימער סתם אזוי, האט געווארט ביז ער האט דאס באקומען פון די משרד הדתות וואס האבן געהאט די פאראנטווארטלעכקייט איבער דעם ציון און די מקומות הקדושים.
מיין באבע האט געפארבט מיט אייגענע הענט דעם צימער.
וואסער און לעקטער נאך נישט געווען דעמאלט, אבער א נאפט מאשין און א אויבן פון נאפט איז יא געווען.


איך געדענק נאך וי מיר האבן געשלעפט וואסער אין א עמער, און געגאסן אין א צוויטע עמער נטילת ידיים.
אין צענדליגער יארן ארום האט מען שוין אויסגעבויעט א קליין בית הכבוד, און קראן סינק, און קליין קאך ווען מיין זיידע איז שוין געווען קרוב צו 80 און ער האט דאס גענוצט קרוב צו 20 יאר ביז ווען ער איז נפטר געווארן תשע"ב בי 98 יאר, אלע שבת מברכים געווען דארט!!


היינט מאכט מען דארט חלאקעס און ווען איך קום דארט ברענג איך מיט כלי נגינה און דער הייליגער צימער ווערט אויפגעלעבט מיט אמאליגע לידער און געפיהל.


צוריק צו מיין חלאקע מיט א יובל יאר.
דער וועג איז געווען זייער לאנג און נישט לייכט.
פון קאטאמאן נעמט מען א טעקסי, א אלטער צ'אקער מיט שטרוייענע בענק הויכע, פון דארט ארויף אויף א אטאבוס, א דינע וואטע מיט בלוייע סקיי בלוי אויף די שטוהלן, אייזערנע זיילן, און אויפן דאך א גרויסע מעטאלענע קאסטן, דארט בינט מען צו די געפעק, רענצלאך, און שמאטעס, מיט א אייזערנע לייטער קריכט מען ארויף לעגן דארט אלעס.
ווער זענען די פאסאשירן אין דעם אטאבוס?
גאנץ שבטי ישראל גאס!
ברסלבר חסידים, און אויך שערי חסד איינווינער, די באווסטע ירושליימער ארייענטאלישע ליטווישע יידן מיטן גאנצן אראבישן כבוד ויקר, וואס האבן געלענט פון די אראבישע שעכן די שכנים, דורך די 200 יאר ווינען אין מיטל איסט, ווארטן שטארק אויף רעספעקט און אויך געבן זיי רעספעקט יעדן.
פרענקישע פאמיליעס, מיט באבעס זיידעס, פרוייען און פיצלאך קינדער, מיט פארטאכער פון מיט זיסקייטן, פעקלאך מיט מאראקאנישע האניג געבעקס, איינגעוויקלט אין האנטוכער און זילבער פאפיר, טיילן אויס אלעמען יעדן שעה נאשערייען, שרייען קולולולו צו יעדן חלאקע יינגל, און שרייען מיט אלעמען די ליד בר יוחאי מיט זייער העבריישע הברה.
מיר דער חלאקה חתן יינגל, האט מען אנגעטהן אין א קליין כאלאט, עקסטער גענייט פאר חלאקע יינגלאך, דעמאלט האבן אלע פרוייען און יידישע טעכטער געקענט נייען.

מפארט א 2 און א האלבע שעה, און משטעלט זיך אפ אין די שטאט חדרה אין מיין באס סטיישן.
וואס איז?
אה.
דער מאטאר פון דעם באס, איז שוואך, מעבייט אויף א אנדערן, מחליף פרה בחמור.
משלעפט צוריק אראפ אלע זאכן פון דאך, אפגעבינדן און געקראכן נאכאמאל אויף דעם דאך פון דעם "נייעם" אטאבוס, צוגעבונדן, די פלעצער ווערן פאכאפט, א טייל די זעלבע פלעצער, א טייל זאגן אז סאיז א נייער דין און נישטא קיין חזקה פון פריערדיגן באס, משנה מקום משנה מזל, אביסל געקריגט זיך די קינדער און אויך עלטערע אבער שנעל געמאכט שלום, מפארט דאך עפעס צו רשב"י ניין?..
מעפארט אריבער די פרדסים וואס אין די תקופה שמעקט אויף שיכור צו ווערן פון די בלומעלעך וואס וועלן אויסוואקסן מאראנצן, לימענעס און אזעלכע, אויפן געגנט שאראן, (השרון) צווישן נתניה און שכם.

ר' נתן שפירא ב"ר שמואל ז"ל הויבט אן זינגען דעם פלאשן ניגון, וואס פארמאגט א שטארקן קראפט צו רירן הערצער, א פאר יונגעלייט נעמען א פלאש אויפן קאפ, די פרענקישע טיילן וידער פון זייערע געבעקס און זיסקייט, ביז דער באס הויבט אן טאנצן אויף בורות שיחין פון די אלטע אספאלט וועג.
און אין מיטן זעהט מען שוין פון דערווייטנס די הויכע בערג פון גליל העליון.
דאס איז דער ג'ערמארג שרייט א בחורל, וואס עפעס? בארוהיגט איהם א עלטערער ייד, דאס איז נאר דער אנהויב פון די הוכע גליל בערג,
דער באס הויבט אן מאכן הקפות, די וועג ווערט שמאל, פון די זייטן ווערט טיף די אפגרונד, מאיז מתפלל אין הארץ, א טראק קומט אנקעגן, ואני אנא אני בא?
אונזער באס רוקט זיך אין זייט, און מיר האבן מורא ער זאל זיך נישט אומווארפן חלילה ביז אונטן, איינער שרייט: וואס האט איר מורא? בזכות רבי שמעון! און מיט דעם פרובירט ער זיך אליין בארוהיגן, דער דרייווער אליין איז דווקא זייער רואיג, פארט שוין יארן אויף די וועגן, ער רעדט יידיש כאטש ער איז ווייט פון יידישקייט, אזוי וי א סאך, אין די שטאט חדרה און תל אביב און חיפה אין יענע יארן.

און האט איז מען שוין ממש נאנט צו מירון, די בעקאנטע בערג, וואס תנאים זענען דא באגראבן, דא האבן זיי געלעבט, געלערנט און געשריבן די משנה, דא האט רשב"י זיך געדרייט מיט רבי פנחס בן יאיר און געשאפן דעם זוהר הקדוש, דא איז דער אר"י הקדוש געגאנגען מיט זיינע תלמידים און מגלה געווען קבלה מיט קברי צדיקים.
נאך 7 שעה פארן שטייט אויף אברהם חשין, דעמאלט א יונגער מאן, א מלמד א.ב. עד היום אין הונגערישע חיידער שומרי החומות מאה שערים.
ער הויבט אן א באווסטע פרענקישע ליד: נהלל נודה ונהלל, בזכות התנא רשבי נודה ונהלל, שרייען אלע צוזאמען: נהלל נודה ולנהלל.
בזכות הצדיקים נודה ונהלל, אלשע שרייען נודה ונהלל, דאמאלט גייט ער אריבער צו די משפחות פון באס: בזכות רבי שמואל שפירא נודה ונהלל, שרייען אלע און די שפירא'ס נאך העכער: נהלל נודה ונהלל,
בזכות רבי משה בורשטיין נודה ונהלל...
בזכות חכם חנון נודה ונהלל, שרייען זיינע קינדער: נהלל נודה ונהלל.. און די פרוייען מאכן קולולולו אז מקען טויב ווערן...
און יעצט זענען מיר שוין ביים בארג אונטן, נאך נישטא קיין וועג ביז אויבן, מגייט אראפ, גלייכט אויס די ביינער, און משפלעט אלע שמאטעס, זעק, טעפ, קאפעס מיט עסן, האנטוכער, וועגאלאך, אלע העלפן אלעמען און מעקריכט ארויף אובין צום בארג ציון הרשב"י.
אין די זייטן זעהט מען שוין געצעלטן פון ספרדישע יידן, זיי האבן א מסורה צו קומען דא אויף א פאר וואכן נאך פאר די הילולא און נאך דעם, מיט שעפסן מאכן א קרבן, און אראק, און די באביצ'קעס פארען זיך ארום מיט די פייערן און קעכעריי, אלע גייען דארט בארוועס אן שיך אן זאקן.
אלץ זינגט אלץ בליהעט אלץ איז לעבעדיג.
עד כאן פרק א'



אטעטשמענטס
תשל"ה מיין חאלאקע אין מירון
תשל"ה מיין חאלאקע אין מירון
IMG-20240521-WA0000.jpg (96.96 KiB) געזען 2566 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

עטוואס בעסער.

אז איר האט די בילד אין העכערע רעזעלוציע, קען מען עס מאכן בעסער.
אטעטשמענטס
IMG-20240521-WA0000-01.jpeg
IMG-20240521-WA0000-01.jpeg (242.76 KiB) געזען 2320 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

דא קען נישט ארוינעמען פיילס מיט מעט פון 400 ק"ב, אזוי וי 20 יאר צוריק נאך.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

חאלאקע אינגל פארזינקען אין זיינע מחשבות בשעת מען הייבט אן מאכן די ראשית הגז...
אטעטשמענטס
1716303195845-01.jpeg
1716303195845-01.jpeg (90.2 KiB) געזען 1764 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8149
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פשוט מחי׳ נפשות צו ליינען. אזא מתיקות און אויטענטישע חן. ייש״כ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

פרק ב' ל"ג בעומר מיט א יובל צוריק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

פרק ב'
משלעפט זיך ארויף אויבן צום הייליגן ציון און אונזער ציהל איז דעם זיידנ'ס צימער.
ווען איר קומט צו רשב"י זעהט איר אויבן יארמולקעס, דעכער פון צימערן פון ביידע זייטן, דאס איז צימערן וואס רבי אברהם גלנטי א פארמעגליכער תלמיד פון אר"י הקדוש האט געבוייעט וי אויבן דעמאנט.
נומער 3 דער קליין צימער, אונז קומען דארט אריין, סאיז א ביסל טונקל, פון פענסטער זעהט מען דעם גרויסן וואלד, וואס פירט צו קברי בית שמאי, די שוהל פון די תנאים, און א ביסל ליכט קומט אריין פון דארט.
מיין טאטע רבי חיים ז"ל נעמט ארויס א שערל, א ליקער און א ביסל לעקאך פון בריזל בעקעריי, א קליין זעקל אריינצולייגן די אפגעשניטענע האר מיינע.
ער גיט איבער מיין קאפ צו חשובע יידן און חברים זאלן אפשערן און אנווינטשן מזל טוב מיט נחת און תורה ויראת שמים.
מגייט ארויס און איך זעה דעם קליין קיאסק פון הער און מארס טעלער, א רומיינישער ייד, מיט זיין שטרענגע רעבעצן, פירן בתוקף ועוז די מלוכה, פארקויפן כל מיני זאכן, נעמען א הויכן פרייז פאר יעדן זאך, וואסער, קולה, נעגל שניידר, שערלאך, קיכל, טישו פאפיר (זייער א חשובער פראדוקט וואס נישט געווען אזוי לייכט צו זעהן אין בתי הכבוד דארט, מעהאט געבריינגט פון שטוב פון ירושלים מיט זיך) און איך זעה דארט צוגעבונדן אויבן א צ'אצ'קע, א פלאסטיקן קראליק, אין איך שפיר אז איך בין א מלך אויף איין טאג, עקשן איך זיך מיט מיין טאטן זאל מיר דאס קויפן, סאיז איהם נישט געגאנגען מיר אפקויפן מיט קלייניקייטן, ענדע האב איך דאס באקומען, און שטאלצירט מיט דעם א גאנץ ל"ג בעומר אין מירון, ביים אפשערן, ביים שלאפן, ביים טאנצן, ביים לאכן און ביים וויינען.
מיין טאטע לייגט מיר שלאפן אויפן גרויסן בעט מיט שטרוייענע מאטראץ, די באבע פלעגט דארט שלאפן שבת און מיין זיידע ביז די 80 יאר זיינע,איז גאשלאפן אויף 2 הארטע בענק צוגעשטעלט, ממילא געשלאפן ווייניג, בי חצות לילה אויפגעשטאנען שוין.
מיין טאטע גייט ארויס צו טאנצן מיט די יידן, דער חצר פול יידן פון אלע סארטן, אלע טאנצן צוזאמען, מזרוחניקעס און נטורי קרתא, עמך ארבעטער פון פתח תקוה, און דארף לייט פון די יישובים אין גליל, משה ברלין זאל זיין געזונט ביז 120 שפילט קלארינעט, מ'פויקט מיט איהם, און ווינקראנץ מיט דעם אקורדיאן, מאיר בלוי נאך א צ'וצ'יק בחור, טאנצט א פריילאכע קדאצ'קע.
נישטא קיין גרויסער עולם וי היינט, נישטא קיין גרויסע אדמורי"ם וואס פראווען פאר זיך טישן מיט פאראד און חסידים, וואס די חסידים קומען צו זיי און וויניגער צום רשב"י, דעמאלט האט די הילולא געהערט נאר צום רשב"י און כלל ישראל.
איך וועק מיר אויף און זעה זיך אליין אין א האלב טונקעלר צימער, א פרעמדער, א שרעק האט מיר באפאלן, איך געדענק ביז היינט, איך האב אנגעהויבן בריקען די אייזערנע טיר, געשריגן, און מענשטן פון די אנדערע זייט טיר פרובן מיר בארוהיגן, מזוכט אויס מיין טאטן, דער עולם קען זיך איינער דעם צווייטן, מיין טאטע נעמט מיר ארויס און לייגט מיר אויף זיינע אקסלען, טאנץ'ט מיט נאך חלאקע יינגלאך.
נישטא קיין הויכע בינע פאר די מוזיקער, אלע זענען צוזאמען, א קליין ספיקער סיסטעם, מדארף נישט קולות וברקים אז מעהאט וואס צו זאגן קוויאלעטע זמירות דארף מען נישט שרייען.
נישטא קיין פאפאלערשע זינגערס וואס שרייען זיך אויס לעיני כל ישראל והוידאו, אלע קומען מיט תמימות פשיטות און שמחה ואהבה צום רשב"י מיטן זוהר הקדוש.

אונטן בי די הכנסת אורחים, פירט אן יוסי גלילי א מונקאטשער חסידישער ציוניסטישער מזרוחניק וואס ווינט דעמאלט אין בני ברק, מעגיט פיתות, מיט זוייערס, א ביסל זיס טרונקען פון א גרויסן ג'עריקאן, א גאנץ יאר האט די באבע חנה לעבל ע"ה געקליבן די יאגארט פלסטיק בעכערלאך, און אנשטא ווארפן אין גארביטש האט געוואשן און געלייגט אין זעק, ל"ג בעומר גענוצט פארן עולם.
אינעווייניג ביים ציון, יידן דאווענען, משטופט זיך נישט צום ציון, יעדער שטייט א וו ער קען, גיסט אויס זיין הארץ און בעט רשב"י זאל פועלן פאר איהם מיט בני בית אלע ישועות ונחמות.
קומען איך אדמורי"ם, אבער דאס מאל מיט 9 קבין ענווה, און בעטן בי רשב"י בתוך עמיהם הם יושבים.
סווערט שוין טונקל באלד, מגרייט צוריק די פעקלעך, זעקלעך, שטריימיל, און מגייט אראפ דעם בארג צום אטובוס, און מעפארט און מעדרייט זיך צווישן די בערג, רעכטס לינקס אויבן און אונטן, די בערג ווערט וואס מער טונקעלער, דערצייל זיך מעשיות פארן שלאפן, די פויגלען הערן אויף סוויצ'ן, און די שאקאלן הויבן אן זייער מעריב דאווענען מיט קולות פון געווין און יללות, און אין די טונקלקייט שלאף איך איין, מיטןמיין קראליק פון פלאסטיק אין מיין האנט, זה חלקי מכל עמלי.
אטעטשמענטס
דער פלאסטיק קראליק אין האנט, א געווינס א אוצר אין מירון, א מתנה צו דעם חלאקע.
דער פלאסטיק קראליק אין האנט, א געווינס א אוצר אין מירון, א מתנה צו דעם חלאקע.
IMG-20240521-WA0001.jpg (96.71 KiB) געזען 1311 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5518
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

האסטו...

איך קען נישט קוקן אויף די רויטע בילדער...
אטעטשמענטס
IMG-20240521-WA0001-01.jpeg
IMG-20240521-WA0001-01.jpeg (217.55 KiB) געזען 864 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

ליינענדיג שפירט זיך ווי מען פליעט צוריק צום נאסטאלגישן אמאל, פיל מיט תמימות און פשטות, און עס וויל זיך נישט צוריק קומען צום פארמאלן היינט.

איך הייב אן פארשטיין דעם אויסדריק "וואויל איז פאר די אויגן וואס האבן געזען אויגן", אבער וואוילער איז פאר די מח וואס האט אלעס אריינגענומען, און די הענט וואס קענען דאס אפשרייבן מיט געשמאק אז עס בלייבן מיטן ארגינעלן חן.

און וואויל אונז פאר אונז אז מיר קענען דאס ליינען ממקור ראשון.

הלוואי זאלן אלע יודן די יארגאנג און עלטער קענען אראפ שרייבן זייערע זכרונות מיט אזא געשמאק!

יישר כח אברהם לייב!
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

טינטיג האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:53 pm
ליינענדיג שפירט זיך ווי מען פליעט צוריק צום נאסטאלגישן אמאל, פיל מיט תמימות און פשטות, און עס וויל זיך נישט צוריק קומען צום פארמאלן היינט.

איך הייב אן פארשטיין דעם אויסדריק "וואויל איז פאר די אויגן וואס האבן געזען אויגן", אבער וואוילער איז פאר די מח וואס האט אלעס אריינגענומען, און די הענט וואס קענען דאס אפשרייבן מיט געשמאק אז עס בלייבן מיטן ארגינעלן חן.

און וואויל אונז פאר אונז אז מיר קענען דאס ליינען ממקור ראשון.

הלוואי זאלן אלע יודן די יארגאנג און עלטער קענען אראפ שרייבן זייערע זכרונות מיט אזא געשמאק!

יישר כח אברהם לייב!
יישר כח
סגיט מיר חשק שרייבן ווייטער.
איך האב געשריבן א סאך, נאר אין עברית, איך שרייב איבער אויף יידיש, פאר אונזער עולם.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

גאר נאסטלאגיש און ארגינעל... אין אונגארן וואלט מען געזאגט ”צוקאש”....
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

ווער איז די בחור/איד וואס שטייט נעבן אייער פאטער? קוקט אויס ווי ער האלט זיין שטריימל.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:21 pm
ווער איז די בחור/איד וואס שטייט נעבן אייער פאטער? קוקט אויס ווי ער האלט זיין שטריימל.
טוביה אדער אברהם - נישט קלאר וועלעכע נאמען
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:21 pm
ווער איז די בחור/איד וואס שטייט נעבן אייער פאטער? קוקט אויס ווי ער האלט זיין שטריימל.
טוביה נברוצקי, ביז א פאר יאר צוריק, געווען דער גרעסטער קוגל בעקער אין ארץ ישראל, איידים פון ר נחמן בורשטיין ז"ל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: קלעזמער אברהם לייב בורשטיין, (פון באלאגאן) מיוזיק, זכרונות, דיעות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:56 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:21 pm
ווער איז די בחור/איד וואס שטייט נעבן אייער פאטער? קוקט אויס ווי ער האלט זיין שטריימל.
טוביה נברוצקי, ביז א פאר יאר צוריק, געווען דער גרעסטער קוגל בעקער אין ארץ ישראל, איידים פון ר נחמן בורשטיין ז"ל.
געוואלד... יעצט פארשטיי איך פשט אין די באקאנטע ט. נ. אויף די טעפ.....
נישט געוואוסט זיין יחוס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”