מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מיין סופלייער שיקט מיר סחורה שוין יארן, מ'האט אפגעמאכט א פרייז.

איך באצאל למעשה נאר א קליינע חלק פון וואס מ'האט אפגעשמועסט, דער חוב האלט ביי א סך הכל פון 12 יאר אומבאצאלטע סחורה.

ער האט מיר אנגערופן פאריאר און געזאגט אז אויב גיי איך נישט מאכן כאטש א שטיקל פלאן וויאזוי מ'גייט באצאלן, וועט ער אפהאקן מיט מיר.

כ'האב אים געבעטן א חודש צייט, און ער האט עס מיר נאכגעגעבן, און אזוי האב איך געבעטן נאך א חודש און נאך א חודש,

נאך 14 חדשים האט זיין געדולד געפלאצט, און ער וויל מער נישט רעדן מיט מיר.

איך האלט אז ער איז א אוממענטש, און ער מעג פארשטיין אז ער זאל עס יעצט אפשטופן פאר לפחות איין חודש, פשוט ווייל מ'קען נישט פארהאנדלען אונטער פרעשור,

ער, ווידער, וויל נישט ממשיך זיין אפילו איין טאג. ער טענה'ט אז אויב וויל איך נישט יעצט נאך אזויפיל מאל פארלענגערן, וועל איך שוין קיינמאל נישט קומען צום טיש, און פארלענגערן די צייט ווען מ'גייט פארהאנדלען האט אויך א שיעור.

ווער איז גערעכט?

און יא... שיעור נישט פארגעסן... פארוואס האב איך מיך יעצט דערמאנט דערפון...

ווייל אין א קאנווערסעישאן מיט א חבר האט ער מיר געזאגט אז אויף סי.ענ.ען. האט א 'הויכראנקיגער' קאנגרעס מיטגלד געזאגט, אז די משוגענע מאגא מענטשן זענען אזוי צודרייט, אז זיי זענען אפילו נישט מסכים מיט די מעינסטריעם רעפאבליקאנער, וואס פארשטייען אז מ'דארף אויסציען דעם בודזשעט אויף צייטווייליג, לפחות ביז מארטש, כדי מ'זאל קענען עפעס אויסארבעטן.
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע:פארשעמט אויף דר'ערד

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

ס'זענען שוין דא אשכולות פאר'ן גרעניץ קריזיס און אויך פאר קאנגרעס און סענאט.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:20 pm
ס'זענען שוין דא אשכולות פאר'ן גרעניץ קריזיס און אויך פאר קאנגרעס און סענאט.
אויב אזוי פארוואס גייסטע נישט אריין דארט?

וואס זוכסטע דא?
אתמהה
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

קומסט מיט מעשיות. וואס זאגן די טשארטס?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

די פראבלעם איז אז פון 2016 ביז 2020 האט דער יעצטיגע סופלייער נישט געוואלט מאכן קיין שום דיעל וועגן אפצאלן חובות, נאר גאר פארקערט ער האט מרצונו הטוב צוגעלייגט טריליאנען צו מיינע חובות..
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4047
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

שטא קיין בעסערע און קלארערע משל צום בוזשעט! גוט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:23 pm
די פראבלעם איז אז פון 2016 ביז 2020 האט דער יעצטיגע סופלייער נישט געוואלט מאכן קיין שום דיעל וועגן אפצאלן חובות, נאר גאר פארקערט ער האט מרצונו הטוב צוגעלייגט טריליאנען צו מיינע חובות..
דער דיון איז בכלל נישט ועגן צו מ'זאל מאכן א דיעל אדער וועלכע דיעל

דער דיון איז צו מ'איז משוגע פארן טענה'נען אז אויסציען ווייטער איז נישט טעמפארערי נאר אין סוף
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

גאר גוט אראפגעלייגט!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

זאפטיג!
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
איש נבון
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 6:15 pm
לאקאציע:אויף דער וועלט

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש נבון »

THANK YOU
אויב ווילסטו באקומען א Voter Registration Form אויף די פאסט שיק דיין מעילינג אדרעס צו מיין אימעיל.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

יע יע

נאר ביז מארטש

און איך בין משוגע פארן טענה'ן אז ס'גייט גיין ווייטער ווי מארטש...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מיין סופלייער גלייבט מיר מער נישט- איז ער גערעכט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פיין פיין
👍👍👍👍
ריברענדיג.....
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”