אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

ברוכים הבאים !

תתחדש. א נייע פראיעקט.

ווי באוויסט איז הלכות שבת ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים, פילצאליגע הלכות וואס מ'דארף כסדר לערנען און חזר'ן צו באקומען א גריפ אויף די נושא במילואו. און אנשטאטס פאקוסען אויף די נעגאטיווע חלק וויפיל הלכות און מוקצועות מ'קען נישט אדער נישט געלערנט, וועט מען קוקן אויף די גוטע זייט און פשוט און פראסט אנהייבן לערנען ! אלזא, גארטעלט אייך אן, מ'הייבט אן די סוגיא פון מוקצה.

מ'וועט פרובירן צו פאוסטן דא יעדע פאר טעג א פרישע הלכה מיט אביסל ביהיינ''ד ד''י סיענ''ס, מ'זאל קענען מדמה זיין מילתא למילתא. מ'וועט נישט לייגן צו סאך אויף אמאל מחשש כיבוי, ווי אויכעט וועט מען נישט לייגן דברים הידועים לכל כדי ס'זאל זיין א דבר חידוש פאר יונג און אלט צוגלייך.

הערות אר אללוועי''ס וועלקאם.

געגאנגען !
פארגעס נישט צו סובסקרייבן !!

נ.ב. **פרייליכע אפדעיט** מ'האב מיר ב''ה באקומען די זכי' אז א ת''ח מפורסם וואס איז פקיע שמיה בכוחו בתורה, נודע לכל באי שער אייוועלט, ה''ה הרב @אוראייניקל שליט''א וועט מהיום והלאה איבערקוקן אלע הלכות וואס ווערן דא ארויפגעלייגט.

זכות הרבים תלוי בו
לעצט פארראכטן דורך אליהו ליכטענשטיין אום דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:59 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הלכה #1

א שמוציגע פעמפער איז מוקצה שבת. פארשטייט זיך אז מ'מעג עס ארויסטראגן פון שטוב אויב ס'שטערט מענטשן צוליב די היתר פון גרף של רעי.

אויב א קינד האט אן א שמוציגע פעמפער און מ'וויל טראגן דעם קינד אים צו טוישן איז ווייטער דא די היתר פון גרף של רעי. אויב אבער מ'וויל נישט טוישען די קינד יעצט, טאר מען נישטהאלטן די קינד אין די הענט, צוליב דעם וואס ס'הייסט טילטול אויפ'ן פעמפער.

האלטן א קינד וואס האט אויף זיך א מוקצה איז נישטקיין טילטול מן הצד המותר, מטעמים המבוארים בגמ' שבת דף קמ''א:-קמ''ב. ובריש סימן ש''ט.

אויב די קינד האט געגועים צו די טאטע, ער וויינט וכו'', דאן איז יא מותר.

Dodo
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:24 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dodo »

א garbage can וואס האט גיהאט Garbage בין השמשות, איז מוקצה אלס בסיס לדבר האסור. מען מעג ארויס נעמען די garbage אלס גרף של רעי. אבער די קען איז מוקצה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:38 pm

האלטן א קינד וואס האט אויף זיך א מוקצה איז נישטקיין טילטול מן הצד המותר, מטעמים המבוארים בגמ' שבת דף קמ''א:-קמ''ב. ובריש סימן ש''ט.
ס'האט א מקור דעם צושטעל?

דארט רעדט מען דאך אז דער קינד האלט די מוקצה אין די הענט, ווערט עס אויך פאררעכנט פאר'ן טאט'ן אלץ טלטול מן הצד, אבער דא אז דער קינד האלט עס נישט נאר ס'ליגט אויף איהם, גייט עס אריין אין די שמועס פון די פוסקים צו א זאך וואס ליגט אויפ'ן בגד כדרכו צו ס'הייסט נישט טלטול מן הצד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

Dodo האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:43 pm
א garbage can וואס האט גיהאט Garbage בין השמשות, איז מוקצה אלס בסיס לדבר האסור. מען מעג ארויס נעמען די garbage אלס גרף של רעי. אבער די קען איז מוקצה
אגב: דא האט מען גערעדט בנוגע אריינברענגן די 'מיסט קאסטן' פונם קאך צום שבת צימער
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:38 pm
הלכה #1

א שמוציגע פעמפער איז מוקצה שבת. פארשטייט זיך אז מ'מעג עס ארויסטראגן פון שטוב אויב ס'שטערט מענטשן צוליב די היתר פון גרף של רעי.

אויב א קינד האט אן א שמוציגע פעמפער און מ'וויל טראגן דעם קינד אים צו טוישן איז ווייטער דא די היתר פון גרף של רעי. אויב אבער מ'וויל נישט טוישען די קינד יעצט, טאר מען נישטהאלטן די קינד אין די הענט, צוליב דעם וואס ס'הייסט טילטול אויפ'ן פעמפער.

האלטן א קינד וואס האט אויף זיך א מוקצה איז נישטקיין טילטול מן הצד המותר, מטעמים המבוארים בגמ' שבת דף קמ''א:-קמ''ב. ובריש סימן ש''ט.

אויב די קינד האט געגועים צו די טאטע, ער וויינט וכו'', דאן איז יא מותר.
מותר לכתחילה לטלטל אותו אפילו בלי געגועים,

איי פארוואס?

ווייל אזוי פסקנט א יעדע דיין...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

מקובל אלוקי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:57 pm
ווייל אזוי פסקנט א יעדע מקובל...
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:08 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:38 pm

האלטן א קינד וואס האט אויף זיך א מוקצה איז נישטקיין טילטול מן הצד המותר, מטעמים המבוארים בגמ' שבת דף קמ''א:-קמ''ב. ובריש סימן ש''ט.
ס'האט א מקור דעם צושטעל?

דארט רעדט מען דאך אז דער קינד האלט די מוקצה אין די הענט, ווערט עס אויך פאררעכנט פאר'ן טאט'ן אלץ טלטול מן הצד, אבער דא אז דער קינד האלט עס נישט נאר ס'ליגט אויף איהם, גייט עס אריין אין די שמועס פון די פוסקים צו א זאך וואס ליגט אויפ'ן בגד כדרכו צו ס'הייסט נישט טלטול מן הצד.
פששששש... אונז האב מיר @אוראייניקל אליינס, איז כתלמיד הדן בפני רבו לאמיר דן זיין בדבריך.

ווען מ'טראגט א מוקצה אויפן גוף-בגד באופן רגיל קען מען דן זיין אויב ס'הייסט 1) טילטול כרגיל 2) טילטול מן הצד 3) אינו חשיב טילטול כלל. די שועה''ר בס' רנ''ט ובס' ש''א אוחז בהשיטה שאינו נחשב טילטול כלל, והרבה אחרונים חולקים עליו וסוברים שנחשב כטילטול רגיל.

דא האב מיר א שטיקל רוב. אויב איז עס טילטול כרגיל אדער טילטול מן הצד איז נישטא קיין היתר, אויפ'ן צד שאינו נחשב כטילטול בכלל יש צד לומר אז לגבי די טאטע הייסט עס יא געהעריג טילטול ווייל ס'איז נישט אויף זיין בגד.

מה דעתך ?
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:29 pm
קען איך נישט עפענען דעם לינק. וואס שטייט דארט ?

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:34 pm
אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:29 pm
קען איך נישט עפענען דעם לינק. וואס שטייט דארט ?
אן אשכול אין די אוצר פארום איבער די נושא, שװער צו קאפיען אלע תגובות (פארוואס זאל א פילטער בלאקירן אוצר החכמה פארשטיי איך נישט)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:03 pm
ווען מ'טראגט א מוקצה אויפן גוף-בגד באופן רגיל קען מען דן זיין אויב ס'הייסט 1) טילטול כרגיל 2) טילטול מן הצד 3) אינו חשיב טילטול כלל. די שועה''ר בס' רנ''ט ובס' ש''א אוחז בהשיטה שאינו נחשב טילטול כלל, והרבה אחרונים חולקים עליו וסוברים שנחשב כטילטול רגיל.

דא האב מיר א שטיקל רוב. אויב איז עס טילטול כרגיל אדער טילטול מן הצד איז נישטא קיין היתר, אויפ'ן צד שאינו נחשב כטילטול בכלל יש צד לומר אז לגבי די טאטע הייסט עס יא געהעריג טילטול ווייל ס'איז נישט אויף זיין בגד.

מה דעתך ?
בעצם דער גאנצע יסוד אז וויבאלד ביים קינד איז עס א נארמאלע טלטול זאל עס ביים טאטן אויך הייסן א ריכטיגע טלטול איז דאך אויך א גרויסע חידוש, והבו דלא לוסיף עלה, אז ווילאנג ביים קינד הייסט דאס נישט קיין ריכטיגע טלטול, האט דער טאטע די זעלבע היתר.

כנלע"ד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:29 pm
זייער גוט, שכוח פארן ברענגען,
כהאב נישט קיין נערווען צו אריין גיין אבער א חוץ וואס מקען זיך יא פארלאזן אויף טילטול מן הצד
איז דא א נקודה אז גרף של רעי שלא נתגלה לעיני עולם בכלל איז דינו כמו שלא פרש [מיין חידוש)
ובכלל יכול לומר שזה בטל להבגד וכמו דחזינן סי’ ש”ב סעי’ ז דלא חששו רק לליבון וטוחן ולא חששו למוקצה
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:07 pm
פארוואס זאל א פילטער בלאקירן אוצר החכמה פארשטיי איך
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:38 pm
הלכה #1
ביטע, איין פריערדיגער פוסק וואס זאגט דאס?

קינדער מיט ווינדלען איז נישט קיין היינטיגער חידוש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:26 am
אייער_קיכל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:29 pm
זייער גוט, שכוח פארן ברענגען,
כהאב נישט קיין נערווען צו אריין גיין אבער א חוץ וואס מקען זיך יא פארלאזן אויף טילטול מן הצד
איז דא א נקודה אז גרף של רעי שלא נתגלה לעיני עולם בכלל איז דינו כמו שלא פרש [מיין חידוש)
ובכלל יכול לומר שזה בטל להבגד וכמו דחזינן סי’ ש”ב סעי’ ז דלא חששו רק לליבון וטוחן ולא חששו למוקצה
יישר כח על ההערות.

לענ''ד אין ראי' מס' ש''ב משום שבדרך כלל יש היתר של גרף של רעי.

פארוואס זאגסטו אז מ'קען זיך פארלאזן אויף טילטול מן הצד ?
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:39 am
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:38 pm
הלכה #1
ביטע, איין פריערדיגער פוסק וואס זאגט דאס?

קינדער מיט ווינדלען איז נישט קיין היינטיגער חידוש.
הממממ... א פריערדיגער פוסק האב איך נישט. היינטיגע יא.

וואס זאל זיין די צד פארקערט ? שים לב אז רוב מאל איז די שאלה נישט נוגע וועגן ס'דא די היתר פון גרף של רעי אדער געגועין.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:08 am
הממממ... א פריערדיגער פוסק האב איך נישט.
דאס זעלבסט איז א ראי' להיתר גמור.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:08 am
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:39 am
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:38 pm
הלכה #1
ביטע, איין פריערדיגער פוסק וואס זאגט דאס?

קינדער מיט ווינדלען איז נישט קיין היינטיגער חידוש.
הממממ... א פריערדיגער פוסק האב איך נישט. היינטיגע יא.

וואס זאל זיין די צד פארקערט ? שים לב אז רוב מאל איז די שאלה נישט נוגע וועגן ס'דא די היתר פון גרף של רעי אדער געגועין.
וועלכע היינטיגע?
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

יישר כח פאר אלע קאמענטירער, לייקער''ס, און וויוער''ס. מ'גיימיר זיך ריקן צו הלכה ב' בעז''ה.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הלכה #2

shutterstock_16289383 (2).jpg
shutterstock_16289383 (2).jpg (278.12 KiB) געזען 385 מאל

לאמיר אריינגיין אביסל טיפער אין די סוגיא פון האלטן א קינד וואס האלט א דבר מוקצה-סימן ש''ט.

די הלכה איז אז אויב א קינד האלט א מוקצה וואס ס'איז נישטא קיין חשש אז די טאטע וועט עס איבערנעמען מידיו, ווי למשל א שטיין, א מוקצה טוי, וכו'', איז אסור פאר די טאטע צו האלטן די קינד, און ס'איז ווערט מותר אויב די קינד וויינט און האט געגועין צו די טאטע.

אויב איז עס אבער א מוקצה וואס ס'איז דא א חשש אז די טאטע וועט צוקומען אליינס עס צו האלטן, ווי למשל טאטי'ס בערזל וכו'', דאן איז אסור צו האלטן די קינד אפילו ווען ער וויינט-יש לו געגועין, ווייל ער גייט צוקומען צו מטלטל זיין א דבר מוקצה.

דא שטעלט זיך א שטארקע פראגע. וואס איז פשט ?? אונז ווייס מיר דאך אז טילטול מן הצד-אומדירעקטע טילטול איז מותר ווען ס'איז לצורך דבר המותר, ווי למשל דא ווען ער וויל האלטן די קינד, און ס'גייט אים נישט אן אבאו''ט די מוקצה, סאו פארוואס קען נישט די טאטע האלטן די קינד ??

אויף די קושיא איז דא צוויי תירוצים.

די ערשטע תירוץ שטייט אין תוס'מס' שבת דף קמ''ב: און ס'ווערט גע'פסק'נט אין שועה''ר,אז דאס איז נישט קיין טילטול מה''צ לצורך דבר המותר ווייל די טאטע דארף נישט דירעקט די קינד לצורכו, די קינד איז דער וואס וויל אז די טאטע זאל אים האלטן. משא''כ ווען די קינד וויינט וויל די טאטע דירעקט האלטן דאס קינד אים צו בארואיגען, ממילא במקום געגועין איז עס טילטול מה''צ לצורך דבר המותר.

די צווייטע תירוץ איז געבויט אויף די משמעות לשון רש''י, וכ''ה ב פרמ''גאון אזוי פסק'נט די משנה ברורה, אז האלטן א קינד וואס האלט א דבר מוקצה איז עקטשועלי א נארמאלע דרך טילטול, ס'איז נארמאל צו האלטן א קינד וואס האלט עפעס אין די הענט און ס'איז נישט קיין שום שינוי, משא''כ ווען די קינד האט געגועין האט מען מתיר געווען משום סכנה לתינוק.

זייער שיין.

פון די צוויי מהלכים קומט ארויס עטליכע נפק''מ להלכה. אויב א טאטע האלט א קינד וואס האלט א מוקצה, און די טאטע האלט דאס קינד ווייל ער וויל דירעקט האלטן די קינד, ווי למשל ער וויל אים געבן צו עסן וכדומה, לויט די שועה''ר איז עס מותר ווייל ס'איז טילטול מה''צ לצורך דבר המותר, לויט די משנ''ב ודעימיה איז עס אסור ווייל ס'איז א נארמאלע דרך טילטול.

נפק''מ ב'. אויב א טאטע וויל ריקן זיין קינד לצורך מקומו און די קינד האלט א מוקצה, ווי למשל, קינד שלאפט אויף טאטי'ס בעט און טאטע דארף די פלאץ, לויט די שועה''ר איז עס מותר ווייל טילטול מה''צ איז מותר לצורך מקומו כדאיתא בסימן שי''א, לויט די משנ''ב איז עס אסור ווייל ס'איז א נארמאלע דרך טילטול.
לעצט פארראכטן דורך אליהו ליכטענשטיין אום מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

גיימער זיך ריקן צו די קומענדיגע הלכה, די בעסטע הכנה לכבוד שבת קודש, במצות שבת גרוסה חרותה ליום השביעי.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הלכה3 #

סאו אויב האט איר אזא גארבעט''ש קע''ן...
images1.jpeg
images1.jpeg (5.48 KiB) געזען 1192 מאל
אדער אזא פערקעלעיטא''ר...
IMG_0694_1800x1800_2f99460d-8633-4f0d-a7b8-85f931217f23.jpg
IMG_0694_1800x1800_2f99460d-8633-4f0d-a7b8-85f931217f23.jpg (40.93 KiB) געזען 1192 מאל

וואס מ'דריקט אויף א פעד''ל אדער קוועטשער אז ס'זאל זיך עפענען אדער ארויסקומען די וואסער וכו''... איז דאך שווער אז די כלי איז דאך מוקצה, איז ווי אזוי קען מען עס עפענען שבת ? א גארבעט''ש קע''ן פיל מיט מיסט איז בדרך כלל א בסיס לדבר אסור, און א פערקעלעיטא''ר האט א הייסע שלהבת וואס מאכט עס פאר מוקצה מחמת גופו. נו, מה הפשט ?

די תירוץ איז אז אויב א כלי האט א באזונדער שטיקל וואס איז נישט געמאכט צו באדינען די כלי, נאר געמאכט צו באדינען די מענטש, איז יענע שטיקל סך הכל א כלי שמלאכתו לאיסור וואס איז מותר צו ריקן לצורך גופו, און ס'איז דא אסאך מוקצה כלים וואס גייען אריין אין דעם כלל.

דאס אז מ'קען צוטיילן א זאך אויף צוויי לגבי בסיס טרעפט מען אין עטליכע ערטער. במפרשים שבת קמ''ב: לגבי אבן על פי החבית, און אין פרמ''ג וואס זאגט אז נאר די חלק פון די טישטוך וואס ליגט גלייך אונטער די לעכט ווערט א בסיס לדבר אסור.

א גוט שבת !
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

יישר כח פאר אלע קאמענטירער, לייקער, וויוער''ס וכו'', ה''ה @ראטשילד @צוויי גילדען @נעגלוואסער @moishy56 @פרייליכער מענטש @שפילקעס @אייער_קיכל @Thank you @ירוחם פישל @אותות ומופתים @אלי' מקוה יוד @אברך כולל @נישטאמת @ציגאנער @מתעלם @מיניטשער וועלט @יכולתי @הודו להשם @בילל @חאטצקל @עפעס ווייסעך @Shachmel @אוראייניקל @מקובל אלוקי @Dodo @farshlufen @ איך הייק @גדל @latter @מאטל שניידער @ממוצע @ערעב איד וכו'', כל אחד בשמו הטוב יבורך, מ'גיימער זיך רוקן ווייטער.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייגנארטיגע הלכות אין די סוגיא פון מוקצה וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הלכה 4# חלק א'-מוגה

maple-rev-a-shelf-pull-out-trash-cans-4wctm-2150dm-2-64_600.jpg
maple-rev-a-shelf-pull-out-trash-cans-4wctm-2150dm-2-64_600.jpg (181.19 KiB) געזען 567 מאל

די גארבעט''ש קע''ן איז גאר פארשפרייט אין היימישע שטובער, און מיט רעכט, אבער די באנוץ דערפון אין שבת איז היבש פראבלעמאטיש. לאמיר זעהן.

א גארבעט''ש קען איז בדרך כלל מוקצה מחצת גופו, אסור צו ריקן אפילו לצורך, קומט אויס אז צו עפענען די לעדל כדי צו אריינלייגן די מיסט איז א שאלה.

מ'קען טענה'ן אז ס'איז טילטול מן הצד ממילא איז עס מותר, אבער ס'איז לצורך דבר האסור וואס איז אסור. מ'זעהט אבער אין שו''ע, ובעיקר אין שועה''ר ס' רע''ו סעיף י' אז אויב די תשמיש וואס איך וויל טוהן איז א דבר היתר הייסט עס לצורך דבר ההיתר. ממילא דא אויך אריינלייגן די גארבעט''ש איז א דבר היתר, אבער ס'איז נאר א בדיעבד, לכתחילה טאר מען נישט צוקומען צו אזא מצב.

ס'איז דא א עצה, אז מ'זאל אריינלייגן אפאר גארבעט''ש בעגס אין די קע''ן, אזוי איז עס אויך א בסיס לדבר היתר, אבער דאס איז אויך נישט א לכתחילה ווייל לכתחילה דארף מען מנער זיין די דבר אסור, און לויט רעק''א בס' ש''ט דארט וואו מ'האט געוויסט פאר שבת אז מ'גייט דארפן מאכן אזא טילטול איז עס לגמרי אסור משום קנס, און אפילו מ'וועט טענה'ן אז דא איז נישט שייך צו אויסגיסן די דבר אסור ממילא דארף מען נישט קיין ניעור, דארף מען אבער פאר שבת ארויסנעמען די קע''ן.

ס'איז דא נאך צדדים צו דן זיין, וועל מיר עס לאזן אויף קומענדיגע מאל.
לעצט פארראכטן דורך אליהו ליכטענשטיין אום מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:44 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”