העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קוקט איר אן א סוקסעס די יעצטיגע מצב, אדער האט איר געהאלטן אז זיי וועלן שוין האבן דערגרייכט מער צילן

סוקסעס
69
45%
נישט סוקסעס
84
55%
סך הכל שטימען: 153

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א שרייבער אין די וואל סטריט דזשורנאל האט ארויסגעברענגט אז ווען אמעריקא האט פרובירט איבערצוקומען קנאפע 5000 אייסיס טעראריסטן אין מאסול, האט דאס גענומען סאך לענגער, און געקאסט סאך מער קרבנות פון די ארמייען וואס האבן דארט געפייט, און דארט איז עס געווען נאר אויף דער ערד, און דא אין עזה איז עס אויף צוויי שטאקן, און מען רעדט פון איבערקומען טויזענטע טעראריסטן, און מען האלט שוין ממש ביים דערגרייכן דעם ענדגילטיגן זיג מיט אזא קליינע מספר אומגעקומענען, איז דאס גאר א סוקסעספולע דערגרייכונג.
דער פראבלעם איז נאר אז די לינקע זענען די וואס גיבן דעם טאן אין די מידיע און זענען כסדר פארנומען צו דעמאריליזירן די געמיטער, און נאך א מזל אז די קעמפער האבן נישט קיין צוטריט צו די אלגעמיינע נייעס פלאטפארמעס און גייען אן מיט א שטארקייט.
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:46 pm
איך האב געהאלטן א טאג נאך אקטובאר 7 אז 4 חדשים אריין אינעם אינוואזיע גייט שוין מדנ''י האלטן פיל ווייטער ווי יעצט, כאמאס פירער טויט, רוב משכונות צוריק לעבעדיג (אדער טויט ביי קאמאנדא אקציעס..) פיל מער איזרעילי געהרגטע זעלנער, חרוב מאכן רוב כאמאס טונעלן.
דערווייל האט עס נאכנישט פאסירט.

(איך גראדע האלט אז מדנ''י האט נישט די מעגליכקייט חרוב צו מאכן אינגאנצן די מושג כאמאס אפילו זיי האבן עס געשטעלט אלץ זייער ציל ווייל ס'איז א רעליגיע און אלע עזה איינוואינער זענען געטריי פאר זייערע מנהיגים. און איך ערווארט עס נישט פון מדנ''י.)

די סיבה פארוואס איך האלט מ'האלט דא איז צוליב די שוואכע שפיאנאזש וואס די איזרעיליס האבן פון צווישן די כאמאס פירערשאפט און כאמאס בכלל. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט ביים אקטובער 7 אטאקע, ס'האט זיך ארויסגעוויזן ביים שיפא שפיטאל פראפעגאנדע, די אומוויסענשאפט פון די מאסיווע טונעלן ממש ביים גרעניץ פון מדנ''י, וכו.
דאס האלט איך איז די סיבה פארוואס זיי האבן נאכנישט אקאמפלישט זייערע צילן איז צוליב ווייניג ידיעות ווי די פירער האלטן זיך אויף, און ווי די משכונות געפינען זיך.
you think that its a real goal to get back the hostages ? does it make sense to sacrifice 250 soldiers to save 125 civilians ?
for sure the goal is to eliminate Hamas and there on the way
oncourse why not get the most hostages out
this cant be said in the media but i believe they gave up on the hostages
i dont think too many are still alive and the ones left will sadly serve as the last human shield
hashem should help that it should not be true
אוועטאר
קענדי קראש
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:53 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי קראש »

וואס מיינט סוקסעס?
לויט ווי איך פארשטיי איז נישט געוועין קיין ציל מילא איז אלעס א סוקסעס.
קענדי קראש אי א שפיל!
פאליטיק איז א שפיל!
איך בעט דיך נעם גארנישט ערענסט!
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:49 pm
א שרייבער אין די וואל סטריט דזשורנאל האט ארויסגעברענגט אז ווען אמעריקא האט פרובירט איבערצוקומען קנאפע 5000 אייסיס טעראריסטן אין מאסול, האט דאס גענומען סאך לענגער, און געקאסט סאך מער קרבנות פון די ארמייען וואס האבן דארט געפייט, און דארט איז עס געווען נאר אויף דער ערד, און דא אין עזה איז עס אויף צוויי שטאקן, און מען רעדט פון איבערקומען טויזענטע טעראריסטן, און מען האלט שוין ממש ביים דערגרייכן דעם ענדגילטיגן זיג מיט אזא קליינע מספר אומגעקומענען, איז דאס גאר א סוקסעספולע דערגרייכונג.
דער פראבלעם איז נאר אז די לינקע זענען די וואס גיבן דעם טאן אין די מידיע און זענען כסדר פארנומען צו דעמאריליזירן די געמיטער, און נאך א מזל אז די קעמפער האבן נישט קיין צוטריט צו די אלגעמיינע נייעס פלאטפארמעס און גייען אן מיט א שטארקייט.
אמעריקאנע טרופן האבן נישט געפירט די פנים אל פנים ערד שלאכטן דארט , די איראקע מיליטער האט עס געפירט.

אזוי אויך ווערט די שלאכט פאר מאסול באציייכענט אלטס די שווערסטע און ברוטאלסטע שלאכט קעגן אייסיס, סא עפעס איז געווען דארט מער ווי אין אנדערע פלעצער.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך האלט אז מדנ"י האט לכתחילה ארויסגעשטעלט זייער צילן מער ווי זיי האבן געפלאנט צו דערגרייכן. פארשטייט זיך אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך ווען ס'איז טאקע א סוקסעס, אבער שטילערהייט האט יעדער געוואלט "נקמה" אין גאנץ עזה, פשוט און פראסט. אין דעים זענען זיי זייער סוקסעספול און די איבריגע איז א באנוס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 8:26 am
עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:49 pm
א שרייבער אין די וואל סטריט דזשורנאל האט ארויסגעברענגט אז ווען אמעריקא האט פרובירט איבערצוקומען קנאפע 5000 אייסיס טעראריסטן אין מאסול, האט דאס גענומען סאך לענגער, און געקאסט סאך מער קרבנות פון די ארמייען וואס האבן דארט געפייט, און דארט איז עס געווען נאר אויף דער ערד, און דא אין עזה איז עס אויף צוויי שטאקן, און מען רעדט פון איבערקומען טויזענטע טעראריסטן, און מען האלט שוין ממש ביים דערגרייכן דעם ענדגילטיגן זיג מיט אזא קליינע מספר אומגעקומענען, איז דאס גאר א סוקסעספולע דערגרייכונג.
דער פראבלעם איז נאר אז די לינקע זענען די וואס גיבן דעם טאן אין די מידיע און זענען כסדר פארנומען צו דעמאריליזירן די געמיטער, און נאך א מזל אז די קעמפער האבן נישט קיין צוטריט צו די אלגעמיינע נייעס פלאטפארמעס און גייען אן מיט א שטארקייט.
אמעריקאנע טרופן האבן נישט געפירט די פנים אל פנים ערד שלאכטן דארט , די איראקע מיליטער האט עס געפירט.

אזוי אויך ווערט די שלאכט פאר מאסול באציייכענט אלטס די שווערסטע און ברוטאלסטע שלאכט קעגן אייסיס, סא עפעס איז געווען דארט מער ווי אין אנדערע פלעצער.
אמת, אבער מיט די באגלייטונג/סטראטעגיע פון אמעריקע.

מאסול איז געווען די הויפטשטאט פון אייסיס עזה איז די הויפשטאט פון חמאס.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מען האלט אינמיטען די ארבעט מיילא ווי איז שייך צו זאגן סוקסעס אדער דורכפאל - שווארץ אדער ווייס?

א חלק זאכן בעסער וואו געראכטן און א חלק ערגער
אין איין ווארט , א מלחמה.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

איינער וואס האלט אז 250 סאלדאטן אין אורבאן קאמפן איז אסאך זאל פשוט ליינען וועגן מלחמות.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אין די גרויסע בילד סוקסעס איז אוממעגליך צו זאגן יעצט,
פארשידענע נצחונות מיט א א שטאקע נקמה זיכער.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שוין..

מ'האלט שוין ביי 150 טעג..
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

סוקסעס וואלט געווען ווען מען פאלט נישט פאר ביידןס גרויסע שמייכל אין אפענע האנט די ערשטע פאר טעג פונעם מלחמה....
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:49 pm
א שרייבער אין די וואל סטריט דזשורנאל האט ארויסגעברענגט אז ווען אמעריקא האט פרובירט איבערצוקומען קנאפע 5000 אייסיס טעראריסטן אין מאסול, האט דאס גענומען סאך לענגער, און געקאסט סאך מער קרבנות פון די ארמייען וואס האבן דארט געפייט, און דארט איז עס געווען נאר אויף דער ערד, און דא אין עזה איז עס אויף צוויי שטאקן, און מען רעדט פון איבערקומען טויזענטע טעראריסטן, און מען האלט שוין ממש ביים דערגרייכן דעם ענדגילטיגן זיג מיט אזא קליינע מספר אומגעקומענען, איז דאס גאר א סוקסעספולע דערגרייכונג.
דער פראבלעם איז נאר אז די לינקע זענען די וואס גיבן דעם טאן אין די מידיע און זענען כסדר פארנומען צו דעמאריליזירן די געמיטער, און נאך א מזל אז די קעמפער האבן נישט קיין צוטריט צו די אלגעמיינע נייעס פלאטפארמעס און גייען אן מיט א שטארקייט.
שטארקע נקודה, די זעלנער שלאגן זיך פנים בפנים שוין איבער 100 טעג (און נעכט) גערילע קאמפן, מיט א קעגנער וואס האט 5 שטאק העכער די ערד, און עטליכע אינטערן ערד, כ'מיין אז לויט די צאל טויטע איז עס א היפשע סוקסעס, ב"ה. (ניין נישט פאר די ציונים, נאר פאר די אידן וואס ווערן געראטעוועט!)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

נאר סוקסעס אדער נישט סוקסעס?
היבש אביסל סוקסעס אבער זייער ווייט פון געווינען
עזה איז אזא טיפע געדעכטע מאראסט וואס מ''י האט נישט אזעלכע גראבע שטיוועל נישט איינצוזינקען דארט,
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:29 pm
ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:16 pm
פאר א נער ווייזט מען א האלבע ארבעט.
וואס איז אייער אפשאצונג אויף ביידן'ס אקענאמיע?:

''פאר א נער ווייזט מען א האלבע ארבעט'' לאז ביידן'ען צוענדיגן..
זיין האלבע ארבייט איז שוין גענוג ביטער אך און וויי ווען ער גייט דאס אפפארטיגן ה''י
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מ'האלט שוין ביי 250 טעג..
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:24 pm
מ'האלט שוין ביי 250 טעג..
די סוקסעס ווערט נאר שטערקער
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

צ"ק מיין אפשאצונג איז פון אנפאנג געווען אז מד"י האט נישט קיין ברירה מיט עזה און מיז גיין און קריג נאך אזא אקטאבער 7 אבער און די זעלבע צייט איז גיין און קריג מיט עזה מיינט זיכער מאכן אז כאמאס גייט באקומען אסאך אסאך פרישע מעמבערס און די קומענדיגע יארן.. און די לאנג ראן האט מד"י נישט קיין עכטע וועג זיי צו מסדר זיין א חוץ אויסהארגענען אדער דעליווערן צו אמעריקא דורך מעקסיקאו וואס ביידע פון די עצות גיין על פי דרך הטבע נישט געשעהן, און אנדערע ווערטער נישט אראצושלינגען און נישט אויסצושפייען - מיין אפשאצונגן האבן זיך פאר דערווייל נישט געטוישט.

יעצט וועגן דיין אנקעטע, די אנקעטע פרעגט/זאגט גאר א צווייטע זאך ווי די קעפל פונעם אשכול
סוקסעס אדער דורכפאל האט זייער שטארק צוטאן מיט וואס מען האט געשאצט פארדעם, וואס איז פאר איינעם סוקסעס איז פארן צווייטן א דורכפאל.
קודם דארף מען זעהן פון וואס די רעדסט, דאס אז מד"י האט פארלוירן 250 זעלנער איז א סוקסעס פאר מד"י אדער א דורכפאל פאר כאמאס? דאס אז מד"י האט נישט די משכונת איז א דורכפאל פאר זיי אדער א דורכפאל פאר כאמאס אז זיי האבן דערווייל נישט געקענט באקומען וואס זיי האבן געהאפט מיטן האבן די משכונת? מעגליך א דורכפאל פאר ביידע אדער סוקסעס פאר ביידע.. מעגליך מד"י האט סוקסעס פון איין זאך און כאמאס פונעם צווייטן זייט?. אזוי איז דא אסאך פראגן.
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

מיליטערישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:55 pm
צ"ק מיין אפשאצונג איז פון אנפאנג געווען אז מד"י האט נישט קיין ברירה מיט עזה און מיז גיין און קריג נאך אזא אקטאבער 7 אבער און די זעלבע צייט איז גיין און קריג מיט עזה מיינט זיכער מאכן אז כאמאס גייט באקומען אסאך אסאך פרישע מעמבערס און די קומענדיגע יארן.. און די לאנג ראן האט מד"י נישט קיין עכטע וועג זיי צו מסדר זיין א חוץ אויסהארגענען אדער דעליווערן צו אמעריקא דורך מעקסיקאו וואס ביידע פון די עצות גיין על פי דרך הטבע נישט געשעהן, און אנדערע ווערטער נישט אראצושלינגען און נישט אויסצושפייען - מיין אפשאצונגן האבן זיך פאר דערווייל נישט געטוישט.

יעצט וועגן דיין אנקעטע, די אנקעטע פרעגט/זאגט גאר א צווייטע זאך ווי די קעפל פונעם אשכול
סוקסעס אדער דורכפאל האט זייער שטארק צוטאן מיט וואס מען האט געשאצט פארדעם, וואס איז פאר איינעם סוקסעס איז פארן צווייטן א דורכפאל.
קודם דארף מען זעהן פון וואס די רעדסט, דאס אז מד"י האט פארלוירן 250 זעלנער איז א סוקסעס פאר מד"י אדער א דורכפאל פאר כאמאס? דאס אז מד"י האט נישט די משכונת איז א דורכפאל פאר זיי אדער א דורכפאל פאר כאמאס אז זיי האבן דערווייל נישט געקענט באקומען וואס זיי האבן געהאפט מיטן האבן די משכונת? מעגליך א דורכפאל פאר ביידע אדער סוקסעס פאר ביידע.. מעגליך מד"י האט סוקסעס פון איין זאך און כאמאס פונעם צווייטן זייט?. אזוי איז דא אסאך פראגן.
אטא דאס מיינט אן @עקספערט ..
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:17 pm
אן אמעריקאנער אינטעלידזשעס שאצונג ארויסגעגעבן זאגט אז בערך 30-35 פראצענט כאמאס טעראריסטן זענען עלימינירט געווארן און בערך 60-65 פראצענט פון די כאמאס אונטערערדישע טונעלן זענען נאך אין טאקט.

אויב איז די אסעסעמענט ריכטיג איז עס גאנץ קנאפ פון א סוקסעס און מדינת ישראל האט נאך גאר גאר א ווייטע וועג צו גיין
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ס'ווערט היינט אכט חדשים קרוב צו 250 טעג פון די אקטובער 7 שחיטה.

און דאס איז די כאמאס פאזיציע פאר א שלום פלאן:

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:14 am
סאו כאמאס האט אפגעווארפן די פארשלאג.
מ'קען עס אנקוקן אז זיי זענען אזוי אין די ערד אז זיי זוכן נישט קיין שלום ווייל זיי זענען שוין עניוועי אומעקזעסטירבאר.


אבער.. כ'מיין נאך וואס מדנ''י איז כמעט נישט געלונגען צוריקצוברענגען משכונות מיליטעריש, נישט אומברענגען רוב פון זייערע העכסטע פירער, מדנ''י פארלירט שטיצע אלוועלטליך, כאמאס/פאלעסטינע פארדינט שטיצע מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער, כאמאס איז נאך אין קאנטראל פון רוב עזה אפילו ווי מדנ''י איז שוין געווען בעפאר, וכו וכו.

קען מען אננעמען אז כאמאס שפירט זיך יעצט אין די בעסטע פאזיציע שייך.
זיי האבן דורכגעפירט די מאסן שחיטה אקטובער 7 זיי האבן זיך אפילו געגרייט פאר ערגערס, זיי האבן בלי שום ספק נישט געהאלטן אז זיי גייען אפיציעל איבערנעמען קאנטראל פון מדנ''י.. נאר די ציל איז געווען סיי צו ווייזן וואס זיי קענען, און ווי מער משכונות עס צו קענען נוצן אין די פיוטשער. זיי האבן גאר גוט געוויסט אז מדנ''י גייט זיך מוזן געהעריג נוקם זיין מיט זיי מסתבר זיי האבן געוויסט דא גייט קומען עט עי מינומום א סעמי אינוואזיע און מאסיווע באמבעדירונגען וואס גייט לייגן אין שאטן די חורבות וואס אלע מבצע'ס ביז אהער האט אנגעברענגט אויף עזה.

דאס אז עזה איז יעצט חרוב האבן זיי זיכער גענומען אין באטראכט.


און למעשה יעצט ווי זיי שטייען איז אז מדנ''י קען נישט מצליח זיין צו קאנטראלירן עזה אדער אריינשטעלן א צווייטן, כאמאס איז פולקאם בעה''ב אויף עזה של מטה קומען אום גייען פון צפון צו דרום, מדנ''י קומט אריין אין א געגענט אנטלויפט מען און מ'לאזט איבער אפאר פייטערס, מדנ''י גייט ארויס קומט מען צוריק..
מדנ''י איז נישט מצליח נישט אויף די משכונות פראנט, נישט אויף די כאמאס פירער פראנט.
מדנ''י פארלירט שטיצע אלוועלטליך, זייער גאנצע וויזיע פון א פאלעסטינע לאנד ווערט מער א פאקט, ס'איז פאר זיי נישט דא קיין סיבה אויפצוגעבן פאר א שוואכע דיעל, זיי דארפן א פולקאמע ענדע פון די מלחמה און אז נישט אינטערסירט זיי נישט קיין דיעל.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: העכער 100 טעג אינעם מדנ''י אינוואזיע אין עזה - אייער אפשאצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 1:21 pm
ס'ווערט היינט אכט חדשים קרוב צו 250 טעג פון די אקטובער 7 שחיטה.

און דאס איז די כאמאס פאזיציע פאר א שלום פלאן:

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:14 am
סאו כאמאס האט אפגעווארפן די פארשלאג.
מ'קען עס אנקוקן אז זיי זענען אזוי אין די ערד אז זיי זוכן נישט קיין שלום ווייל זיי זענען שוין עניוועי אומעקזעסטירבאר.


אבער.. כ'מיין נאך וואס מדנ''י איז כמעט נישט געלונגען צוריקצוברענגען משכונות מיליטעריש, נישט אומברענגען רוב פון זייערע העכסטע פירער, מדנ''י פארלירט שטיצע אלוועלטליך, כאמאס/פאלעסטינע פארדינט שטיצע מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער, כאמאס איז נאך אין קאנטראל פון רוב עזה אפילו ווי מדנ''י איז שוין געווען בעפאר, וכו וכו.

קען מען אננעמען אז כאמאס שפירט זיך יעצט אין די בעסטע פאזיציע שייך.
זיי האבן דורכגעפירט די מאסן שחיטה אקטובער 7 זיי האבן זיך אפילו געגרייט פאר ערגערס, זיי האבן בלי שום ספק נישט געהאלטן אז זיי גייען אפיציעל איבערנעמען קאנטראל פון מדנ''י.. נאר די ציל איז געווען סיי צו ווייזן וואס זיי קענען, און ווי מער משכונות עס צו קענען נוצן אין די פיוטשער. זיי האבן גאר גוט געוויסט אז מדנ''י גייט זיך מוזן געהעריג נוקם זיין מיט זיי מסתבר זיי האבן געוויסט דא גייט קומען עט עי מינומום א סעמי אינוואזיע און מאסיווע באמבעדירונגען וואס גייט לייגן אין שאטן די חורבות וואס אלע מבצע'ס ביז אהער האט אנגעברענגט אויף עזה.

דאס אז עזה איז יעצט חרוב האבן זיי זיכער גענומען אין באטראכט.


און למעשה יעצט ווי זיי שטייען איז אז מדנ''י קען נישט מצליח זיין צו קאנטראלירן עזה אדער אריינשטעלן א צווייטן, כאמאס איז פולקאם בעה''ב אויף עזה של מטה קומען אום גייען פון צפון צו דרום, מדנ''י קומט אריין אין א געגענט אנטלויפט מען און מ'לאזט איבער אפאר פייטערס, מדנ''י גייט ארויס קומט מען צוריק..
מדנ''י איז נישט מצליח נישט אויף די משכונות פראנט, נישט אויף די כאמאס פירער פראנט.
מדנ''י פארלירט שטיצע אלוועלטליך, זייער גאנצע וויזיע פון א פאלעסטינע לאנד ווערט מער א פאקט, ס'איז פאר זיי נישט דא קיין סיבה אויפצוגעבן פאר א שוואכע דיעל, זיי דארפן א פולקאמע ענדע פון די מלחמה און אז נישט אינטערסירט זיי נישט קיין דיעל.
און ווער העלפט ארויס די כאמאס צו עקזעסטירן און זיך עקשענען נישט צו מסכים זיין אויף קיינע דיעלס?

די אלע וואס שטיצן די כאמאס בארבארן אנשטאט צו שטיצן מדינת ישראל.

עס הערט זיך אויס זייער שיין "מדינת ישראל פארלירט שטיצע"..... ווער איז שולדיג אין די פארלירן שטיצע? די איזראעליס וואס ברויכן די שטיצע אדער די אמעריקאנער וואס דארפן שטיצן??

קיינער האט נישט געחלומט אז מדינת ישראל וועט אזוי שנעל רייניגן די עזה פאס פון די כאמאס טעראר - עס איז אוממעגליך צו קענען פולקאם קעמפן ווען מ'דארף אובאכט געבן אויף די משכונות.

די כאמאס סטראטעגיע פון פארכאפן משכונות איז די שטערקסטע און קלוגסטע שריט וואס די חיות האבן גענומען - זיי האבן גוט אפגעלערענט די יפה און עסקת שליט האט זיי צוגעשטעלט פראוו אז די איזראעליס ווערן פארלוירן און בלינד ווען עס קומט צו די משכונות סיטואַציע.

סאו דא האלטן מיר.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”