די כאאטישע סטאק מארקעט

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

@ר' יום טוב אונז האבן שטארק הנאה פון דיינע קאמענטארן/מיינונגען און וויאזוי דו צולייגסט עס.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ר' יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:01 pm
אין מיין מיינונג ווערט די היינטיגע מארקעט געפירט דורך אלגעריטמ'ס און ריטעיל טרעידער'ס וואס הייבן נישט אן צו וויסן בחייכון. עס איז דא דאטא דערויף. בלויז 3% פון די פלאוט איז געבעיזד אויף פונדעמענטאלע פיינענשלס.
די שאלה איז, וואס מיינט ס'גייט פלאצן, מ'גייט נישט אויפהערן נוצן אלגאריטמס, ס'איז העיר טו סטעי.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

'די מארקעט איז ראנג'

לאמיר זען עטליכע סטאקס וואס די מארקעט האט מעגליך ארויס ראנג און די סיבות דערצו.

די קאמפאני CVS איז לעצטנס זייער געפאלן נאך א אוירנינג מיס. די מארקעט נעמט פאלש אן די סיבה דערפון, זי האלט אז CVS איז די לעצטע פון די קייט-נעץ פארמאסי געשעפטן וואס זענען נאכנישט צוזאמגעפאלן, אבער נאך אביסל וועט זי האבן די זעלבע גורל ווי rite-aid און Walgreens, וואס זענען אין די אדמה צוליב די אויפשטייג פון mail order און פארמאסי אפטיילונגען אין די גרעסערע געשעפטן ווי וואלמארט, טארגעט, און עמעזאן.

אבער באמת איז די הויפט ביזנעס פון cvs היינט צוטאגס לאנג נישט זייער ריטעיל פארמאסי נעץ. CVS איז בעצם א parent company וואס האט א העלט-אינשורענס ביזנעס, א PBM, א העלט-קעיר מענעדזשמענט און סעלושענס ביזנעס, מעדיצינישע קליניק און telehealth, און נאך.

די לעצטיגע אוירנינג מיס איז מיינסטנס צוליב א צייטווייליגע טויש אין די וועג וויאזוי מעדיקעיר באצאלט פאר אירע קאנטראקטס מיט די אינשורענס פירמע'ס, און די HUM אינשורענס פירמע איז אויך געפאלן צוליב דעם.

פערזענליך גלייך איך נישט די CVS פירמע, אבער איך מוז מודה זיין אז עס איז פון די ביליגסטע סאלידע פירמע'ס אויף די מארקעט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די קומענדיגע אויף די ליסטע איז PFE

זי איז א גאר פארפיינטעטע סטאק ביי די מארקעט. די דומע מארקעט קעפ האלטן אז די קאמפאני איז עפעס א סימבאלישע קאוויד קאמפאני, נו אויב איז נאך דא א פירמע וואס האט אנגעזעצט קאוויד מאסקעס אין א ווערהויז, גייט ער דאך זיכער קראכן.

די ווארהייט איז אבער, אז די פירמע איז שוין געשטאנען 100 יאר פאר קאוויד, און טוט פראדוצירן הונדערטער מעדיצינען וואס האט נישט קיין שייכות צו קאוויד.
נאכמער, זי האט גענוצט די שווערע ביליאנען וואס זי האט פארדינט פון די קאוויד וואקסין אויסצוקויפן א האנדפול קאמפאני'ס וואס גייט אין ברענגען נאך צענדליגער ביליאנען רווחים יערליך.

PFE איז די סאמע גרעסטע פארמאסיוטיקל פירמע אין רעוועניו, ביי איבער 60 ביליאן יערליך, (JNJ איז גרעסער אבער זי האט אויך מעדיקעל דיווייסעס), אבער איז נומבער 10 אין מארקעט קעפ.

---

ווידעראום די אנדערע קאוויד וואקסין קאמפאני MRNA איז שרעקליך אויפגעבלאזן ביי די מארקעט. ביי א גראבע 50 ביליאן די מארקעט קעפ, (א דריטל פון PFE !!) בעת וואס זי גייט מאכן קומענדיגע קווארטל שפאטישע אפשר 50 מיליאן דאלער אין רעוועניו.

עס איז דא נאך אייטעמ'ס אין איר פייפליין, אבער נישט עפעס מורא'דיג. די נעקסטע זאך וואס זי קומט ארויס בקרוב איז א RSV וואקסין וואס ס'איז שוין דא צוויי פירמע'ס PFE און GSK וואס מאכן עס אין א פיל בעסערע ווערסיע.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די כאאטישע סטאק מארקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ביז א יאר צוריק האט די מארקעט געהאלטן אז AMGN איז נאך א קלאציגע קאמפאני אן קיין צוקונפט.

אבער גאנץ לעצנטס האט די מארקעט געמוזט מיט בושות מודה זיין אין איר דורכפאל, ווען די קאמפאני האט געצייגט טרייעל דאטא וואס דראעט גענצליך אוועקצולייגן די יארן לאנגע מארקעט ליבלינג LLY פאר גוד.

די דאטא צייגט גאר פאזיטיווע רעזולטאטן אויף א דייעט שטעכער וואס מ'וועט דארפן נעמען בלויז איינמאל א חודש מיט ווייניגער זייטן ווירקונגען. עס איז יעצט אריין אין פאזע דריי טעסטן און וועט זיין צובאקומען אין א יאר צוויי.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”