מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

קומט אריין
זעצט אייך אראפ
טוט אייך אויס דאס מאנטל
און מאכט אייך דאס מערסטע באקוועם
א הייסע טיי וואלט בכלל נישט געשאדט
וואס גייט שוין ווייטער פאר אין חזנות ווינקל?

אה! קומט העל איך אייך ערקלערן וואס גייט פאר!
א לאנגע צייט האב איך געזוכט נאך דעם און אט יעצט האב איך דעם כבוד און עהרע אייך פארצושטעלן א פארזעצונג!
וואס?
וואס האסטו?
און וואס שטעלסטו פאר?
אה! דו פרעגסט גוט
קום מיין פריינט, קוים אנגעקומען, אבער גארטלט אייך אן און לאמיר צוריק גיין צו א תקופה אויב נישט פון די שענסטע תקופות ביי דעם עם ישראל וואס האט עקזעסטירט פאר נישט לאנג צוריק,
"דער גאלדענע תקופה פון חזנות"
אה! דאס הערט זיך שוין אינטרעסאנט

א רגע כאפ נישט קיין הייסע לאקשן,
גיי מיר נישט סתם צוריקגיין אזוי ווי גרים גיימיר גיין מיט א טורגייד
און נישט סתם א טורגייד נאר איינער וואס האט געלעבט אין יענע גרויסע זמן!
און דאס איז עס?
ניין! בכלל נישט גיימיר גיין מיט איינע פון די גרעסטע חזנים וואס האט נאר עקזעסטירט ביי דעם עם ישראל! יא! איר האט גוט צוגעטראפן גיימיר מיט ר' זבולון
אבער א רגע,
איך הייב אים נישט אן צו קענען, ס'נישט באטעמט זיך ארויסצולאזן מיט אן אומבאקאנט פערזאן
וואס הייסט?
דו ווילסט מיר זאגן אז דו האסט קיינמאל קיין שטיקל פון קווארטין אויסגעהערט?
וואס רעדסטו, שאר האב איך, אבער גיב מיר עפעס אינפארמעישן וועגן אים
אה! נו ביזט דאך נאך נישט מער ווי גערעכט
איז לאמיר מאכן א שנעלע איבערזיכט אויף אימען

חזן זבולון קווארטין
איז געבוירן ג' ניסן שנת תרל''ד 25'סטן אין מערץ יארע 1874 למספרם צו זיין טאטע שלום, א טעקסטיל סוחר און צו זיין מאמע פעסל
אין שטעטעלע כאנאראד , אוקריינע
אין זיינע פריסטע יוגנט יארן האט ער געארבעט ביי זיין טאטען אין פארבריק, שפעטער האט ער געארבעט ביי א מוכר ספרים
זיין שוואגער פלעגט אים שטיפן זיך צו גיין לערנען דעם שטימע און ווערן א חזן, אבער קווארטין האט ענדערש געגליכן אפערע און קלאסישע מוזיק,
נאך זיין חתונה האט מען אים צוגעשיקט ביים שווער אין ביהמ''ד צו מפטיר מוסף און די רעסט איז היסטאריע

קודם איז ער געווען חזן אין זיין היימלאנד, שפעטער אין בודאפעסט, נאכער אין וויען, נאך די ערשטע וועלט מלחמה האט ער אימיגרירט אויף אמעריקע און געווען חזן אין ברוקלין, שפעטער ארויף אויף א"י, און נאכער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע און געווען חזן אין נוארק, ער איז נפטר געווארן י"ד תשרי תשי"ג דעם 3'טן אין אקטאבער יארע 1952, און געקומען למנוחה אין א"י

יעצט אז מיר האבן די קורצע שטריכן פון זיין לעבן, מיין איך קען מיר זיך ארויסלאזן אויפן לאנגע וועג צווישן די שורות פון זיין בוך, וואס ער אליין האט געשריבן 1 יאר פאר ער איז אוועק
פארזעצונג קומט אי"ה
און פאר איך פארגעס לייקן קאסט נישט קיין געלט
ובזה החלי בעזהשי"ת
אטעטשמענטס
images-5.jpg
images-5.jpg (3.95 KiB) געזען 1301 מאל
images-3.jpg
images-3.jpg (14.47 KiB) געזען 1301 מאל
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

מיין פרוי גיטל רחל , מיינע ליבע קינדער , אייניקלעך און אור-אייניקלעך , ווידמע איך דאס בוך פון מיין לעבן

אנשטאט א פארווארט
עס איז מיר א גרויס פרייד , וואס נישט קוקענדיג אויף מיין שווערע קראנקהייט איז מיר געווען מעגליך צו ענדיגן דאס בוך פון מיין לעבן און צו דערזען , ווי דאס בוך ערשיינט אין די עפנטליכקייט פאר דער ברייטער אידנטום
פון אלע מיינע פריינט און פארערער וואס האבן פאר לאנגע יארן ארויסגעוויזן זייער טיפע אינטערעסע אין מיר און מיר געדינט מיט ראט און טאט , מוז איך באזונדער דערמאנען ''הער מאקס לעווינטאוו'' פון פילאדעלפיע
אדאנק ''הער לעווינטאוו'' האב איך אויך געווינען די פריינטשאפט פון ''הער דזשעיקאב יאקימאוו'' פון פילאדעלפיע , וואס כאטש ער איז א פארנומענער ביזנעסמאן האט ער דאך באהאלטן אין זיך די ווארעמע געפילן פאר אידישע נגינה און ער האט נישט געקארגט קיין מיטלען און קיין טרחות , אז דאס דאזיגע בוך - וואס נעמט ארום א עפאכע פון קנאפע 60 יאר חזנות ביי אידן - זאל זען די שיין פון די זון
די 2 פאלקס-מענטשן וואס צייכענען זיך אויס מיט זייער פיינע , אידישע געפיל פאר חזנות און מוזיק , דריק איך אויס אויף דעם וועג מיין שטערקסטן דאנק פון די טיפעניש פון מיין הארץ

ניו יארק , דעצעמבער , 1951
ז. קווארטין
געב א לייק , זיי אזוי גוט
פארזעצונג קומט בעזהשית
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

קאפיטל א'
"גלייך ווי איך ווער געבוירן זאגט מען מיר אפ דאס לעבן"

איך האב ב''ה דערלעבט , די עלטער פון 75 יאר , קנאפע 6 צענדליגער יארן בין איך שוין א חזן ביי אידן , וואו נאר די וועלט האט א עק , וואו נאר עס וואוינען אידן און לעכצן נאך אידישע נגינה , נאך דעם הארציגן היימישער קלאנג - וואס באגלייט שוין דורות לאנג דאס אידישע לעבן - בין איך דארט געווען און געזונגען און געמונטערט דאס אידישע הארץ
וויל זיך טאקע ווארפן א בליק אויף צוריק און דערציילן פון וואנען עס שטאמט און פון וואנעו עס קומט אזא איד , ווי איך
וואס פאר א זאפטן האבן מיר גענערט און פון וואס פאר א קוואלן האב איך געטרינקען , וואס כ'האב מיט דעם געהאט כח צו זיין איבער 60 יאר א אידישע שליח ציבור , אויסצוזינגען און אויסצודאווענען דעם אידישען וויי און צער און גלייכצייטיג די אייביגע אידישע האפענונג צו זען צוריק אויפגעבויעט דעם אייביגען אידיש'ן לאנד
און א דאנק דעם בורא עולם וואס כ'האב דאס דערלעבט
פאר אסאך פון מיינע ליינער וועט זיין אינטרעסאנט געוואר צו ווערן , אז איך בין געבוירן געווארן א זיבעלע פאר די צייט , געוואויגן האב איך 3 מיט א 3 פערטל פונט , אזוי אז לויט די דעמאלטסדיגע באגריפן , ווען עס זענען נאך נישט געווען קיין אינקובאטארס פאר צו יונג געבוירענע קינדער , האט מען מיר פשוט און פראסט אפגעזאגט דאס לעבן
יעדע מינוט האט מען זיך גערישט אז אט אט און איך שטארב אוועק
די פראגע פון מיר שפייזן און דערהאלטן ביים לעבן איז פארוואנדלט געווארן אין א שרעקליכע טראגעדיע פאר מיינע עלטערן , וועלעכע האבן נארוואס געהאט פארלוירן 2 קינדער - א צווילינג - אויך צוליב דעם וואס זיי זענען געקומען אויף דער וועלט פאר די צייט
איך בין געווען אזא שוואך באשעפעניש , אז איך האב נישט געקענט פארדייען דאס מילך פון מיין מאמע , און 5 חדשים נאכאנאנד האט מען מיר געשפייזט מיט זיסע וואסער אריינגעמישט עטליכע טראפנס מילך
פארזעצונג קומט בעזהשי"ת
געב אזא לייק ס' קומט מיר אן שווער
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

א דאנק פאר @חזנות בדורנו פאר'ן צוריקברענגען חזנות לדורינו
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 3:52 pm
א דאנק פאר @חזנות בדורנו פאר'ן צוריקברענגען חזנות לדורינו
@יוסעלע השלישי אונז ווארטן צו הערן פון דיר קום אריין אנטויש אונז נישט
בעסיקלי לאז מיר נישט אליין אויפן וואסער
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

נו ווען גייט מען ווייטער?
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

המשך - קאפיטל א'
מען קען זיך שוין פארשטעלן וואס פאר א גבור איך בין אויסגעוואקסן פון אזעלעכע עסן , אפילו ווען איך בין שוין אלט געווען עטליכע חדשים האט מען נאך אלץ געהאלטן אז איך וועל נישט איבערלעבן
מיין טאטע און מאמע האבן זיך פשוט נישט געוויסט ווי אהינצוטון
אזוי ווי אין די שטעטעלע וואו איך בין געבוירן איז קיין דאקטוירים נישט געווען, האָבען זיך די אַלטע אידענעס מיט די אַלטע גויטעס גענומען צו מיינע ביינער ,
יעדער איינער פון זיי האָט געהאַט אַ אַנדערע באַבסקע רפואה, ווי אַזױ צו דערהאַלטען מיר ביים לעבן ,
נאָכ'ן מיר אנרייכערן מיט פאַרשידענע גראָז, און
מיר באָדן אין פאַרשיידענע שמיראכטצער און נאָכ'ן מיר אָפּשפּרעכען מיט פאַרשידענע שפּרעכען, האָט זיך אנגערוקט אַ פרישע גרופע פרויען,
װאָס האָבן געהאַלטען, אַז מיין מאמע מוז אַריבערפאָרען מיט מיר
אין דעם שכנות'דיגען שטעטעל באַסלעוו, צום דאָרטיגען טאָטער.
דער טאָטער האָט געשריבען אזעלעכע בריוואלעך מיט רויטע טינט, און געהייסן אריינלייגן אין אַ גלאָז װאַסער, און ווען דאָס װאַסער װעט ווערען רויט, זאָל איך עס טרינקען, און דאָס איז אַ זיכערע סגולה צו אריכת ימים.
די אַלע טאָטערס און כישוף-מאַכערס האָבען נאָר דערגרייכט איין זאַך,
זיי האָבען אויסגעליידיגט מיין טאַטענ'ס טאשן. איך פון מיין זייט, בין פון די אַלע רפואות נישט געװאָרען אויף אַ האָר שטארקער און געזונטער. איך האָב מיר געטון מיינס:
לאַנגע שעות פלעג איך ליגען מיט אַ פאַרװאָרפען קעפּל ,און אַריבערגעקוקט צו די אָבות אַבותינו אויף יענער וועלט..
דער צער פון מיינע עלטערען איז געווען אומבאַשרײיבליך. איך האָב זיי אַזױ אויסגעמוטשעט און אַרױסגעצויגן פון די כחות, אַז זעענדיג ווי זייער מי צו מיר דערהאַלטען ביים לעבען איז אַרױסגעװאָרפען, האָבען זיי פּשוט געבעטען אויף מיר דעם טויט...
די ראַנגלעניש פאר מיין לעבען יעדע
שעה פון טאָג האָט אָנגעהאַלטען גאַנצע צוויי יאָר...
די חברה קדישא ביי אונז אין שטעטעל האָבן שוין באַצייטענס גענומען אַ ביסעל בראָנפען אויף'ן חשבון פון מיין לויה,
אָבער זיי האבן זיך פאַררעכענט אין חשבון,
ווי עס ווייזט אויס איז אויבן אין הימל, באַשטימט געװאָרען, אַז איך,
זבולון בן שלום בן טוביה הכהן, זאָל יאָ בלייבן אויף דער זינדיגער ערד,
איך װעל נאָך זיין אַמאָל אַ גוט אַרטיקעל פאַר די גראַמאָפאָן קאָמפּאַניס. פאַר
די ראַדיאָס און קאָנצערט הייזער,
און פארשטייצעך אַ נחת רוח פאַר מיינע ברידער מיט אַ שחרית'ל, אַ מוספ'ל, אַ װאָכעדיגען מנחה-מעריב, אַ יום כפּור קטן, און ווער רעדט נאך פון דער ימים נוראימ'דיגער דאַװענען !
פארזעצונג קומט אי"ה

זייט אזוי גוט און גיבט א לייק
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
Willy
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

אה ער איז דא צריק
שכח
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

ש'כח!!
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

Wow! זעה איך אז ער איז געווען א ערשט קלאסיגער שרייבער אויך.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

זייער אינטערעסאנט @חזנות בדורנו , שכח פארן ברענגן און מיר ווארטן אויפן המשך.

ווי פרום איז ער געווען?
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

נישטאמת האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:03 am
זייער אינטערעסאנט @חזנות בדורנו, שכח פארן ברענגן און מיר ווארטן אויפן המשך.

ווי פרום איז ער געווען?
ליידער נישט געווען קיין שומו"צ.
זייער אינטרעסאנט געווען צו ליינן אין זיינע אטאבייאגרעפי, זיין שטאלץ קעגן דער רעפארמער ראש הקאפעלע וואס האט געוואלט אראפ רייסן שטיקלעך פין מחזור.
ישראל אע"פ שחטא בלייבט נקודה דקדושה.
choc
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

קונטרס האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:58 am
נישטאמת האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:03 am
זייער אינטערעסאנט @חזנות בדורנו, שכח פארן ברענגן און מיר ווארטן אויפן המשך.

ווי פרום איז ער געווען?
ליידער נישט געווען קיין שומו"צ.
זייער אינטרעסאנט געווען צו ליינן אין זיינע אטאבייאגרעפי, זיין שטאלץ קעגן דער רעפארמער ראש הקאפעלע וואס האט געוואלט אראפ רייסן שטיקלעך פין מחזור.
ישראל אע"פ שחטא בלייבט נקודה דקדושה.
ווי ווייט איך ווייס .איז דאס געווען א בלבול אויף אים אראפצולאפן ,אזוי שרייבט ער איך זיין בוך
חזןוקהל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:39 pm
לאקאציע:אינעם לאך פונעם רעקארד.

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזןוקהל »

אז אזוי שרייבט ער. מיינט נישט אז אזוי איז געווען די מעשה... אפילו אין אמעריקא. געדענקן נאך אידן (מיין עלטער זיידע מיך דערציילט) אז ער האט זיך קיינמאל געדרייט מיט די פרומע. הגם ר'בנציון שענקער האט אים געטראפן אין מאזשיץ.
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

המשך - קאפיטל א'

און דאן איז עס געשען מיין שװאַך קערפּער'ל האָט זיך גענומען ווייזען סימנים פון לעבן,
און אין די אויגן פון מיינע עלטערן האָט זיך אָנגעצונדען אַ גלויבן און האָפענונג,
אַז זיי האָבן מיר אַרויסגעריסען פונעם מלאך המות'ס הענט.
דאָס מיינט אָבער נישט, אַז פון דעמאלטס און ווייטער איז שוין אַלעס געגאַנגען מיט מיר כשורה אַזױ װי ביי אַלע נאָרמאַלע קינדער.
וואו נאָר אַ קרענק האָט זיך פארשפרייט האט זיך עס גלייך אנגעטשעפעט צו מיר.
די שווערסטע האָט מיך באטראפען די באַקאַנטע:
"ענגלישע קרענק".
די הענט און פיס זיינען מיר געװארען שפירלאז, די ביינדלעך שװאַך, אָהן שום קראַפט פון לעבן.
מען איז געווען זיכער, אַז אַפילו איך וועל בלייבן ביים לעבן , און די קראַנקהייט זאָל מיך נישט אומברענגען, וועל איך דאָך בלייבן אַ קריפּל אויפ'ן גאַנצן לעבן .
וועגן שטיין, גיין אָדער קריכען איז אפילו קיין רעדע נישט געווען,
אַ גאַנצען טאָג בין איך געלעגען אויף מיין אָרט, און אַזױ ווי מיין מוטער איז געווען פאַרנומען מיט די איבעריגע קינדער, און האָט נאָך געמוזט אַרױסהעלפען דעם טאַטען אין געשעפט,
איז מיין איינציגע פאַרזאָרגערין געווען דאָס דינסט מיידל,
וואס האָט מיר בעסער געװאָלט זען אַ טויטער, ווי אַ לעבעדיגער.
אָבער װי עס ווייזט אויס, האָב איך זיך שוין אַלס קינד פאַר'עקשנ'ט קעגן דעם מלאך המות.
און אויך די צרה בין איך בייגעקומען.
איך האָב זיך אָנגעהויבן שטעלן אויף די פיסלעך.
אַ שטראַל פון ליכטיגקייט האָט אויפגעשיינט אויף די הויז פון מיינע עלטערן.
אמת, איך בין געווען אַ בלאַס קינד, אָן אַ טראָפּ בלוט אין פּנים, מיט בלויע אָדערען אויף די דאַרע אברים,
אָבער עס איז געווען אַ האָפענונג, אַז איך וועל לעבן,
און דער עיקר, איך האָב אָנגעהויבען צונעמען וואג, און מיט יעדער צוגעקומענער אונס איז
צוגעקומען אַ שטיק געזונט פאר מיין אויסגעמאַטערטער מאמע,
דיר אויבערשטער האט ב"ה געמאכט , אַז צו יענער צייט האָט זיך שטאַרק פאַרבעסערט די געלט לאַגע פון מיינע עלטערן און די שטימונג אין הויז איז געווען אַ דאָפּלט גליקליכע:
סיי איך, און סיי דאָס מיידעלע, װאָס איז געבוירען געװאָרען נאָך מיר, און סיי מיין עלטערע ברודער, זענען אַלע געװאָקסען געזונט.
און די עלטערן האָבען זיך געקענט אָנזעטיגען
מיט אַ ביסל נחת פאַר די ליידן, װאָס זיי זענען אױסגעשטאַנען פון אונז,
עס איז געגאַנגען אַזוי ווייט, אַז מ'האָט שוין אָנגעהויבען רעדן װעגן אָפּשיקן מיך אין חדר אַריין,
נאָר איידער כ'וועל שילדערען מיינע חדר יאָרן, מוז איך זיך אָפּשטעלן אַ וויילע אויף דעם הויז פון מיינע עלטערן
תם קאפיטל א'

פארזעצונג קומט אי"ה
זייט אזוי גוט און גיבט א לייק
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

https://drive.google.com/file/d/1-tYHkM ... p=drivesdk
א PDF פון אנהייב ביז יעצט
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
חזןוקהל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:39 pm
לאקאציע:אינעם לאך פונעם רעקארד.

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזןוקהל »

וואה.... א גרויסן שכח! שוין יארן וואס איך וויל דאס ליינען. נאר ס'שוווער צוליב דעם שפראך אין דרוק. א מזל.

דא האט איר. מען רעדט פונעם.
viewtopic.php?t=9681&start=25
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

חזןוקהל האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 7:01 pm
וואה.... א גרויסן שכח! שוין יארן וואס איך וויל דאס ליינען. נאר ס'שוווער צוליב דעם שפראך אין דרוק. א מזל.
וואו קען מען שאפן דאס ביכל?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4346
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:34 pm
חזןוקהל האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 7:01 pm
וואה.... א גרויסן שכח! שוין יארן וואס איך וויל דאס ליינען. נאר ס'שוווער צוליב דעם שפראך אין דרוק. א מזל.
וואו קען מען שאפן דאס ביכל?
וועב ארכיוו
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
חזןוקהל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:39 pm
לאקאציע:אינעם לאך פונעם רעקארד.

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזןוקהל »

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

חזןוקהל האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 11:49 pm
מיין פילטער לאזט מיר נישט אהין; איז מעגליך צו שיקן א דאונלאוד וכדומה?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
חזןוקהל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:39 pm
לאקאציע:אינעם לאך פונעם רעקארד.

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזןוקהל »

זאנוויל קווארטין בריוו.jpeg
זאנוויל קווארטין בריוו.jpeg (139.32 KiB) געזען 105 מאל
חזןוקהל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:39 pm
לאקאציע:אינעם לאך פונעם רעקארד.

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזןוקהל »

יא איך וועל משתדל זיין.
חזןוקהל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:39 pm
לאקאציע:אינעם לאך פונעם רעקארד.

Re: מיין לעבן - החזן זבולון קווארטין - פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזןוקהל »

שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”