לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

נאכאמאל געבוירן ווערן פון דאסניי, המממ.. הערט זיך שרעקעדיג, אויפגעבן אויפ׳ן עבר און הווה? אנקוקען אלס ארום מיט גאר אן אנדערען בליק? זעהן די עולם ומלואו פון א צווייטן קוק ווינקל? זייער שרעקעדיג.

אבער ר׳ איד, וואס איז אויב דיין ניי-באשאפונג וועט דיר אריינפירן צו א מער פאזאטיווע און לייכטערע לעבן? א לעבן אן קיין אנגסט און טראמא, א לעבן ווי ״די״ ביסט די סימן און סיבה און נישט נאר א קרדום לחפור בו, א לעבן ווי רוחניות און קדושה איז געשמאק און פריינטליך און נישט נאר א סיבה אויף אויפגעבן באקוועמליכקייט און צוימונגען.

אין דיין רייזע ווי די וועסט זיך באשאפן פון פריש וועלן מיר נישט וויינען און אויסמעקן דיין עבר און יעצטיגע מהלך החיים, פונקט פארקערט עס וועט דינען ווי דער וועג ווייזער פאר אלע דיינע קומענדיגע סוקסעס׳ס און אויפטוענג׳ן, דיינע עקספיריענסעס פון ביז היינט וועט זיין דאס וואס וועט דיר מגלה זיין דיין ספעציעלע כח און דיינע אויסערגעווענליכע כשרונות און אייגענארטיגע תפקיד אויף דער וועלט,
דיין פיין, מיטמאכענישן, און שוועריקייטן פונעם עבר וועט אלס ווערן א חלק פון אן ארטיסטיש׳ן מאלעריי וואס טראגט דיין נאמען מיטן טיטל ״די אוטענטישע און בעסטע ווערסיע פון מיר אליין״.

ניין, די ווערסט נישט א נייע מענטש, חלילה, די באנייסט דיין גייסט און רייניגסט דיין הארץ כדי די זאלסט קענען אדרעסירן דיינע רצונות, שאיפות, און השגות, און באשיינען די וועלט מיט דיין ספעציעלע ליכט וואס גאט ב״ה האט דיר באשאנקען דורכ׳ן פראקטעצירן ״דיר״ אן די מצרים וואס זענען צוגעקומען במשך די יארן.
שטומפיגע פאדזשאוועטע דיימאנטען, אויסגעמאטערטע, פארקלעמטע הערצער, ביידע רופן פאר רייניגונג זיך צו צירוקערן צום ארגינעלן גלאנץ און שיין, פראכטפולע בליטשקעדיגע דיימאנט, און ריינע זיסע נשמה.

אין א וועלט פון כאאס, היסטעריע, און כסדר׳דיגע דיסטרעקשאן׳ס וועל מיר בע״ה ניצן דעם אשכול זיך אביסל אויסצושמועסן בענינים העומדים ברומו של עולם וצריכין חיזוק, די איידעלע ריינע נפש פוו אונז אלע וואס זיצט איינגעמיירעט און אונזערע קאלטע גופים, וואס גאנץ אפט כאפן מיר פון איר א שטויס אדער א זעץ צו דערמאנען דעם מענטש אז עס עקזעסטירט, און מיט רעכט פארלאנגט זי אז מיר זאלן זיך מיט איר אפגעבן כראוי וכיאות.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

@אפאהידא רב נו? אונז ווארט מיר שוין..
אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 2:16 pm
@אפאהידא רב נו? אונז ווארט מיר שוין..
ביז׳ן קרעטשמע טשעק אויס די ״פונקען״ אשכול אויף די וואכעדיגע סדרה…
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נאך א סייקעדעליק אשכול?
אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 5:28 pm
נאך א סייקעדעליק אשכול?
גאר שרעקעדיג אז ווען מ׳רעדט פון לב טהור און רוח נכון, וואס קומט אין מח איז סייקעדעליקס? כ׳גלייב שווער אז דוד המלך האט צו דעם מכוין געווען, אבער וואס יא די גיבס׳ט מיר א שטיפ זיך צואיילען…
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 5:28 pm
נאך א סייקעדעליק אשכול?
נו, וואס דען?

איך ווייס נישט פון נאך א רפואה אדער מעטאד וואס קען אזוי שטומען מיט יעדן איינציגסטן ווארט דא.

אפשר איז גאר די רעדע פון ׳מעדיטעציע׳? נו שוין, העמיר אויסווארטן מיט געדולד...
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מיר ווארטן צו הערן
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נו
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: לב טהור ורוח נכון חדש בקרבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

קנקן מלא האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 4:34 pm
fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2024 5:28 pm
נאך א סייקעדעליק אשכול?
נו, וואס דען?

איך ווייס נישט פון נאך א רפואה אדער מעטאד וואס קען אזוי שטומען מיט יעדן איינציגסטן ווארט דא.

אפשר איז גאר די רעדע פון ׳מעדיטעציע׳? נו שוין, העמיר אויסווארטן מיט געדולד...

אוי, אוי... ביז צום קרעיטשמע דארף מען אויך א ׳טרינק׳...

כ׳בין נישט זיכער וואס ס׳ווארט אונז אפ ביי כבוד הרב @אפאהידא רב אין קרעיטשמע.
אבער ווער ס׳ברענט אים און וויל שוין זוכה זיין צו כל הנ״ל קען מיר שרייבן אין אישי. בדוק ומנוסה.
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”