Smoky Mountains Tennessee

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אלס איינער וואס איז שוין אמאהל געפארן און פלאנט צו פארן בקרוב נאכאמאל צו סמאוקי מאונטעינס, איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אז עס איז נאך נישט דא קיין אשכול פון דער אויסנאמליכער אינטערעסאנטער מקום וואס איז פיל מיט הערליכער נאטור און אטראקציעס.

אלזאו, וועל איך גיין פתיחה און אי"ה מיטיילן מיט דער עולם מיין עקספירענס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

מיר זיצן שטיל די סעלפאון אויף סיילענט און מיר זענען גרייט צו הערן.
א דאנק פון פאראויס!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

חלק א'
אונז זענען געפארן, א משפחה פון 7 נפשות מיטן ציל אנצוקומען קיין Gatlinburg וואס איז א באוויסטע שטעטל אין סמאוקי מאוטעינס טענעסי. קודם זענן מיר געפלויגן קיין אטלאנטא זשארשזיע. די וועג פון אטלאנטא ביז צו די שטאט געטלינבורג (Gatlinburg) נעמט ארום 4.5 שעה. עס איז טאקע א לאנגע וועג אבער עס לוינט זיך.(עס איז דא נענטערע עירפארטס, אבער די טיקעטס זענען גאר טייער און זיי האבן נישט אייביג קיין עראפלאנען)

אויפן וועג פון אטלאנטא, ביים גרעניץ פון שזארשזיע און טענעסי, האבן מיר זיך אפגעשטעלט נעבן די שטאט טשאטאנוגא, טענעסי (Chattanooga Tennessee) ביי א בארג וואס הייסט Lookout Mountain. דארטן איז דא א פלאץ וואס הייסט Ruby's Falls. רובי פאללס איז א הערליכע הייק אין א הייל ווי מען קומט אן צו א הערליכע וואסער פאל אין די הייל. די הייק אינעם הייל איז זייער געשמאק און אינטערעסאנט. עס כדי מיט צונעמען גוטע סניעקערס פאר די שפאציר. די פלאץ האט אויך פון אינדרויסן א הויכער טורעם וואס פון דארטן קען מען זען הערליכע וויוז פון כו"כ סטעיטס. זיי האבן אויכט א קליינע gift shop ווי מען קען קויפן מתנות. די פלאץ קאסט א פאר דאללער פער מענטש און עס איז כדי צו רופן און מאכן רעזערוואציעס ביפאר מען גייט.

דערנאך אביסל ווייטער ארויף אויפן בארג (Lookout Mountain) איז דא אזא ספעציעלע טראם וואס הייסט Incline Railway. דאס איז אזא רעילוועי וואס פארט ארויף די בארג אויף גאר א שיפע אינקליין פון א מייל לאנג. מען פאנג אן פון אויבן און מען קען ארפ גיין פון די רעילוועי אונטן און דארטן איז דא א פאר געשעפטן מיט עפעס א מוזיעם. למעשה האב איך נישט געזען עפעס געוואלדיג מיט דער אטראקציע.

אביסל ווייטער ארויף אויפן שפיץ פון די בארג איז דא א פארק וואס הייסט פאוינט פארק (Point Park). דער פארק איז אויפן שפיץ פון די בארג אין עס איז דא א געוואלדיגע view פון די גאנצע פלוין (יא, דער ערשטער מאהל פארשטאנען וואס דאס ווארט פלוין מיינט). דארטן איז געווען גאר א וויכטיגער חלק פון די אמעריקאנער ציווילער קריג, די Battle of Chattanooga. עס איז דא א טייך וואס לויפט דארטן אונטען די בארג, וואס האט געהאט א גרויסע חלק מיט די מלחמה. אין די פארק איז דא קאנאנען וואס מען קען כאפן א שיינע משפחה בילד דארטן מיט א הערליכע סינערי בעקגראונד. די פארק איז הערליך און די view עפעס געוואלדיג און איך האב שטארק הנאה געהאט דארטן.

גלייך אינדרויסן פון די פארק איז דא א קליינע מוזיאם וואס רעד פון די אמעריקאנער ציווילע קריג און ספעציעל פון די בעטעל אוו לוקאוט מאונטען. (מיין קליינער פרעגט מיר אויב דער מוזיאם איז שוין געווען אפען ביפאר די אונטערן קריג....). אלס איינער וואס ליינט אסאך פון די אמעריקאנער היסטאריע איז דער מוזיאם געווען גאר אינטערעסאנט, אבער מיינע קינדער זענען נישט געווארן צו שטארק אנטציקט. די מוזיאם האט דארטן אזא מאלטימידיע סארט פארשטעלונג פון די בעטעל אוו לוקאוט מואנטעין וואס איך האב געטראפן צו זיין גאר אינטערעסאנט. די מוזיאם האט א טשיקאווע גיפט שאפ וואס איז פיל מיט אמעריקאנער פאטריאטיזם אום זיי האבן א פאר קאנאנען אויסגעלייגט אינדרויסן פון די מוזיאם. עס איז ראטזאם צו מאכן רעזערוואציעס פארן קומען.

עס איז אויך דא דארטן נאך א פלאץ וואס הייסט Rock City וואס מען דארף פון דארטן צו קענען זען 7 סטעיטס. למעשה בין איך דארטן צום סוף נישט אנגעקומען.

נאכן פארברענגען א גוטע פיר שעה אין Chattanooga האט מען זיך ארויס געלאזט קיין Gatlinburg Tennessee וואס איז א צוויי שעה'עדיגע נסיעה פון Chattanooga.

עט מען לאזן מיין דרייווער דרייווען און המשך יבא....
לעצט פארראכטן דורך מרנן ורבנן אום מאנטאג מארטש 04, 2024 8:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

סובסקרייבט! כ'ווארט פאר די המשך!
שכח!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

זייער געשמאק @מרנן ורבנן
ווען די וועסט ענדיגן וועל איך זעהן צו איך האב נאך וואס צו צולייגן
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

ביי געלייגט זענען בילדער פון די פלעצער. א חלק זענען מיינע בילדער און חלק זענען פון גוגל.
אטעטשמענטס
Incline Railway
Incline Railway
take-a-ride-03.png (391.33 KiB) געזען 1066 מאל
Ruby Falls From Outside
Ruby Falls From Outside
7-31-18+Ruby+Falls.JPG (94.54 KiB) געזען 1066 מאל
Ruby Falls
Ruby Falls
RubyFallsHeroShotCMYK.jpg (323.74 KiB) געזען 1066 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

נאך בילדער פון די פלעצער.
אטעטשמענטס
די מאלטימידיע פארשטעלונג פון די בעטעל אוו לוקאוט מאוינטעין
די מאלטימידיע פארשטעלונג פון די בעטעל אוו לוקאוט מאוינטעין
maxresdefault.jpg (199.39 KiB) געזען 1052 מאל
Battle of Chattanooga Museum
Battle of Chattanooga Museum
Battle of Chattanooga.jpg (29.52 KiB) געזען 1052 מאל
Point Park Entrance
Point Park Entrance
point-park.jpg (83.44 KiB) געזען 1052 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

נאך פון פאוינט פארק.
אטעטשמענטס
Point Park Canon and View
Point Park Canon and View
point-park-7202.jpg (173.89 KiB) געזען 1051 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

חלק ב'

נאך דרייווען צוויי שעה זענען מיר אנגעקומען צו TN Gatlinburg. מיר האבן געדינגן א קעבין און עס איז געווען א זייער אייגענארטיג עקספעריענס. די דיקאר מיט ציגעהרען זענען אלע אויף די theme פונעם אמעריקאנער פראנטיער. די קעבין האט געהאט א שווים באסיין און א האט טאב. ווי אויכט האט עס געהאט א שפיל צימער. די קעבין האט אויך ספעציעלע "אונטערן" שטיבעלע ווי מען קען אנצינדן א שיינע אונטערן אדער עפיק שפיל..... די קעבין האט געהאט א הערליכע קאך וואס מיר האבן גע'כשר'ט און גענוצט. ווען מיר האבן זיך אויפגעכאפט די נעקסטע אינדערפרי האט זיך פאר אונז אנטפלעקט א הערליכע פאנאראמע פון בערג ע"ג בערג איינגעהילט און אזא מיט אזא דורכזיכטיקע נעפעל וואס קוקט אויס ווי סמאוק בעשת וואס דער זין שפראצט ארויס פון צעווישן די בערג פונק אזוי ווי א מאלעריי. (וועגן דעס הייסט עס סמאוקי מאוטעינס ). דאס זאגן אתה ה' לבדך עשית את השמים האט זיך געזאגט מיט אן אנדערע טעם.

ב.ד.וו. די ווארט סמאוקי ווען מען שרייבט עס צוזאמען מיט די מאונטעינס ספעללט מען SMOKY און נישט SMOKEY.

נאכן דאווענען, עסן פרישטאג, און לערנן די דף שטייצעך, איז געקומען די צייט אנצופאנגען די טאג. מיין ערשטע סטאפ איז געווען ביי די Skylift Park. דאס איז א פלאץ וואס עס איז דא א טשעירליפט וואס טראגט דיר ארויף גאר הויעך אויף די שפיץ פון א בארג. אויפן שפיץ איז דא אזא הענגענדיקע בריק וואס טראגט דיר פון איין בארג צום צווייטער. די בריק האט א חלק וואס איז געמאכט פון גלאז וואס מען קען שפאצירן אויף דעם. אויפן שפיץ פונעם בארג איז דא א הערליכע סינערי פון די סמאוקי מאוטעינס. די פלאץ האט אויכט א גיפט שאפ און א גויישע רעסטאראנט. עס איז געווען זייער שיין און רואיג פאר די גאנצע משפחה. חוץ מיין בחור וואס האט מורא געהאט צו גיין אויפן גלאזענע בריק. נאכן פארברענגען דארטן א שעה און א האלב איז מען ארפ די בארג מיט די טשעיר ליפט. (אויפן וועג ארפ איז איינע פון מיינע שיך געפאלן, פרעג מיר וויאזוי...)

נאכן ענדיגן מיט די סקייליפט איז מען געגאנגען אויף א שטיקל שפאציר אין געטלינבורג. עס איז דא טשיקאווע געשעפטן און סתם אינטערעסאנט זאכן. נאכן שפאצירן אביסל האבן מיר זיך ארפ געזעצט עסן מיטאג ביי זעלכע טישן.

מיר האבן געענדיקט מיט געטלינבורג און מיר זענען געפארן צו א שטעטל וואס הייסט Pigeon Forge. דארטן איז אויכט דא א סאך אטראקציעס. מיר זענען געגאנגען צו א מוזיעם וואס הייסט Alcatraz East. עס איז א מוזיעם פון תפיסות. די מוזיאם איז צוטיילט אויף א פאר חלקים וואס רעדן פון די היסטאריע פון תפיסות, פארשידענע באוויסטע פארברעכער, פאליציי און נאך. עס איז זייער הענדס אן. מיינע קינדער און איך האבן עס זייער ענזשויד. זיי האבן דארטן זאכן פאר אלע עידשזעס. די תפיסה איז געווען אן אויסערגעווענדליכער עקספעריענס און עס איז א מאסט.

דערנאך בין איך צוריק געגאנגען צו מיין קעבין זיך אפצוריען.

המשך יבא....
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

בילדער פון די קעבין און נאך
אטעטשמענטס
Sunrise from my cabin
Sunrise from my cabin
e77d36eb-cee3-4616-8b72-e9799097d03b.jpg (95.86 KiB) געזען 1016 מאל
Skylift Chairlift
Skylift Chairlift
a37bc222-14fb-47e4-bd96-09892bbbfa3e.jpg (151.34 KiB) געזען 1016 מאל
Skylift Bridge
Skylift Bridge
af108951-6cef-40bf-850a-2afd5ffe0dd2 (2).jpg (222.81 KiB) געזען 1016 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אה, כ'האב כמעט פארגעסן...
אטעטשמענטס
די ציממער ווי מען האט געקענט זען אונטערנס..
די ציממער ווי מען האט געקענט זען אונטערנס..
די אונטערן צימער....jpg (234.7 KiB) געזען 1007 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
מעש פאטעיטא
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:27 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעש פאטעיטא »

@מרנן ורבנן קודם א יישר כח פאר די ביישרייבונג. איך קען קוים ווארטן פאר די המשך.
איך וואלט געוואלט וויסן אויב דער נסיעה איז א טייערע מעשה?

און אויך מזל טוב פאר די נייע אוועטאר, גאר געאייגענט....
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

ייש”כ פאר די באשרייבונג. געשמאקע שפראך און אינפארמאטיוו.
אפשר גיב א קליינע הקדמה וואס איז די ספעציעלקייט פון די דאזיגע בערג....
אוועטאר
אגם המלך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 11:59 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגם המלך »

שכח @מרנן ורבנן
איך ווארט שוין פאר די המשך
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

זייער אינטערעסאנט @מרנן ורבנן keep up
און אן עקסטערע שכח פאר די בילדער
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

שכח פאר חלק ב'!
מיר ווארטן פאר חלק ג'
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

נספח א'
וואס זענען די סמאוקי מאונטעינס?
די סמאויקי מאונטעינס זענען א שורה פון בערג וואס פאנגען זיך אן ביי די טענעסי און נארט קעראליינע גערניץ. זיי זענען א חלק פון די גרעסערע אפעילעשיען מאונטעינס (די קעטסקיללס זענען אויך א חלק פון די אפעילעשיען מאונטעינס. די סמאוקי מאונטעינס נעשענאל פארק איז געווארן עסטעבלישט אים 1934. עס איז דא ארום 11 מיליאן באזוכער וואס באזוכן די סמאוקיס, ווי מאנכע רופן איר, א יעדעס יאהר. די נאמען סמאויקי קומט פון די נעפעל וואס באדעקט כסדר די בערג און עס מאכט עס אויסקוקען ווי עס איז דא א רויעך. ביפאר די ווייסע אינוואדירער איז דאס געווען די לאנד פון די טשעראקי אינדיען. א סאך אמעריקאנער אינדיאנער האבן זיך געקענט ארויס דרייען פון די טרויריג ברומטער טרעילס אוו טעירס דארך זיך בייהאלטן אין די סמאוקי מאונטעינס. עס איז דא א סאך חיות וואס רופן זייער וואוין ארט די סמאוקיס, אזוי ווי דער שווארצער בער, די עלק (א מין הערש מיט א לענגערע האלץ), האזלעך, די רויטע וואלף, גראונדהאגס, די רויטע פוקס, די באבקאץ, די ווילדע טורקי און נאך. די פארק איז היים פאר איבער 200 מינע פייגלעך, און נאך באשעפענישען. א דריטל פון די ביימער און דער פארק זענען איבער 100 יאהר אלט.

די שטעט פון PIGEON FORGE און GATLINBURG באקומען איבער איין מיליאן באזוכער א יעדעס יאר און די שטעט אליינס ווען למעשה איז אין די שטעט נישט דא דארט קיין 6000 פערמנאנטע איינוואוינער. די פאפולאציע גייט ארויף אים א נארמעלער טאג צו איבער 50 אלפים.

פארוואס איז די סמאוקיס אזוי פאפיולער?
עס איז גאנץ נאנט צו פליען פאר דער וואס וויל האבן די עקספעריענס פון א נעשענאל פארק. די לופט דארטן איז עפעס וואס מען טרעפט נישט און ערגעץ ווי אויך די פאנאראמע איז עפעס הערליך. מען לעבט ציווישען נאטור און חיות און פיילגעך וואס מען קען נישט בדרך כלל זען.
לעצט פארראכטן דורך מרנן ורבנן אום דינסטאג מארטש 05, 2024 5:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
YY56
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 27, 2022 5:11 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך YY56 »

זייער אינטערעסאנט, שכח!

@מרנן ורבנן וועלכע צייט אין יאר איז אינטערעסאנט צו גיין דארט?

איז דא דארט מנין?
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

YY56 האט געשריבן: דינסטאג מארטש 05, 2024 4:29 pm
זייער אינטערעסאנט, שכח!

@מרנן ורבנן וועלכע צייט אין יאר איז אינטערעסאנט צו גיין דארט?

איז דא דארט מנין?
@מרנן ורבנן זענען דא דארט

WOW הערליך
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

חלק ג'
נאכן זיך אויסריען און פארברענגן די טאג מיט די משפחה אין אונזער געשמאקע קעבין און עסן נאכטמאהל און דאווענען מנחה, (מיר וועלן שרייבן וועגען מנין און כשרות אויף אן אנדערע געלעגנהייט) האט מען זיך ארויס געלאזט אויף נאך אן אויספלוג. למעשה ווען עס קומט צו מוזיעמס און אטראקציעס האב איך ליב צו גיין אויף עפעס וואס איז יוניק פאר יענע מקום. וואס איך וויל ארויס ברענגן איז אז ווען מען ריסערטשד ווי צו גיין קומט ארויס צענדליגער מוזיעמס און אטראקציעס, אבער איך נישט אלס איז יוניק פון סמאוקי מאונטעינס. נאכן שטאדירן האט מען זיך אריין געזעצט אין מיין קאר און מען איז געפארן צו די Titanic Museum. די מוזיעם איז אפען ביז שפעט.

די טייטעניק מוזיעם איז גאר אייגענארטיג מיט דעם וואס עס איז נאר דא צוויי אזעלכע מוזיעמס אין אמעריקע. איינס אין פישזאן פארשז טענעסי און די צווייטע ברענסאן אילינאו. דער מוזיעם אין גאר אינטערעסאנט פאר אלע עישזעס. די מוזיעם פון אינדרויסן קוקט אויס פונקט וויא די עכטע טייטעניק שיף. עס איז זייער הענדס אן און עס גייט אריבער די גאנצע היסטאריע פון די טייטעניק פונעם פלאנען ביזען ווערן דערטראנקען. ווען די קומסט אן געבן זי דיר א רייזע בילעט און די ארבייטער גייען אנגעטוהן אזוי ווי עכטע סטוארדס פון א שיף. למעשה לייגן זיי דיר אריין אין די מצב פון די פראכט און שיינקייט פון די טייטעניק אזוי אז דו פילסט עס אין אלע ביינער. עס איז דא דארטן א עכטע לייף סייז רעפליקע פון די גרענד סטעירקעיס אין די טייטעניק, די הערליכע צימערן און די מער פשוטע צימערן, און אזוי ווייטער. זיי מאכן דיר פילען וויאזוי עס פילט ווען די שיף האט אנגעפאנגען צו ווערן פארפלייצט. דערנאך איז דא א פלאץ וואס האט א נאכגעמאכטע דעק פון א שיף ווען עס איז גאר איינגעבויגן וועגען עס דערטרענקט זיך. זיי האבן דארטן אזא אייז בארג און וואסער וואס איז קאלט אזוי ווי די טעמפעראטור פון די וואסער בארן ווערןדערטראנקען. די גאנצע פמליא האט זייער שטארק הנאה געהאט פון די פלאץ. עס איז ראטזאם צו אנרופן צו מאכן רעזארוואציעס.

נאכן ענדיגן מיטן טייטעניק איז מען צוריק געפארן מיט די משפחה צו די קעבין. געמאכט אזא קומציץ מיט מיינע קינדער. מיין זוהן האט מיט געברענגט אזא מעדאליקא און אן אנדערער א גיטאר. מען איז געזיצען און מען האט געגעסן און געטרונקן לכבוד יו"ט....

די נעקסטע אינדערפרי איז מען אויף געשטאנען פרי און מען האט אנגעפאנגען צוזאם פאקן די די גאנצע משפחה. נאכן זיכער מאכן אז די פלאץ איז גאר ריין (די קעבינס זענען נישט קיין האטעלס און זיי עקספעקטן אז מען זאל לאזן די פלאץ גאר זויבער), איז מען געגאנגן צו די ריפליעס עקוועריעם (איי, כ'האב געשריבן אז איך גיי נאר צו יוניק מוזיעמס.... איך און מיין ווייב שטימן נישט...) ריפליעס עקוועריעם איז.... אקעי... עס איז ריפליעס... שיין, געשמאק, פעמעלי פרענדלי, און פאן.

דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט אויפן לאנגען וועג פון 4.5 שעה קיין אטלאנטע צו כאפן אונזער פליגער צוריק צו נוארק.

סי יו אין ניו יארק.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

די טייטעניק מוזיעם
אטעטשמענטס
די גרענד סטעיר קעיס
די גרענד סטעיר קעיס
titanic-museum-grand-staircase.jpg (80.06 KiB) געזען 503 מאל
די טייטעניק מוזיעם פון אינדרויסן
די טייטעניק מוזיעם פון אינדרויסן
Titanic.jpg (72.25 KiB) געזען 503 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

די קעבין
אטעטשמענטס
די קעבין פון אינדרויסן
די קעבין פון אינדרויסן
Cabin Outside.jpg (228.41 KiB) געזען 489 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

קענסט עדען גוגעל מעפס לינקס צו אלע פלעצער?
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

נספח ב'

כשר'ס און מנינים איז נישט דא אין די גאנצע געגנט. די נענצטע בית חב"ד איז אין נאקסוויל טענעסי וואס איז איבער א שעה צו פארן, און זיי האבן אויך נישט קיין כשר'ס און נישט קיין מנינים אינמיטן די וואך. ווי אויך איז נישט דא קיין כשר'ע מקוה אין די גאנצע געגנט. אויב פארט מען מיז מען מיט שלעפן כשר'ע עסן און זיך רעכענען איז מען גייט נישט האבן קיין מנינים. אין אטאלאנטע איז די כשר'ס און אויב עס איז שווער צו שלעפען אלע מינע עסן מיט מילך קען מען עס קויפן אין אטלאנטע פאר מער לאזט זיך ארויס אויפן רייזע.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Smoky Mountains Tennessee

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

שמייכל אייביג! האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 11:58 am
קענסט עדען גוגעל מעפס לינקס צו אלע פלעצער?
Ruby Falls
https://www.google.com/maps/place/Ruby+ ... ?entry=ttu

Point Park

https://www.google.com/maps/place/Point ... ?entry=ttu

Skypark

https://www.google.com/maps/place/Gatli ... ?entry=ttu

Alcatraz East

https://www.google.com/maps/place/Alcat ... ?entry=ttu

Titanic Museum

https://www.google.com/maps/place/TITAN ... ?entry=ttu

Ripley's Aquarium of the Smokies
https://www.google.com/maps/place/Riple ... ?entry=ttu
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”