היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)
(Moldava nad Bodvou אדער szepsi) וואס געפונט זיך אין סלאוואקיי, נישט ווייט פון קאשוי.
צווישן די מילדוי'ער רבנים איז געווען:
רבי שאול גאלדשטיין.
רבי קלמן ווייס.
רבי ברוך ליבערמאן (בן רבי שמעון משעניע)
במשך חמש שנים ואח"כ דומ"ץ דיארמוט עד פטירתו בשנת תרנ"ו.
רבי שלמה זלמן בייטום משנת תרמ"ד עד פטירתו בט"ז חשון תרע"ד, (עיין בהאשכול עליו).
רבי משה טענענבוים (בן רבי מנחם מענדל מ'טארנא) בעל מסעות משה הי"ד משנת תרע"ד ביזן קריג.
בנו רבי שלום דוב טענענבוים זצ"ל איז געווען די רב הצעיר פון מילדוי. נפטר אדר"ח אלול תשנ"א.
די בית הכנסת אין מילדוי וואס שטייט כהיום איז געבויעט געווארן דורך די "מסעות משה" בשנת תרצ"א לפ"ק, נאך וואס די אלטע בנין איז אינגאנצען חרוב געווארן פון א שריפה.
איך האב שוין עטוואס געשריבן איבער מילדוי צושפרייט אין עטליכע אשכולות, איך וועל אלעס אהערברענגען און מוסיף צו זיין, און דער עולם איז מכובד ארויסצוהעלפן, פארעכטן, און מוסיף צו זיין.
- אטעטשמענטס
-
- בית הכנסת בהעיר מילדוי ולצדו ביתו של המסעות משה ממילדוי
- 79049.jpeg (94.08 KiB) געזען 442 מאל