היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

גיי מיר פותח זיין אן אשכול איבער מילדוי - סעפשי.
(Moldava nad Bodvou אדער szepsi) וואס געפונט זיך אין סלאוואקיי, נישט ווייט פון קאשוי.

צווישן די מילדוי'ער רבנים איז געווען:

רבי שאול גאלדשטיין.

רבי קלמן ווייס.

רבי ברוך ליבערמאן (בן רבי שמעון משעניע)
במשך חמש שנים ואח"כ דומ"ץ דיארמוט עד פטירתו בשנת תרנ"ו.

רבי שלמה זלמן בייטום משנת תרמ"ד עד פטירתו בט"ז חשון תרע"ד, (עיין בהאשכול עליו).

רבי משה טענענבוים (בן רבי מנחם מענדל מ'טארנא) בעל מסעות משה הי"ד משנת תרע"ד ביזן קריג.

בנו רבי שלום דוב טענענבוים זצ"ל איז געווען די רב הצעיר פון מילדוי. נפטר אדר"ח אלול תשנ"א.

די בית הכנסת אין מילדוי וואס שטייט כהיום איז געבויעט געווארן דורך די "מסעות משה" בשנת תרצ"א לפ"ק, נאך וואס די אלטע בנין איז אינגאנצען חרוב געווארן פון א שריפה.

איך האב שוין עטוואס געשריבן איבער מילדוי צושפרייט אין עטליכע אשכולות, איך וועל אלעס אהערברענגען און מוסיף צו זיין, און דער עולם איז מכובד ארויסצוהעלפן, פארעכטן, און מוסיף צו זיין.
אטעטשמענטס
בית הכנסת בהעיר מילדוי ולצדו ביתו של המסעות משה ממילדוי
בית הכנסת בהעיר מילדוי ולצדו ביתו של המסעות משה ממילדוי
79049.jpeg (94.08 KiB) געזען 443 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

סיום הש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

(אידישע פרעסע א ואדר תרפ"א)

סיום: ב"מילדוי סעפשי" התקיים בפורים קטן סיום הש"ס, בו השתתפו יותר מ-60 חברים.
הרב הראשי לטארנא (הרה"ק רבי מנחם מענדל טענענבוים השארית מנחם) נשא את נאום הפתיחה בבית הכנסת בצורה מרשימה.
משתתפים שדרשו במשך הסיום:
רבי דוד גוטמאן (טארנא),
רבי אלי' סג"ל לעווי (יאסאוו),
רבי שמואל טענענבוים (דומ"ץ טארנא),
רבי יצחק סג"ל האס (מילדוי),
רבי יואל זאלצמאן (Buzila),
רבי מרדכי נפתלי טענענבוים (טשאני),
רבי שלמה טענענבוים (יאסאוו),
רבי מרדכי קרעמער (טארנא),
רבי דוד גרינבערג (Lanz).
הסעודת מצווה נמשכה עד שעות הבוקר המאוחרות עם דברי תורה מעולה.
להנהגת הש"ס-חברה נבחרו פה אחד:
רבי ישראל ראטענבערג (מילדוי),
רבי יצחק סג"ל האס - האאז (מילדוי),
רבי אלי' סג"ל לעווי (יאסאוו),
רבי יואל זאלצמאן (Buzila).
החברה רכש ש"ס עם רי"ף עבור האוצר הספרים.
אטעטשמענטס
79052.jpeg
79052.jpeg (67.97 KiB) געזען 442 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אדרעס פון די בית החיים אין מילדוי אויף גוגל מאפעס.

https://maps.app.goo.gl/eMqUoFVJzuZQcKiH6

די בית החיים קען ניצען א שטארקע תיקון.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

קעפל: משפחת הרבנים "ארזי הלבנון" טענענבוים
הארזים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 6:48 pm
הארזים האט געשריבן: מאנטאג מאי 22, 2023 5:18 pm
בנין בית הכנסת בעיר מילדוי יע"א שנבנה על ידי המסעות משה זצ"ל בשנת תרצ"א לפ"ק בערך, אחר שהבית הכנסת העתיק נשרף באש.

ומסופר שפעם אחת ביקר הרה"ק אדמו"ר רבי שלום אליעזר האלבערשטאם זצוק"ל מראצפערט בעיר מילדוי, והלך לראות שם את הבית הכנסת והמקוה טהרה שבנה רבינו המסעות משה זצ"ל בזיעת אפים על טהרת הקודש ברב חומרות וכשרות, ובתכלית ההידורים, שעד אז לא היה שם מקוה כשירה כזה, והוטבו מאד בעיני הרה"ק זצוק"ל, ואמר אחר כך לרבינו זצ"ל: "מילדויער רב, איך בין אייך מקנא מיט אייער בית המדרש און מיט אייער מקוה"...

די ווערטער אויפן בנין "לשכני תדרשו ובאתם שמה", איז אויך געשטאנען אויף די בית הכנסת פונעם נהרי אפרסמון זי"ע אין פוטנאק.

אויף גוגל מאפעס:
https://maps.app.goo.gl/Spj8MVazqksJgPzAA
לויטן חשבון האט מען געלייגט די אבן הפינה אין שפיץ פונעם מסעות משה זצ"ל פרייטאג עשרה באב תרצ"א לפ"ק.
די צייטונג וואס באשרייבט עס איז פון July 28 1931 למספ', און זיי שרייבן אז פרייטאג איז עס פארגעקומען.
◄ ווייז ספוילער
The foundation stone of the Jewish synagogue in Szepsi.

Our correspondent reports from Szepsi: On Friday at noon, the construction of the synagogue of the Jewish community of Szepsi was inaugurated in a ceremonial setting.
cornerstone.
Rabbi Tannenbaum praised the significance of the act in a larger speech, and then the chief clerk, the judge and the president of the religious community gave speeches. Since the Jewish community of Szepsi is very poor, it turns to the Jewish community of Slovenskó and Russin skő with a request that they contribute to the costs of building the synagogue.
ווערט געזיכט איינער וואס קען דאס שיין איבערטייטשן.
אטעטשמענטס
PragaiMagyarHirlap_1931_07__pages290-290-01.jpeg
PragaiMagyarHirlap_1931_07__pages290-290-01.jpeg (38.24 KiB) געזען 404 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הארזים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 12:50 pm

א באריכט אין די Prágai Magyar Hirlap למספ' 1931-05-27:

די אידישע בית הכנסת אין מילדוי סעפשי האָט אפגעברענט.

אונזער קארעספאנדענט פון מילדוי סעפשי מעלדעט: נעכטן צוויי אזייגער נאָכמיטאָג, האָט די מילדויער אידישע בית הכנסת פארכאפט געווארן אין פייער פון אן אומבאקאנטער סיבה און איז אין עטליכע סעקונדעס פארכאפט געווארן אין פלאמען. און נאר א דאנק די איבערגעגעבנקייט פון עטליכע מענטשן און פייערלעשער איז געראטעװעט געווארן די ספרי תורה און א טײל פון די ספרים, די בית הכנסת האט אינגאנצען אפגעברענט. די שאדנס איז העכער 30,000 קראנען.

דאס איז געווען י' סיון תרצ"א לפ"ק.

און פונקט צוויי חדשים שפעטער עשרה באב תרצ"א לפ"ק איז געווען די אבן הפינה פאר די נייע בנין כנ"ל.
אטעטשמענטס
PragaiMagyarHirlap_1931_05__pages266-266(1)-01.jpeg
PragaiMagyarHirlap_1931_05__pages266-266(1)-01.jpeg (30.41 KiB) געזען 403 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

נאך אביסל איבערן בית הכנסת אין מילדוי:

נאכן שריפה פונעם אלטן בית הכנסת האט מען גלייך אנגעהויבן בויען די נייע ביהכ"נ, די קהילה האט זיך גענויטיגט אין געלט, האבן זיי זיך דאן געוואנדן צום עדוקאציע דעפארטמענט פון סלאוואקיי וואס זיי האבן געהאט א ספעציעלע פאנד פאר אזאלעכע צוועקן, און געבעטען אויב מען קען זיי צאלן פארן נייעם בנין, און בשכר זאת וועלן זיי א נאמען געבן פאר ביהכ"נ נאך "טאמאס מאסאריק" דער פרעזידענט.

למעשה איז געקומען א תשובה פונעם עדוקאציע דעפארטמענט אז היות מען שטייט יעצט סוף יאר איז די קאסע יעצט ליידיג, למעשה האט די ארטיגע קהילה מיט די הילף פון די טאון באצאלט פארן ביהכ"נ און מען האט נישט געגעבן די נאמען נאך מאסאריק.

(די בריוו האב איך ביי מיר, כהאב נאכנישט קיין רשות עס צו פובליצירן)

עס האט גענומען קנאפע 2 חדשים צו בויען די ביהכ"נ.
__

נאכן קריג איז די ביהכ"נ פארוואנדלט געווארן אין א שולע, און זיי האבן צוגעבויעט די חלק פון אינטערן בנין.
__

רעכטס פונעם ביהכ"נ איז געווען די תלמיד תורה בנין, די בנין קען מען זעהן אויפן אלטן פאסט קארטל, כהיום שטייט עס שוין נישט.

לינקס האט געוואוינט די מסעות משה זי"ע, אנפאנג האט ער געוואוינט מיט א שכן אינעם בנין, שפעטער קוקט אויס ווי ער האט געהאט די גאנצע בנין פאר זיך.

די בנין שטייט נאך כהיום, און קוקט אויס באוואוינט אין א גוטע מצב.
___

יעצט א בילד פון אויבן:

די ביהכ"נ, מען קען זעהן די צוגעבויעטע חלק פון אינטען, עס איז ברייטער ווי די ארגינאלע בנין.

נומער 19 איז די דירה פונעם מסעות משה זי"ע.

נומער 11 איז געווען די בית השחיטה.
אטעטשמענטס
בנין התלמיד תורה רעכטס
בנין התלמיד תורה רעכטס
בית הכנסת של המסעות משה ממילדוי זיע.jpg (388.41 KiB) געזען 401 מאל
צוגעבויעטע חלק פון אינטען
צוגעבויעטע חלק פון אינטען
בית הכנסת בעיר מילדוי סעפשי.jpg (384.78 KiB) געזען 401 מאל
Screenshot_20240208-200743-01.jpeg
Screenshot_20240208-200743-01.jpeg (61.42 KiB) געזען 401 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

א גאסט אין שטעטל:

באזוך פון רבי נתן פייטל איידליס הי"ד בן רבי שלמה זלמן דיין ומו"ץ בק"ק טשעטשעוויטץ חתן רבי יצחק צבי הלוי יונגרייז אב"ד קאשוי, אויף שבת כי תצא תרצ"א לפ"ק אין מילדוי, דער מסעות משה האט אים מכבד געווען מיט א דרשה און ער האט געדרשנט פאר איבער א שעה און א האלב פאר די גאנצע קהילה.
אטעטשמענטס
2636096.jpg-01-02.jpeg
2636096.jpg-01-02.jpeg (130.77 KiB) געזען 399 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21849
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דער ווערט נאר בעסער און בעסער...
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

רבי ישראל ראטענבערג פון די ראשי החברה ש"ס אין מילדוי הנ"ל.
אטעטשמענטס
14318041.jpg
14318041.jpg (130.42 KiB) געזען 338 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אין מסעות משה תרפ"ה לפ"ק.

צווישען די נעמען:

מ' אהרן ווייס, מחותן פונעם מסעות משה, טאטע פון רבי גבריאל ווייס.

זיין ברידער מ' אלטר ישראל ווייס, טאטע פון רבי שמואל ווייס.

ביידע תלמידים פון הגה"ק האמרי מאיר מפוטנאק.
בני רבי אשר אנשיל ווייס ממילדוי.

_

מ' ישראל ראטענבערג הנ''ל
אטעטשמענטס
מסעות משה מילדוי.jpg
מסעות משה מילדוי.jpg (390.35 KiB) געזען 332 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דא האב איך געשריבן עטוואס איבער רבי אשר אנשיל ווייס ממילדוי וצאצאיו
viewtopic.php?p=4911168#p4911168
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

לפי ידיעתי איז ר' משה הכהן דרעזדנער שו"ב געווען א שטיק צייט שוחט אין מילדוי.
ווייסט איינער מער פרטים דערוועגען?
אטעטשמענטס
79733.jpeg
79733.jpeg (78.32 KiB) געזען 314 מאל
משה הכהן דרעזדנער שוב.png
משה הכהן דרעזדנער שוב.png (390.17 KiB) געזען 314 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

רבי מרדכי אורי סג"ל האאז - האס בן רבי יצחק הנ''ל איז געווען אקטיוו אין די קהילה.
ער חתמ'ט אויף א בריוו סוף שנת תרצ"ט מיט עטליכע ראשי קהילה פון מילדוי צו די בודאפעסטע קהילה ווי זיי בעהטן זיך פאר הילף, אז די קהילה זינקט אין חובות, מען האט נישט צו באצאלן פארן רב, שוחטים, און מלמדים, ניטאמאל שחיטה געלט קען די קהילה באקומען צוליב וואס מען האט פארבאטן כשר'ע שחיטה, מען דארף נאך באצאלן די הלוואה פארן נייעם בית הכנסת און מקוה.

מען האט אוועקגענומען די לייסענס פון די געשעפט אייגנטומער, און עס איז נישטא פון וואו צו מאכן געלט.

נישט לאנג צוריק האבן זיי געשיקט 10 הילפס פעקלעך קיין וויען פאר די נצרכים דארט, אבער יעצט דארפן זיי בעהטן אויף צוריק.

און זיי פירן אויס, יאגט ענק צו, יאגט ענק צו, אונז צו קומען צו הילף, דער עולם הינגערט, מיינט נישט אז מיר טרייבן אינטער, עס קומט יום טוב פילע משפחות קענען פשוט נישט לייגן קיין ברויט אויפן טיש.

החותמים עבדים לעבדי השם...

די בריוו איז געשריבן אין אונגאריש אבער ווי עס קוקט אויס געווארן איבערגעשריבן פון א לשון קודש'דיגע בריוו.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אין א בריוו פונעם מסעות משה זי"ע צו כולל שומרי החומות בעהט ער א טובה פאר רבי מרדכי אורי סג"ל האאז - האס הנ''ל, און ער שרייבט דארט צווישען די שורות בזה הלשון:

אבל בעוה"ר רוח ה... בכל פינות וזויות העולם הן ללומדי תורה והן לבעלי בתים שיחי' צריכה רחמים, רחמים גדולים, מיעוט הפרנסות משברת מוחו של אדם ודא לדא נקשן, ולא דמיתי מעולם שאני אצטרך לכתוב מכתב מליצה בענין כזה אשר עתה לפני וכל מחשבותי לגמור הדבר בכי טוב במהרה - והמדובר היא אינו שארי ובשרי ולא ממשפחתי רק ידידי מפה מילדוי סעפשי יצ"ו - ידידי צמיד לבבי רחימא דנפשאי, בנן של קדושים וטהורים הרבני החריף ובקי החסיד ויר"א ענוותן כהלל מו"ה מרדכי אורי סג"ל האאז שליט"א - בן לאביו הרב הצדיק מו"ה יצחק זצוק"ל אשר הי' דר פה מימי נעוריו, ולמד פה כמו שלושים שנה ברבים, כל ימיו ולילותיו היו בקדושה ובטהרה, ממש לא פסק פומי מגירסא - [שא"ב של הרב החסיד מו"ה דוד סג"ל האאז ז''ל מירושלים תעא"ס]...

בפרט שלא בעבורי אני מדבר רק לטובת ת"ח אשר הוא כאחי...

[ידידי היקר הולך בשטריימל בעקיטשע ולא רק מבפנים - אלא בחיצוניות ג"כ ראבבינישער אויסזעהן]
אטעטשמענטס
שטריימל בעקיטשע.jpg
שטריימל בעקיטשע.jpg (98.16 KiB) געזען 187 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אידישע פרעסע כ"ו חשון תרפ"ט.

א מעמד אינעם אלטן בית הכנסת אין מילדוי בראשות המסעות משה.

מילדוי:
דעם 28טן אקטאבער האבן מיר אפגעהאלטן א יארטאג מסיבה אינעם בית הכנסת.
די באטייליגטע, 60 אידן, װי אויך פארשטײער פון די רעגירונג זענען געװען אזוי סאך, אז די בית הכנסת איז געווען פיל און עס איז נישט געווען קיין פלאץ.
אויפן פארשלאג פון דער הויפט רב טענענבוים [הגה"ק המסעות משה זי"ע] איז געגרינדעט געװארן א פאנד צו בײשטײערן א הויז אין דער סלאװאקישע כולל אין ירושלים, װאס זאל געבויט װערן אויפן נאמען פון פרעזידענט מאסאריק.
דער געדאנק איז געווארן ברייט אפלאדירט, און עס איז צום האפן אז אלע קהילות וועלן ביישטייערן צו דעם צוועק.
אטעטשמענטס
2635094.jpg-02.jpeg
2635094.jpg-02.jpeg (115.78 KiB) געזען 163 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הארזים האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 10:25 pm
לפי ידיעתי איז ר' משה הכהן דרעזדנער שו"ב געווען א שטיק צייט שוחט אין מילדוי.
ווייסט איינער מער פרטים דערוועגען?
נאכן קריג ווען רביה"ק מסאטמאר איז אנגעקומען אין ארה"ק האט ער בשעת'ן שלום נעמען פארציילט פאר הגה"צ ממילדוי זצ"ל - וואס איז געווען אין ארץ ישראל בשעת'ן קריג - אז דריי שוחטים פון מילדוי זענען ניצול געווארן פונעם קריג.

די מילדויער רב זצ"ל האט באווינדערט וויאזוי די רבי האט פונקטליך געהאלטן חשבון.

די דריי שוחטים זענען:
הרה"ח ר' משה דרעזדנער הנ''ל.
הרה"ח ר' אייזיק ווייס ז''ל האט קינדער אין בארא פארק.
הרה"ח ר' דוד פעלבערבוים מסקווירא ז''ל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איז דאס דער רבי דוד הנ''ל?

@dovidal
אטעטשמענטס
82412.jpeg
82412.jpeg (25.72 KiB) געזען 139 מאל
82413.jpeg
82413.jpeg (35.05 KiB) געזען 139 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

מציבת רבי אייזיק ווייס
אטעטשמענטס
רבי אייזיק ווייס.png
רבי אייזיק ווייס.png (196.56 KiB) געזען 133 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:50 pm
איז דאס דער רבי דוד הנ''ל?

@dovidal
יא
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

dovidal האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 11:01 am
הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:50 pm
איז דאס דער רבי דוד הנ''ל?

@dovidal
יא
איר האט עפעס מער אינפערמאציע איבער זיין אמט אלץ שוחט? און בכלל איבער אים?

הארזים האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 11:19 am

אודאי ער האט א שיינע משפחה פון בנים בני בנים חסידים ואנשי מעשה
וואס פונקטליך ווילט איר וויסען
האמיר אים גוט געקענט
תלמיד נאמן להאור מלא מקאסן וכתב תורותיו והדפיסם

dovidal האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:07 pm
הארזים האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 11:19 am
dovidal האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 11:01 am
הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:50 pm
איז דאס דער רבי דוד הנ''ל?

@dovidal
יא
איר האט עפעס מער אינפערמאציע איבער זיין אמט אלץ שוחט? און בכלל איבער אים?
אודאי ער האט א שיינע משפחה פון בנים בני בנים חסידים ואנשי מעשה
וואס פונקטליך ווילט איר וויסען
האמיר אים גוט געקענט
תלמיד נאמן להאור מלא מקאסן וכתב תורותיו והדפיסם
אויב איז שייך צו וויסען ווען ער איז געווען שוחט אין מילדוי, וכו'.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

ווען איז נפטר געווארן רבי שאול גאלדשטיין הנ"ל דער רב אין מילדוי?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

שה אחד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:48 am
ווען איז נפטר געווארן רבי שאול גאלדשטיין הנ"ל דער רב אין מילדוי?
וואו דארף ער צו ליגן?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: היסטאריע, משפחות, רבנים, פון מילדוי - סעפשי (סלאוואקיי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

הארזים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:40 pm
שה אחד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 11:48 am
ווען איז נפטר געווארן רבי שאול גאלדשטיין הנ"ל דער רב אין מילדוי?
וואו דארף ער צו ליגן?
בפשטות אין מילדוי. ווען איז די ערשטע מצבה דארט?
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”