זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איינע פון די ספרים וועלכע איך האב אן עקסטערע הנאה צו לערנען, איז דברי מאיר- תורות פון רבי מאיר מפרעמישלאן.
די שפראך זיינעם, די געדאנקן זיינע איז דאך מתוק מדבש.

ער האט נישט קיין שום פראבלעם אריינצושניידן ווי מ'דארף. אמאל אין עשירים, אמאל אין ארעמעלייט, און אמאל אין רבנים. הכל לפי הרוח והזמן.

האב איך אזוי געטראכט אז משום לא ימנע טוב, לאמיר עפענען אן אשכול און נאכברענגען אי"ה ווען איך ( און ענק אויך ביטע, אונז אלע) טרעפן עפעס מתוק מדבש בשמו.

פאריגע וואך אין די סדרה: וַיֹּ֣אמֶר לָהֶ֗ם כֹּֽה־אָמַ֤ר ה' אֱלֹקי יִשְׂרָאֵ֔ל שִׂ֥ימוּ אִישׁ־חַרְבּ֖וֹ עַל־יְרֵכ֑וֹ עִבְר֨וּ וָשׁ֜וּבוּ מִשַּׁ֤עַר לָשַׁ֙עַר֙ בַּֽמַּחֲנֶ֔ה וְהִרְג֧וּ אִֽישׁ־אֶת־אָחִ֛יו וְאִ֥ישׁ אֶת־רֵעֵ֖הוּ וְאִ֥ישׁ אֶת־קְרֹבֽוֹ׃
קומט דער תרגום און שרייבט אזוי: וַאֲמַר לְהוֹן, כִּדְנָן אֲמַר ה' אֱלָקא דְּיִשְׂרָאֵל, שַׁוּוֹ גְּבַרחַרְבֵּיהּ, עַל יִרְכֵּיהּ; עֵיבַרוּ וְתוּבוּ מִתְּרַע לִתְרַע, בְּמַשְׁרִיתָא, וּקְטוּלוּ גְּבַריָת אֲחוּהִי וּגְבַר יָת חַבְרֵיהּ, וַאֲנָשׁיָת קָרִיבֵיהּ.

פארוואס שטייט ביי די ערשטע צוויי גבר און נאר ביי קריביה שטייט אנוש?

ווייל גבר איז א לשון פון גבורה, מ'דארף בכלל נישט קיין גבורה זיך צו קריגן מיט'ן אייגענעם ברודער...
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

תמים תהיה עם ה' אלוקיך.

מ'דארף בלייבן מיט די זעלבע תמימות סיי ווען עס איז רחמים (שם י' ק' ו' ק') און סיי ווען עס איז דין (שם אלוקים)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין.

שם בן נח איז נאך געווען א ריש הישיבה נאך אין די דורות איידער אברהם אבינו, און ער איז געווען צוגעוואוינט צו איין זאך - תורה תורה און נאכאמאל תורה. נאר דאס האלט א מענטש, און נאר אזוי קען מען זיין א מענטש.

אינמיטן הערט ער אז עס איז דא א נייע רבי, וואס הייסט אברהם. וואס פירט זיך נייע מהלכים. ער פירט טיש, ער טיילט שיריים, ער גיבט צו עסן פאר אידן. שם בן נח האט נישט געקענט פארשטיין, אזוי קען מען דינען דעם אייבערשטער? עס איז אים זייער נישט געפאלן.

ביז ער האט געטראפן אברהם אבינו, און ער זעהט פאר זיך א איד וועלכע איז א שטיק רוחניות און א שטיק פייער פארן אייבערשטער. שם האט גראד אנערקענט אז מ'קען אויך אזוי דינען דעם אייבערשטער.

האט ער שנעל געהייסן "הוציא לחם ויין", ער האט אויך גענומען פירן טיש און מקרב זיין די אידן אזוי
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אנכי מגן לך.

אברהם אבינו האט דאך געוואלט אז אלע געסט זאלן עסן רואיג און באקוועם ביי אים. אבער ווען דער מכניס אורח עסט נישט מיט, איז נישט אזוי בא'טעמ'ט מיט צו עסן. במילא האט אאע"ה זיך מיטגעזעצט עסן מיט יעדע גאסט פון פריש.

האט דער אייבערשטער אנגעוואונטשן פאר אברהם אבינו אנכי מגן לך - איך וועל דיר געבן א גוטע מאגן אז עס זאל דיר נישט שאטן און דו זאלסט קענען מיטעסן מיט יעדעם.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ויהי הם מריקים שקיהם והנה איש צרור כספו בידו.

עס איז דא מענטשן וועלכע זיצן מיט א שק בתענית און מאכן זיך פאר גרויסע בעלי מדריגה. איינמאהל מ'טוט זיי אויס דעם שק (והנה הם מריקים שקיהם), זעהט מען אז זיי טוהן עס נאר פאר אפאר גראשן (והנה איש צרור כספו בידו)..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו.

דאס קונץ איז נישט צו בויען איין קינד אויפן חשבון פונעם צווייטן. ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו - פון זיך אליינס, און נישט אויפן ברודערס חשבון.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

וימררו את חייהם בעבודה קשה בחומר ובלבנים.

די שווערסטע עבודה איז פאר א מענטש וועלכע איז נאך משוקע בחומר, אבער ער גייט שוין מיט ווייסע בעקיטשעס (בלבנים..)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

תבן אין נתן לעבדיך ולבנים אומרים לנו עשו

תבן - שכל (מלשון תבונה)
אין נתן לעבדיך

אבער

ולבנים - און ווייסע בעקיטשעס
אומרים לנו עשו - הייסט ער אונז שוין אים מאכן
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

כי מרדכי היהודי משנה למלך אחשורוש וגדול ליהודים ורצוי לרב אחיו.

דער המון עם האט אייביג ווייטער געהאט טענות אויף מרדכי'ן, נאר די רבנים האבן אים פארשטאנען. און דאס איז פשט ורצוי לרב אחיו - און ער איז געווען מרוצה פאר זיינע ברודער די רבנים.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ואמלא אותו רוח אלוקים בחכמה.

דעם רוח אלוקים קען נישט קומען צו א נער, דאס קען נאר קומען צוזאמען מיט חכמה.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

לעיני כל ישראל - סוף התורה.

אויב א מענטש האט אינזינען אז אנדערע אידן זאלן אים זעהן ווי אזוי ער דאווענט און ער לערנט, דאס איז די סוף התורה..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אדם ביקר ולא יבין נמשל כבהמות נדמו.

אדם ביקר - אויב גיבט מען כבוד פאר א מענטש (מלשון יקר)
ולא יבין - און ער קלערט נישט אריין
נמשל - אז דאס אלעס איז נאר א דמיון, א משל
כבהמות נדמו - ער איז גלייך צו א בהמה
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ולרשע אמר מה לך לספר חקי ותשא בריתי עלי פיך.

ווען א מענטש קומט ארויף אינגאנצן אפגעגאלט אנעם דיוקנא קדישא, און מ'פרעגט אים צו ביסט א איד? זאגט ער אוודאי, איך בין דאך גע'מל'ט.

דאס איז פשט, ולרשע אמר מה לך לספר חקי (ספר מלשון להסתפר) - און פארן רשע פרעגט מען פארוואס דארפסטו דיר אפשניידן די בארד
ותשא בריתי עלי פיך - און דו וועסט דארפן ניצן דעם ברית מילה אלס עדות בפיך אז דו ביסט א איד
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קדקד שער מתהלך באשמיו (תהלים סח)

קדקד - אויב א מענטש האט אויפן קאפ
שער מתהלך - לאנגע האר וואס שפאצירט שוין ארום (א טשופיק)
באשמיו - דער האט עבירות אינטער זיך.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

וירא בלק בן ציפור

וירא בלק (=בא לאק) - ס'קומט איינער צו גיין א פרומער מיט גרויסע לאנגע לאקן
בן - האט מאיר'ל פארשטאנען
ציפור - ער איז יענץ פויגל
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

כי ימוך אחיך ומטה ידו עמך והחזקת בו

כי ימוך אחיך - אז דיין ברודער ווערט פאר'מוח'ט
ומטה ידו עמך - און ער מאכט מיט די הענט
והחזקת בו - זאלסטו חוזק מאכן פון אים
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

הללוהו בסוף ומחול
דאנקטס אים, ווייל צום סוף וועט ער מוחל זיין.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

שמעתי מכ"ק אדמו"ר מפיצבורג זצוקללה"ה
דער זיידע רבי מאירל פרומישלאנער האט געזאגט:
שיניים אז דע ציין טיט וויי אוחזים בטלית קוק איבער דיינע ציצית אויב עס איז כשר
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4268
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א איד האט זיך אויס גערעדט צו הרה״ק מפרעמישלאן אז ער מוטשעט זיך מיט קשיות אויף די אמונה, האט איהם ר׳ מאיר׳ל געזאגט, מזאגט אין די אקדמות ״בברי דברי וטרי עדי לקששותא״ האט ער געטייטשט אזוי,

בברי דברי וטרי- דער אויבערשטער האט באשאפן און פירט די וועלט, עדי לקששותא- מיט אלע קשיות.

הרה׳צ יעקב מאיר שעכטער שליטא איז מסביר די ווארט, אז א איד דארף וויסן אז קשיות איז אויך פונעם אויבערשטן, דער אויבערשטער האט אלעס באשאפן, נאר מדארף זיך נישט צוטוען מאכן פון די קשיות, וויסן אז מפארשטייט נישט און גיין ווייטער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

דרשו ד’ ווי אזוי (ועזו) בקשו פניו תמיד
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

תפילה - אויב דו וועסט דאווענען
עושה - צו דער וואס האט דיר באשעפען
מחצה - דאס העלפט
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דער אייבערשטער האט א גרויסע זאק אנגעפילט מיט עזות פנימ'ער. ער האט אנגעטיילט פאר יעדע דור עס זאל זיין עטליכע מחוצפים.
אבער אזוי ווי עס גייט זיין זכו און אחישנה, דארף מען שנעל אויסליידיגן די זאק פאר משיח קומט. דעריבער איז דא היינטיגע צייטן (בימיו) אזוי סאך עזות פנימ'ער..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דריי זאכן לערן איך זיך פון א קליין קינד.
1 - ווען ער דארף עפעס, וויינט ער
2 - ער וויינט ביז ווילאנג מגיבט אים דאס וואס ער וויל
3 - ער לאזט זיך שנעל איבערבעטן
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ובגדיו יהיו פרומים - די מענטש'ס בגידות געבן זיך ארויס בצורת פרומקייטן...
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ווער עס רייכערט נישט, אדער ער שמעקט נישט, און ער טרינקט אויך נישט - איז אן אילן סרק.
(וואסדשע לעבסטו אויב נישט מהנה זיין א צווייטן?)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”