זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

א יהודי ווערט אנגערופן א י'.
ווייל אויב נעמט מען אראפ אביסל, ווערט עס סתם א פלעק.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יאה עניותא לישראל כי ברזא סומקא לסוסיא חיורא.
ווי לייגט מען דעם בענדל אויפן פערד'לס האלץ? נאר אויפן גאס, אין שטאל האט ער דאס נישט.
א איד דארף זיך מאכן ארעם אינדרויסן אין גאס, אבער אינדערהיים זאל ער האבן א גרויסע עשירות.

יאה עניותא לישראל:
א שיין ארימקייט דארף אידן האבן. א האזיל, אביסל פעלדער, אפאר בהמות'לעך, און אפאר ריינוש. אבער אויב האט דער דאס נישט, איז דאך דאס א מיאוס'ע ארעמקייט. א איד דארף האבן א שיינע ארעמעקייט.

יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

תגובה דורך יוסף בנימין »

איינער איז געקומען בעטן א ברכה אויף פרנסה האט רבי מאירל געהייסן ער זאל עפענען א ברענעריי און פארקויפן ברוינפן

האט ער געטייטשט עשה לך שרף מאך א ברענעריי ושים אותו על נס הענג א גרויסע סיין אויפן טיר דא איז די ברענעריי
והיה כל נשוך יעדער וואס דארף אביסל צובייס וראה אותו וועט זעהן די סיין וחיה וועסטו האבן צום לעבן
לעצט פארראכטן דורך יוסף בנימין אום מיטוואך מארטש 13, 2024 12:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

צרטפה אמרתך מאוד די תורה איז בעסער ווי גאלד
אבער עבדך אהבה מאירל האט עס ליעב
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:28 am
ווער עס רייכערט נישט, אדער ער שמעקט נישט, און ער טרינקט אויך נישט - איז אן אילן סרק.
(וואסדשע לעבסטו אויב נישט מהנה זיין א צווייטן?)
די איינגערינגלטע איז דיין אייגענע הערה, איא?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

עוד יזכור לנו האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 12:15 pm
דרשו ד’ ווי אזוי (ועזו) בקשו פניו תמיד
אההה… אזא הייליג ווארט, מורא׳דיג!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

אחד חכם ואחד רשע, פארוואס נישט ואחד טיפש.
ווייל די חכם וויל ענדערש זיין לעבן א רשע ווי לעבן א טיפש.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:44 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:28 am
ווער עס רייכערט נישט, אדער ער שמעקט נישט, און ער טרינקט אויך נישט - איז אן אילן סרק.
(וואסדשע לעבסטו אויב נישט מהנה זיין א צווייטן?)
די איינגערינגלטע איז דיין אייגענע הערה, איא?
אוודאי געוויס
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

יוסף בנימין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:44 am
צרטפה אמרתך מאוד די תורה איז בעסער ווי גאלד
אבער עבדך אהבה מאירל האט עס ליעב
ואני שמעתי, צרופה אמרתך מאד - די תורה קאסט אסאך געלט (מל' כסף צרוף), תפילין, ד' מינים וכו'...
ועבדך אהבה - פארדעם האט מאיר'ל ליב געלט.

געווען אמאל א איד וואס איז געקומען בעטן א ברכה פאר זש"ק.

האט אים ר' מאיר פרמישלאנער געהייסן אים מאכן א זיידענע הימל-בעט.

האט ער מסביר געווען לויט די ווערטער פון אסדר לסעודתא -

ואלין מלי"א יהון לרקיעי"א, זאלסט מיר מאכן א הימל בעט פון זייד.
ותמן מאן שריא, וועט מאיר'ל דארט ליגן, הלא ההוא שמש"א, וועט יענער האבן א זו"ן!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 8:35 am
יוסף בנימין האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:44 am
צרטפה אמרתך מאוד די תורה איז בעסער ווי גאלד
אבער עבדך אהבה מאירל האט עס ליעב
ואני שמעתי, צרופה אמרתך מאד - די תורה קאסט אסאך געלט (מל' כסף צרוף), תפילין, ד' מינים וכו'...
ועבדך אהבה - פארדעם האט מאיר'ל ליב געלט.
כידוע אזוי ווי ער האט געזאגט: אז דו קוועטשט אויס אידישע תפילות וועסטו זעהן אז עס אלעס פאר געלט. אבער ווען דו קוועטשט אויס אידישע געלט וועסטו זעהן אז אלעס איז פאר תורה.

און איך האב אמאל געהערט א ווערטל מיט דעם, אז דאס איז פשט:
ועצר את השמים, אז דו וועסט אויסקוועטשן די תפילות לשמים.
ולא יהיה וועסטו זעהן אז די גאנצע זאך איז נישט, אלא בשביל,
מטר - מטרונתא למלך, צו זיין נאנט צום קעניג.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 12:40 am
יאה עניותא לישראל כי ברזא סומקא לסוסיא חיורא.
ווי לייגט מען דעם בענדל אויפן פערד'לס האלץ? נאר אויפן גאס, אין שטאל האט ער דאס נישט.
א איד דארף זיך מאכן ארעם אינדרויסן אין גאס, אבער אינדערהיים זאל ער האבן א גרויסע עשירות.

יאה עניותא לישראל:
א שיין ארימקייט דארף אידן האבן. א האזיל, אביסל פעלדער, אפאר בהמות'לעך, און אפאר ריינוש. אבער אויב האט דער דאס נישט, איז דאך דאס א מיאוס'ע ארעמקייט. א איד דארף האבן א שיינע ארעמעקייט.
רבי מרדכי מנדבורנה האט געטיישט מיט דעם מהלך:
הא לחמא עניא - דאס שיינעם ארעמען ברויט (יאה עניותא וכו')
די אכלו אבתהנא - אונזערע עלטערן האבן שוין גענוג געגעסן פון דעם. מיר דארפן יא עשירות..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

רבי מאיר מפרעמישלאן האט אמאל געזאגט:
ה' ילחם לכם, דער אייבערשטער וועט ענק שוין געבן פרנסה (מלשון לחם),
ואתם תחרישין - עטץ זאלסט נאר גיין ארבעטן (אקערן).
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
יוד
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 10:49 pm
איינע פון די ספרים וועלכע איך האב אן עקסטערע הנאה צו לערנען, איז דברי מאיר- תורות פון רבי מאיר מפרעמישלאן.
די שפראך זיינעם, די געדאנקן זיינע איז דאך מתוק מדבש.

ער האט נישט קיין שום פראבלעם אריינצושניידן ווי מ'דארף. אמאל אין עשירים, אמאל אין ארעמעלייט, און אמאל אין רבנים. הכל לפי הרוח והזמן.

האב איך אזוי געטראכט אז משום לא ימנע טוב, לאמיר עפענען אן אשכול און נאכברענגען אי"ה ווען איך ( און ענק אויך ביטע, אונז אלע) טרעפן עפעס מתוק מדבש בשמו.

פאריגע וואך אין די סדרה: וַיֹּ֣אמֶר לָהֶ֗ם כֹּֽה־אָמַ֤ר ה' אֱלֹקי יִשְׂרָאֵ֔ל שִׂ֥ימוּ אִישׁ־חַרְבּ֖וֹ עַל־יְרֵכ֑וֹ עִבְר֨וּ וָשׁ֜וּבוּ מִשַּׁ֤עַר לָשַׁ֙עַר֙ בַּֽמַּחֲנֶ֔ה וְהִרְג֧וּ אִֽישׁ־אֶת־אָחִ֛יו וְאִ֥ישׁ אֶת־רֵעֵ֖הוּ וְאִ֥ישׁ אֶת־קְרֹבֽוֹ׃
קומט דער תרגום און שרייבט אזוי: וַאֲמַר לְהוֹן, כִּדְנָן אֲמַר ה' אֱלָקא דְּיִשְׂרָאֵל, שַׁוּוֹ גְּבַרחַרְבֵּיהּ, עַל יִרְכֵּיהּ; עֵיבַרוּ וְתוּבוּ מִתְּרַע לִתְרַע, בְּמַשְׁרִיתָא, וּקְטוּלוּ גְּבַריָת אֲחוּהִי וּגְבַר יָת חַבְרֵיהּ, וַאֲנָשׁיָת קָרִיבֵיהּ.

פארוואס שטייט ביי די ערשטע צוויי גבר און נאר ביי קריביה שטייט אנוש?

ווייל גבר איז א לשון פון גבורה, מ'דארף בכלל נישט קיין גבורה זיך צו קריגן מיט'ן אייגענעם ברודער...
זעהט אויס ווי אן אינטערסאנטע אשכול ישר כוח!

איך האב נישט פארשטאנען, ביי הרגו איש את אחיו, טייטשט יא די תרגום גבר?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יוד האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:15 pm

יישר כוח!

ביי אישחרבו, שרייבט דער תרגום גבר
ביי אישאת אחיו - שרייבט דער תרגום גבר
ביי אישאת רעהו - שרייבט דער תרגום גבר
ביי אישאת קרובו - שרייבט דער תרגום אנש

זאגט ר' מאיר'ל, צו הרגנען איינער וואס דיינס א קרוב איז נישט קיין גבורה. איך האב געשריבן ברודער אין מיין תגובה, דארף צו שטיין קרוב.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

זה דור - די היינטיגע דור
דורשיו - איז א פאלשע דור (מלשון דור שווא)
מבקשי פניך - אפילו די וואס זענען שוין ערליכע אידן
יעקב סלה - האלטן ביי די זיך דאס געלט און גיבן נישט קיין צדקה (מלשון יעכב סלע)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: זיסע טייטשטן און ווערטלעך פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שגר אלפיך- שיק דיינע טויזענטער
ועשתרות צאנך - און מאך רייך דיינע שעפעלעך
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”