נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

אויפגעשטאנען בין איך אזויווי יעדען טאג, געמאכט מיין קאווע פרייליכערהייט נישט וויסענדיג וואס ווארט מיך אפ, ארויס פון דערהיים מיטן קישן אויפן פנים ווי מען רופט עס, אין געלאפן אין ביסמעדריש כאפן מיין ניין אזייגער מנין, אפגענדיגט דאווענען און ארויס פון שול מיט מיין רעקל וואס איין ערמיל איז נאך אינדרויסן דערפון.
"וואס איז דא היינט אויפן טיש" פרעג איך געשמאקערהייט מיין באלעבאס, א ענטפער האב איך באקומען א שוואכע מיט היבש ערעטאט אבער שוין ווי פלעגט מיין כתה ד' רבי זאגן כבלו כך פלטו א שלינג אראפ און געגאנגען ווייטער.
"מאיר די באלאבאס רופט דיך" כ'ווייס נישט פארוואס אבער איך האב שוין געפילט אז "עפעס קומט",
אריין אין זיין אזויגערופענע מעכטיגע אפיס, ער זיצט שוין מיט'ן פעדער אין האקט אויפן טיש פאר אנגעצויגענקייט,
מאיר זאגט ער מיט א נידריגע שטומע "ווי די זעסט מאכט די ביזנעס נישט צופיל געלט אין כ'האב נישט קיין געלט צו צאלן אזויפיל ארבייטער, איך וועל דיר מוזן אוועקשיקן ביז אפאר טעג" פון גרויס רחמנות קוקט ער מיר נישט אין פנים, נא שוין וואס האב איך אים צוזאגן אויב נישט בסדר, איך גיי ח"ו נישט מאכן קיין פנים ווי ס'גייט מיך אן אדרבא יעדער רייסט זיך פאר מיר, אבער שטילערהייט ווייס איך גאנצגוט אז כ'קען מיך יעצט ארום דרייען נא ונד פאר א שיינע וויילע...

יעצט וואס וויל איך פון אייך מיינע טייערע פריינד פון איי וועלט?
איז אזוי כ'וויל וויסן צו כ'דארף מיך פילן באפאטשט אין ווערן וועלט'ס רחמנות אדער ס'איז בכלל נישט מיין שילד בעצם בין איך א גוטע ארבייטער אבער וואס בין איך שלומזל שולדיג אז איך קום נאר אן צו א אזעלכע פלעצער וואס אלעס גייט לינקס???
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

מיין הארץ איז מיט דיר מיין פריינט, איין זאך קען איך דיר זאגן פון עקספיריענס מיין גרעסטע ישועה איז געווען אז מיין געוועזענער באלעבאס האט מיר פארשיקט, אבער בשעת מעשה בין איך געווען שרעקליך פארלוירן און ברוך השם גענומען חיזוק פון ידידים.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

המקום ימלא חסרונך.

אפשר קענען מיר דער העלפן.

וואס איז דיין אומנות? וואו וואוינסטו?

ענפער נאר אויב דו האלטס אז עס איז א תועלת.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ירידה לצורך עליה.

ס'האט גארנישט מיט דיר, ס'פאסירט ליידער אפט אין די לעצטע יאר צייט.
אסאך ביזנעסער סראגלן שטארק, יעדער זוכט צו שפארן געלט, און דימענד פאר ארבעטער איז גאר שטארק געפאלן.

אויב ביזטו א גוטע ארבעטער וועסטו בעזר השם גאר שנעל טרעפן א נייע ארבעט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 8:47 am
ירידה לצורך עליה.

ס'האט גארנישט מיט דיר, ס'פאסירט ליידער אפט אין די לעצטע יאר צייט.
אסאך ביזנעסער סראגלן שטארק, יעדער זוכט צו שפארן געלט, און דימענד פאר ארבעטער איז גאר שטארק געפאלן.

אויב ביזטו א גוטע ארבעטער וועסטו בעזר השם גאר שנעל טרעפן א נייע ארבעט.
יא. ארבעטערס פליען היינט ווי ראקטען ווייל די ביידען עקאנאמיע ראקט.

סיריעסלי, סמיינט באמת גארנישט אין די יעצטיגע עקאנאמיע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

א. עס איז נישט אזוי פשוט
ב. חזק חזק ונתחזק
ג. זאג הערליך פרשת המן ותבקש ממי שמפתח הפרנסה בידו
ד. וקרובה ישועתך לבוא. אמן
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3514
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אוטש!
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

[quote=צביירושלים post_id=4968893 time=1710079211 user_id=14503]
א. עס איז נישט אזוי פשוט
ב. חזק חזק ונתחזק
ג. זאג הערליך פרשת המן ותבקש ממי שמפתח הפרנסה בידו
ד. וקרובה ישועתך לבוא. אמן
[/quote]

א גוט מארגן יודן א שווערע נאכט געווען פאר מיר, ס'איז נישט גרונג צו ליגן אין בעט מיט די אלע רוישיגע מחשבות, ב"ה היינט איז זינטאג סא אויב די זעיסט מיך היינט אין שול צוועליווע מיינט גארנישט, אבער וואס וועט זיין מארגן? אהיימגיין גיי איך נישט וויל איך נישט כ'גיי נישט זיין דעי שוואכע פארלוירענע מאן, ווייטער בלייבן אין שול?
האט טעך אויך נישט קיין פנים, סא וואסטימער מארגן?!?!
שוין די אייבישטער וועט שוין העלפן!

נ.ב. אויב איינער האט מיר א עצה זאל פליז קומען אין אישי.
יישר כח למפרע!
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

א גוט חודש,

אויב האסטו גארנישט אנדערש ממילא, אפשר איז א מהלך (בשעתן זוכן עפעס אינדערזייט) צו אפפכרן פארן אלטן בעה"ב אז דו ביזט מסכים ווייטער אריינצוקעמען לעת עתה און מקען זען נאך א תקופה צו סמאכט זיך עפעס?
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

טייערע חבר,

ראשית כל, יישר כח פארן ארויפקומען מיט דיין לאגע און אזא צייט ווען עס איז בכלל נישט קיין אומדערהערטע זאך און אסאך יונגעלייט זענען שוין אין אזא סיטועשין אדער פילן זיי די לופט אין אפיס אז די "ביזנעס מאכט נישט גענוג געלט" און זיי רישן זיך צו נעמען די בייטל און ווערן אהיימגעשיקט, קען עס געבן חיזוק פאר אנדערע.

אלס איינער וואס קען די מסכתא וויל איך דיר שרייבן אפאר נקודות:

1) ווי שוין דערמאנט, מיר קענען אסאך סוקסעספולע ביזנעס לייט וואס די הייליגער באשעפער האט זיי אריין געצווינגען צו עפענען א ביזנעס דורכ'ן באקומען א פינק סליפ פון זייער 'גיטע' דזשאב. איז האלט אפען די אויגן פאר א בעסערע עתיד.

2) מאך זיכער אנצוהאלטן דיין סדר היום פונקט ווי ביז היינט, גיי באצייטענס אוועק צופרי פונדערהיים און קום אהיים די זעלבע צייט. לאז נישט נאך פון גארנישט.

בדר"כ ברויך זי דיר נישט אינטער די פוס ביז אווענט. ס'איז כדאי צו בעטן א חבר וואס האט אן איבעריגער דעסק ביי זיך דיר צו אריין נעמען פאר אביסל, און דערווייל זוכן דיין נייע מיטל פון השתדלות.

3) האב נישט קיין מורא צו זאגן פאר מענטשן אז די זוכסט פרנסה. (די טעג איז עס בכלל אסאך גרינגער, ווייל כמעט יעדע אינדוסטרי איז יעצט אביסל טייט און יעדער ווען פארשטיין אז ס'איז נישט דיין שילד נאר פשוט די מצב אין דער גאס)די קענסט קיינמאל נישט וויסן ווער ס'וועט זיין די שליח דיר צו אנטראגן א ביזנעס / ארבייט.

4) יעדער ווייסט אז ס'קומט פורים און פסח, זיי אפען מיט דיין ב"ב איבער די מצב אין די אקאונט, מאך זיכער אז מען קויפט ווייטער אלעס וואס מען דארףאבער נישט אלעס וואס מ'וויל.

5) עס איז באקאנט אז איינע פון די תלמידי בעל שם האבן געזאגט נאכן געהאלפן ווערן פון א צרה אין שטוב, אז ס'בענקט זיך עהם די טעם אין דאווענען און דביקות צום רבוש"ע וואס ער האט געהאט אין יענע תקופה בעת צר.

לענינינו, אלס אן ארבייטער ביי יענעם און אלס בעל הבית פון א גע'סעטלטע ביזנעס (אויב דא אזא זאך) איז דא א געוויסע יצר הרע וואס גיבט די געפיל "פרנסה איז מסודר" אדער "איך בין גע'סעטלט" און עס האט אן השפעה אויף די עבודת התפילה ביים בעטן אויף פרנסה.

איז יעצט אין די "בין הזמנים" נוץ אויס די זמן אויף צו שטארקן דיין תפילה, אמונה און בטחון. והבוטח בה' חסד יסובבנו
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

געבורטסטאג האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 1:09 pm
א גוט חודש,

אויב האסטו גארנישט אנדערש ממילא, אפשר איז א מהלך (בשעתן זוכן עפעס אינדערזייט) צו אפפכרן פארן אלטן בעה"ב אז דו ביזט מסכים ווייטער אריינצוקעמען לעת עתה און מקען זען נאך א תקופה צו סמאכט זיך עפעס?
@FDR
א גוטע נקודה, אויב דו קענסט דאס ארלעדיגן ביי עהם.
די וועסט אויפטוהן (1) די וועסט האבן ווי צו זיין א גאנצ'ן טאג, ווי אויבן געשריבן (2) זיך צו האלטן גוט מיט עהם און מיט די אלטע חברים, וואס קענען דיינע כשרונות און וועלן דיר גרינגער קענען העלפן.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

IMG-20240310-WA0032.jpg
IMG-20240310-WA0032.jpg (46.75 KiB) געזען 2235 מאל
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע:אויפען בענקעל

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

די וויכטיגסטע זאך איז צו האבען א נארמאלע schedule
קענסט אפילו דינגען א קיאביקל פאר א חודש,
מאך דיך גאולס יעדען אינדערפרי,
למשל רופען 2 מענטשען, וועגען א דזשאב, קעיר נעמען פון עפעס וואס די ביסט קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו
פיקסען דיין רעזומיע וכו,
אין מאך זיכער צו accomplishen די זעלבע טאג,
עס וועט דיר געבען אסאך חיזוק און מאראל.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6612
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך בין עס קיינמאל נישט אדורך אבער איך ווייס פון נאנטע ווי שווער די דורכגאנג איז.

דער אייבערשטער וועט דיר זיכער העלפן מיט פרנסה בריווח ובניקל, בקרוב ממש! זיי שטארק און שטאלץ! ח״ו נישט ווערן צוקלאפט אדער פילן נוצלאז. האלט שטארק א געזונטע סדר היום, דו וועסט זעהן, בלי ספק, אז דו וועסט נאר ארויסקומען שטערקער דערפון
אני הוא הנער, נער המדבר
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

נאך א שטארקע נקודה וואס איך האף עס וועט קלאר ארויסקומען. אל תבטחו ברעקרויטערס! זיי פרובירן זייער בעסטע, אבער ליידער ווייס איך פון עטליכע געלונגענע יונגעלייט, און איך בין דאס אויך אדורך, וואס זיצן און ווארטן בכליון עינים אויפן רעקרויטער זאל זיי צוריקרופן, און ביז דערווייל לויפן ליידער אדורך טעג, וואכן, און חדשים. די בעסטע דזשאבס הערט מען פון חברים וידידים, עס איז טאקע ביטער שווער אבער עס ארבעט. און אזוי ווי עס איז שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט געווארן, עס איז בכלל נישט קיין בושה. די היינטיגע דזשאב מארקעט איז שוואך, און איך קען עטליכע גאר געלונגענע יונגעלייט וואס זוכן מיט לעכט .חזק ואמץ און דער אייבירשטער וועט זיכער העלפן.
דיסקלעימער: איך מיין חס וחלילה נישט אראפצורייסן די רעקרויטערס, איך בין זיכער זיי פרובירן זייער בעסט, און טייל ווילן באמת פשוט העלפן אידן. איך רעדט פון א ווייטאגליכע מציאות ביי גאר אסאך רעקרויטערס, און טייל וועלן אפילו נישט באדערן צוריקצוענטפערן אן אימעיל.

ומפרסמין עושי מצוה!
ClickToTalent האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 3:28 pm
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

דורך געגאנגען מער ווי איין מאל,

געטרייט צו ווערן א חסד מעמבער צו זיין פארנומען משך טאג למעשה האבן זיי געוואלט כזאל האבן א אייגענע קאר האט זיך עס נישט אויסגעארבעט.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

עס איז זייער א שווערע דורכגאנג, אפאר נקידות למחשבה, אויב עס מאכט סענס פאר אייך פרובירט עס.

די ערשטע אין וויכטיגסטע, איר ווערט יעצט געפריווט מיט א נסיון אויף אייער כוחי ועוצם ידי, ווואס מיין איך מיט דעם ווען א מענטש האט א דזשאב אין באקומט זיין וועידזש, זייער אסאך מאל פאלט די מענטש אריין אין כוחי ועוצם ידי, איך בין א גוטע ארבעטער איך מאך א גוטע ארבעט איך בין ווערד דעי עמאנט, והאי לך ראי איך באקום דאס יעדע וואך. ליידער פארגעסט מען פונם רבושע.
ווען א מענטש טרעפט זיך אן א דזשאב רל, ווען ער איז אלעמאל געגאנגען מיט די מהלך פון כוחי ועצם ידי, איז דאס א זייער שווערע נסיון. ווייל ער זעט אז מיט זיין אלע טויגליכקייט זיצט ער אן א דזשאב אין בעט זיך ביי די ארימיגע ווי א נעבעך פאר א דזשאב, ער ווערט שרעקליך צובראכען ער פאנגט אן טראכטען אפשר איז ער נישט אזוי טויגליך, ווי אויך פאנגט ער אן זיין שרעקליך באזררגט ווי וועט ער קענען קאווירען דעם חודש.

תכלית מען דארף טושען דעם מהלך המחשבה, מען דארף זיך אינגאצען אריין לייגען אינם רבושע הענט,
איר זענט גארינטיט אז איר גייט קאווערען אייער חודש, פותח את ידיך ומשביעה לכל חי, איר זענט אויך אינם כלל, דאס איז די ערשטע זאך.

ווי אויך דרייט אייך נישט אינדערהיים, גייטס ארויס די זעלבע צייט יעדן טאג,
איי וואס זאלט איר טאן איבערן טאג דאס איז טאקע א גוטע קשיא לאמיר פרובירען.
איר ווילט דאך שטערקער ווערן פונם נסיון. איז אפאר נקידות
סתם אזוי זעמיר אזוי פאריאגט אז אינז קענען קוים אינזין האבן ביים דאווענען. פרויבירט צו אינזין האבן דאס דאווענן חוץ וואס איר זאלט בעטן אויף אייער הצטרכיותן, האטס אינזין א הודו מווערט דאך אזוי נאנט צום אויבירשטען ווען מדאנקט דעם רבושע. דאס אליינס וועט אייך געבן חיזוק אין איר וועט זען די רבושע איז מיט אייך אין לאזט אייך נישט איבער.
שרייבט אראפ פאר אייך יעדן טאג ווי אזוי די רבושע האט אייך געהלפען יענם טאג, צו ווי אזוי איר האט פארברענגט אייער טאג, צו ווי אזוי איינער האט אייך פונקט אנגעטראגען א דזשאב, צו ווי איר האט באקומען געלט, צו ווי גישמאק דאס דאווענען איז געווען וכו וכו.
דאס אראפ שרייבען וועט אייך דערמאנען אז די רבושע איז מיט דיר.
ווי אויך אוואדאי הערטס א שיעור אדער לערנסט יעדן טאג פאר איר פאנגט אן דעים טאג, שער הביטחון עס וועט אייך געבן א באסט פארן טאג איר וועט בלייבען פאזיטיווו איה.

איך ווינטש אייך איר זאלט אייך שנעל ארויס זען פון דעים מצב. אין איר זאלט אונז דא צוריק קומען זאגען די השגחה פרטיות,
אוועטאר
smarter
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:06 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smarter »

והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

FDR האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 3:38 am
אויפגעשטאנען בין איך אזויווי יעדען טאג, געמאכט מיין קאווע פרייליכערהייט נישט וויסענדיג וואס ווארט מיך אפ, ארויס פון דערהיים מיטן קישן אויפן פנים ווי מען רופט עס, אין געלאפן אין ביסמעדריש כאפן מיין ניין אזייגער מנין, אפגענדיגט דאווענען און ארויס פון שול מיט מיין רעקל וואס איין ערמיל איז נאך אינדרויסן דערפון.
"וואס איז דא היינט אויפן טיש" פרעג איך געשמאקערהייט מיין באלעבאס, א ענטפער האב איך באקומען א שוואכע מיט היבש ערעטאט אבער שוין ווי פלעגט מיין כתה ד' רבי זאגן כבלו כך פלטו א שלינג אראפ און געגאנגען ווייטער.
"מאיר די באלאבאס רופט דיך" כ'ווייס נישט פארוואס אבער איך האב שוין געפילט אז "עפעס קומט",
אריין אין זיין אזויגערופענע מעכטיגע אפיס, ער זיצט שוין מיט'ן פעדער אין האקט אויפן טיש פאר אנגעצויגענקייט,
מאיר זאגט ער מיט א נידריגע שטומע "ווי די זעסט מאכט די ביזנעס נישט צופיל געלט אין כ'האב נישט קיין געלט צו צאלן אזויפיל ארבייטער, איך וועל דיר מוזן אוועקשיקן ביז אפאר טעג" פון גרויס רחמנות קוקט ער מיר נישט אין פנים, נא שוין וואס האב איך אים צוזאגן אויב נישט בסדר, איך גיי ח"ו נישט מאכן קיין פנים ווי ס'גייט מיך אן אדרבא יעדער רייסט זיך פאר מיר, אבער שטילערהייט ווייס איך גאנצגוט אז כ'קען מיך יעצט ארום דרייען נא ונד פאר א שיינע וויילע...

יעצט וואס וויל איך פון אייך מיינע טייערע פריינד פון איי וועלט?
איז אזוי כ'וויל וויסן צו כ'דארף מיך פילן באפאטשט אין ווערן וועלט'ס רחמנות אדער ס'איז בכלל נישט מיין שילד בעצם בין איך א גוטע ארבייטער אבער וואס בין איך שלומזל שולדיג אז איך קום נאר אן צו א אזעלכע פלעצער וואס אלעס גייט לינקס???
ס׳ערשטע דריי דיך ארום מיט א שמייכל אפי א פאלטשע דער קומענדיגע בעלבאס דארף א גוטמוטיגע ארבעטער נישט קיין באבלאזענע
פארצייל נישט אין די קרעמלעך נעגעטעוויטי פון די אלטע ארבעט עס קען דיך צוריק קומען בייסן

גיי ארויס פון שטוב די זעלבע צייט ווי ביז אהער עס נישט פרישטיג אינדערהיים א דרימל וכו טוה עס בעסער אין שוהל
זאג פאר דיינע ארומיגע אז די זוכסט ארבעט קענסט אויך קוקן ביי די רעקרוטער אבער לייג נישט דארט די האו״פ
די לאקאלע צעטלען פאזיציע געווענדיליך ברענגט עס נישט די געוואוטשענע פאזיציע נאר דיפרעסיע אין קוקן יעדן טאג פרישע אנאנסן מיט יאוש
אויב עס איז שוין אריבער 6 חדשים קענסטו אפשר פיילן. Ua
די בעסטע איז אנצוהייבן שוין עפעס מצה בעקערי ;קאר סערוויס פאר מער אישי
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איינער האט דא דערמאנט א חסד מעמבער, יא! עס העלפט זייער אסאך, עס געט זייער א גוטע געפיל, און מען פאלט נישט אריין אינם שרעקליכן פראבלעם וואס הייסט צייט!
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

דער זן ומפרנס זאל דיר אודאי צושיקן זייער שנעל שפע והרחבה בנחת,
כ'האב געהאט אזא סיטואציע, ווארטנדיג א שיינע פאר וואכן, כ'האב דאן געקענט דאווענען אביסל לענגער, זיך (יא) געוואשן און געגעסן פת שחרית אינדערהיים און רואיג געבענטשט, אודאי מיט אסאך תפלה און השתדלות, מ'קען עס מעגליך נעמען ווי א שטיקל חוה"מ, (מעגליך מ'ברויך אביסל פאזיטיווע כח הדמיון).
הצלחה מרובה!
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

והמבין יבין האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 4:42 pm
FDR האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 3:38 am
אויפגעשטאנען בין איך אזויווי יעדען טאג, געמאכט מיין קאווע פרייליכערהייט נישט וויסענדיג וואס ווארט מיך אפ, ארויס פון דערהיים מיטן קישן אויפן פנים ווי מען רופט עס, אין געלאפן אין ביסמעדריש כאפן מיין ניין אזייגער מנין, אפגענדיגט דאווענען און ארויס פון שול מיט מיין רעקל וואס איין ערמיל איז נאך אינדרויסן דערפון.
"וואס איז דא היינט אויפן טיש" פרעג איך געשמאקערהייט מיין באלעבאס, א ענטפער האב איך באקומען א שוואכע מיט היבש ערעטאט אבער שוין ווי פלעגט מיין כתה ד' רבי זאגן כבלו כך פלטו א שלינג אראפ און געגאנגען ווייטער.
"מאיר די באלאבאס רופט דיך" כ'ווייס נישט פארוואס אבער איך האב שוין געפילט אז "עפעס קומט",
אריין אין זיין אזויגערופענע מעכטיגע אפיס, ער זיצט שוין מיט'ן פעדער אין האקט אויפן טיש פאר אנגעצויגענקייט,
מאיר זאגט ער מיט א נידריגע שטומע "ווי די זעסט מאכט די ביזנעס נישט צופיל געלט אין כ'האב נישט קיין געלט צו צאלן אזויפיל ארבייטער, איך וועל דיר מוזן אוועקשיקן ביז אפאר טעג" פון גרויס רחמנות קוקט ער מיר נישט אין פנים, נא שוין וואס האב איך אים צוזאגן אויב נישט בסדר, איך גיי ח"ו נישט מאכן קיין פנים ווי ס'גייט מיך אן אדרבא יעדער רייסט זיך פאר מיר, אבער שטילערהייט ווייס איך גאנצגוט אז כ'קען מיך יעצט ארום דרייען נא ונד פאר א שיינע וויילע...

יעצט וואס וויל איך פון אייך מיינע טייערע פריינד פון איי וועלט?
איז אזוי כ'וויל וויסן צו כ'דארף מיך פילן באפאטשט אין ווערן וועלט'ס רחמנות אדער ס'איז בכלל נישט מיין שילד בעצם בין איך א גוטע ארבייטער אבער וואס בין איך שלומזל שולדיג אז איך קום נאר אן צו א אזעלכע פלעצער וואס אלעס גייט לינקס???
ס׳ערשטע דריי דיך ארום מיט א שמייכל אפי א פאלטשע דער קומענדיגע בעלבאס דארף א גוטמוטיגע ארבעטער נישט קיין באבלאזענע
פארצייל נישט אין די קרעמלעך נעגעטעוויטי פון די אלטע ארבעט עס קען דיך צוריק קומען בייסן

גיי ארויס פון שטוב די זעלבע צייט ווי ביז אהער עס נישט פרישטיג אינדערהיים א דרימל וכו טוה עס בעסער אין שוהל
זאג פאר דיינע ארומיגע אז די זוכסט ארבעט קענסט אויך קוקן ביי די רעקרוטער אבער לייג נישט דארט די האו״פ
די לאקאלע צעטלען פאזיציע געווענדיליך ברענגט עס נישט די געוואוטשענע פאזיציע נאר דיפרעסיע אין קוקן יעדן טאג פרישע אנאנסן מיט יאוש
אויב עס איז שוין אריבער 6 חדשים קענסטו אפשר פיילן. Ua
די בעסטע איז אנצוהייבן שוין עפעס מצה בעקערי ;קאר סערוויס פאר מער אישי
פארציילן פאר אנדערע?!?! קיינמאל!! כשעמיר אוועק ניטאמאל מיין טאטע מאמע ווייסן!!!
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

אברהם אבינו האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 3:01 pm
די וויכטיגסטע זאך איז צו האבען א נארמאלע schedule
קענסט אפילו דינגען א קיאביקל פאר א חודש,
מאך דיך גאולס יעדען אינדערפרי,
למשל רופען 2 מענטשען, וועגען א דזשאב, קעיר נעמען פון עפעס וואס די ביסט קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו
פיקסען דיין רעזומיע וכו,
אין מאך זיכער צו accomplishen די זעלבע טאג,
עס וועט דיר געבען אסאך חיזוק און מאראל.
כ'קען בשום אופן נישט רופן פרעגן פאר ארבייט.
כ'וועל ענדערשט זיצן אינדערהיים אין קריכן אויף די גראדע ווענט.
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

געבורטסטאג האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 1:09 pm
א גוט חודש,

אויב האסטו גארנישט אנדערש ממילא, אפשר איז א מהלך (בשעתן זוכן עפעס אינדערזייט) צו אפפכרן פארן אלטן בעה"ב אז דו ביזט מסכים ווייטער אריינצוקעמען לעת עתה און מקען זען נאך א תקופה צו סמאכט זיך עפעס?
נישט שלעכט כ'וועל פראבירן.
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

ב"ה די מצב איז אסאך בעסער אדאנק ענק מיינע טייערע פריינד, יעדער פילט מיט יעדער וויינט מיט, ממש "מי כעמך ישראל"!!
יעצט קומט אבער די שווערסטע חלק וואס זאג איך פאר מיין פינף יעריגער יונגעל, ער איז א פיפיגער חברה מאן ער גייט אלעס דערשמעקן ביז מינוטן???
טאטע געב מיך שטארקייט!!
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”