אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

זאגט מיר איינער אז אין מעלות ברענגען זיי אויף א נייע געדאנק, זיך אפצואווארפן פון די מאדנע אומפארשטענליכע כללים וואס די יידישסטן האבן בודה געווען מליבם, באזירט אויף די דויטשע שפראך.

זיי שלאגן פאר צו מאכן איינפאכע און פארשטענדליכע כללים, צו וואס מיר אלע זענען צוגעוואוינט לויט ווי מיר רעדן טאג טעגליך.

אלע זאכווערטער זאלן ווערן "די". נישטא קיין זכר ונקיבה ביי דבר שאין בו רוח חיים.

ביי מענטשן, איז זכר אלעמאל "דער", און נקיבה אלעמאל "די". נישטא קיין דאטיוו און עקוזאטיוו.
"דאס" נעמט מען אינגאנצן ארויס (חוץ אפשר ביי 'וואס איז דאס'). "דעיס" ווערט לעגיטים.

מסתם נעמט עס אריין נאך דעטאלן, אבער כ'האב עס נאכנישט געזען אינעווייניג. אבער וואס זאל איך זאגן? עס מאכט זייער אסאך סענס.

דארף מען איבערגעבן פאר די "אידיש שפראך אינסטיטוציע", זאל עס ערנסט אין באטראכט נעמען...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 4:19 pm
זאגט מיר איינער אז אין מעלות ברענגען זיי אויף א נייע געדאנק, זיך אפצואווארפן פון די מאדנע אומפארשטענליכע כללים וואס די יידישסטן האבן בודה געווען מליבם, באזירט אויף די דויטשע שפראך.

זיי שלאגן פאר צו מאכן סימפל און פארשטענדליכע כללים, צו וואס מיר אלע זענען צוגעוואוינט לויט ווי מיר רעדן טאג טעגליך.

אלע זאכווערטער זאלן ווערן "די". נישטא קיין זכר ונקיבה ביי דבר שאין בו רוח חיים.

ביי מענטשן, איז זכר אלעמאל "דער", און נקיבה אלעמאל "די". נישטא קיין דאטיוו און עקוזאטיוו.
"דאס" נעמט מען אינגאנצן ארויס (חוץ אפשר ביי 'וואס איז דאס'). "דעיס" ווערט לעגיטים.

מסתם נעמט עס אריין נאך דעטאלן, אבער כ'האב עס נאכנישט געזען אינעווייניג. אבער וואס זאל איך זאגן? עס מאכט זייער אסאך סענס.

דארף מען איבערגעבן פאר די "אידיש שפראך אינסטיטוציע", זאל עס ערנסט אין באטראכט נעמען...
איך בין מוחה,
מיט וואס וועל איך דעמאלטס זיין מער פון מיין חבר?
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
בטלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

ס'נייעס גייט ווערן לעגיט?
BATLEN ❤️ CHAOS
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

איך האב מורא דאס קען צוטרעטן צום געזונט פאר געוויסע...
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

און וואס העט זיין מיט ס'ארא ס'קינד?

גראדע, פאר די עקאנאמיע איז עס גוט, ווייל ס'וועט זיין אסאך ביליגער צו שרייבן און עדיטן אויף אידיש. פרייזן פון צייטונגען און מעגעזינען וועלן קענען אראפגיין האלב פרייז.

אבער א מינוט, וואס וועלן די מגיהים טון פאר פרנסה?

אקעי נעווער מיינד.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 4:19 pm
"דעיס" ווערט לעגיטים.
דוכט זיך אז דאס זאגט שוין נישט די מעלות
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מאדנע. מעלות ברענגט אויף א געדאנק? ווען ס'איז דא וואו אויפצוברענגען געדאנקען איז דאך די ישועה נענטער ווי ווייטער. די פראבלעם איז דאך אז ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער ווערטערבוך וואס יעדער פאלגט.

אויב יא אדאפטירן עפעס ניי אין גראמאטיק, וואלט עס אפשר געווען באזייטיגן "דער" איז לשון נקיבה דאטיוו. אלע אנדערע ארטיקלען זענען נישט אנדערש ווי מ'רעדט. דערנאך קען מען אפשר לעגאליזירן "אונז" און "ענק" אין נאמינאטיוו. אבער מעלות שרייבט דאך נישט "ענק", ווייל די רעדאקטארין איז געבוירן געווארן אין ירושלים. הייסט עס אז דעם כלל דארף מען יא נאכגיין די ליטווישע, אבער די עכטע כללים נישט?

"דעיס" איז אין בעסטן פאל סלענג. אין יעדער שפראך זענען דא ווערטער וואס מ'רעדט אבער פארמעלע שרייבערס וועלן נישט ניצן.
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 4:19 pm
די יידישסטן האבן בודה געווען מליבם, באזירט אויף די דויטשע שפראך.
דאס איז אייגנטליך א פאראדאקס. אויב ס'איז דא אין דייטש, האבן עס די יידישיסטן נישט בודה געווען. אינ'אמת'ן פלעגט מען אמאל אזוי רעדן אין אלע אידישע דיאלעקטן, נאר אין אמעריקע איז אידיש נשפע געווארן פון ענגליש, וואו אלעס איז the.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'האב אמאל געעפנט אן אלטע מעלות און געזען אינעם ויקרא שמו אפטיילונג ווי א מיידל באשרייבט נאך וועמען זי הייסט, איר נאמען איז שטאלצא טיפשא.

כ'האב זיך אזוינס גערעגט אויף דעם בהמה וואס האט געגעבן פאר זיין טאכטער א נאמען וואס כ'וואלט נישט געגעבן אפילו פאר א פערד.

למעשה זע איך נאכדעם אז ס'איז אין פורים אפטיילונג... דא האב איך זיך גערעגט אויף מיר אליין פארן נישט כאפן גלייך אז ס'איז א סקעם.

אין אונזער פאל מיט די אידיש-כללים בינעך גערן מסכים צום געדאנק פון טוישן. בעיקר טאקע מבטל זיין דאס שרייבן 'דער' אויף דאטיוויזירטע נקיבות. אבער... ס'פאסט נישט פאר מעלות! מ'זאל קודם בודק זיין אויב ס'נישט אין פורים אפטיילונג...
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

יחליצך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 10:31 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 4:19 pm
"דעיס" ווערט לעגיטים.
דוכט זיך אז דאס זאגט שוין נישט די מעלות
גרשון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 11:54 pm
"דעיס" איז אין בעסטן פאל סלענג. אין יעדער שפראך זענען דא ווערטער וואס מ'רעדט אבער פארמעלע שרייבערס וועלן נישט ניצן.
@הלבלר בקולמסו כ'בין מיט אייך... אבער ביז 'דעיס'. כ'דולד נישט דער (די?) ווארט.
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

לכבוד די מעלות, אוך ויל מוט אאך טיילן מאנע געפולען אין מיינאנג בנוגע די נייע כללים אונערהאלב די יודושע שפארך
מאנס א חבר, פין לעיקבאד, זאנע ברודערס זענען באפראנדעט מיט מאן ברודער, האט מוך נעכטען אנגערופן און פארציילט אובער אונזערס א מימע וואס אוז נפטר געווארן. ע"ה
א דאנק.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יחליצך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 10:31 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 4:19 pm
"דעיס" ווערט לעגיטים.
דוכט זיך אז דאס זאגט שוין נישט די מעלות
גערעכט, כ'האב עס געשריבן פאר'ן ליינען.

כ'זע זיי באציען זיך טאקע נישט אויף סלענג, נאר בעיקר אויף לשון זכר ונקיבה.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

ס'וועטמיר זיין שווער זיך צוצוגעוואינען
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

Ozd האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 12:25 pm
לכבוד די מעלות, אוך ויל מוט אאך טיילן מאנע געפולען אין מיינאנג בנוגע די נייע כללים אונערהאלב די יודושע שפארך
מאנס א חבר, פין לעיקבאד, זאנע ברודערס זענען באפראנדעט מיט מאן ברודער, האט מוך נעכטען אנגערופן און פארציילט אובער אונזערס א מימע וואס אוז נפטר געווארן. ע"ה
א דאנק.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 11:54 pm
מאדנע. מעלות ברענגט אויף א געדאנק? ווען ס'איז דא וואו אויפצוברענגען געדאנקען איז דאך די ישועה נענטער ווי ווייטער. די פראבלעם איז דאך אז ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער ווערטערבוך וואס יעדער פאלגט.
קריינע דאיגערקע, פארוואס טאקע איז נישטא?

ווייל קיינער מאכט נישט...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Ozd האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 12:25 pm
לכבוד די מעלות, אוך ויל מוט אאך טיילן מאנע געפולען אין מיינאנג בנוגע די נייע כללים אונערהאלב די יודושע שפארך
מאנס א חבר, פין לעיקבאד, זאנע ברודערס זענען באפראנדעט מיט מאן ברודער, האט מוך נעכטען אנגערופן און פארציילט אובער אונזערס א מימע וואס אוז נפטר געווארן. ע"ה
א דאנק.
קריעטיוו!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

כ׳פארשטיי נישט צו וועם די מעלות רעדט, אויב ס׳איז נישטא קיין גאנצער פראצענט דא אויף אייוועלט, אדער אפילו צווישן די שרייבער אין די צייטונגען און די מאגאזינען, וואס ווייסן די חילוקים אין גראמאטיק וואס זיי ווילן טוישן. רעדן זיי דען צו די געציילטע מגיהים וואס ווייסן עס יא? זאלן זיי מאכן א געהעריגע זיצונג, און איינמאל פאר אלעמאל פארמולירן געהעריגע שפראך כללים.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

כאילו די פראבלעם מיט אידיש פאנגט זיך מיט גראמאטישע פאלן, און ווען מ'גייט שרייבן אייביג "די" וועט אלעס פאלן אין פלאץ.

גאר אסאך שרייבערס מאכן ממש עם-הארצ'ישע טעותים, וואס ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז אונזער ליטעראטור זאל זיי אקצעפטירן.

איך האב געזען דעם בריוו צו וואס "מעלות" האט זיך באצויגן. יענער באקלאגט זיך אז ער איז א שרייבער פון ביכער, און דאס ביסל געלט וואס ער מאכט עסט אים דער מגיה אויף, אפקאסטנדיג $5,000 א בוך, אלץ צוליב זינלאזער גראמאטיק. אלס מגיה קען איך זאגן אז קיין שום בוך קאסט נישט אזויפיל איבערצוקוקן, און ספעציפיש דער/דאס/די גראמאטיק קאסט אפשר $200. יעצט נעם אין אכט וויפיל דעזיין און פרינטינג קאסט, און מאך א חשבון ווי סאך הגהה קאסט פאר א בוך פובליצירער.

דאס איז שוין ווען מ'נעמט אן אז אידיש דארף זיין אנדערש ווי אנדערע שפראכן, וועלכע פארמאגן אלע אן אויסנאם אומלאגישע כללים ביים שרייבן. דאס איז ביים לייגן קולטור און פאעזיע אין א זייט און פאקוסירן בלויז אויף א פליסיגער געשמאקער שפראך. נאר אויף אויסלייג אליין דארפן די מערהייט שרייבערס א מגיה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הלואי טוט מען דאס אין ענגליש!!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אלזא, איז דאס ריכטיג:

״אינמיטן פארן איז די טראק געווארן סטאק״
אדער ״אינמיטן פארן איז דער טראק געווארן סטאק״
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קיין איינס. פארוואס האט ער נישט געמאכט קיין אינספעקשאן פאר'ן ארויספארן צי אלעס ארבעט?

טראק איז דער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8675
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 6:07 pm
נאר אויף אויסלייג אליין דארפן די מערהייט שרייבערס א מגיה.
אפשר קען מען טאקע אויך פטור ווערן פון די זינלאזע מוז פון ריכטיגע אויסלייג?...

#אידיש_2.1!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מיסטעריעז האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:26 pm
גרשון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 6:07 pm
נאר אויף אויסלייג אליין דארפן די מערהייט שרייבערס א מגיה.
אפשר קען מען טאקע אויך פטור ווערן פון די זינלאזע מוז פון ריכטיגע אויסלייג?...

#אידיש_2.1!
הונדערט פראצענט .
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 6:07 pm
כאילו די פראבלעם מיט אידיש פאנגט זיך מיט גראמאטישע פאלן, און ווען מ'גייט שרייבן אייביג "די" וועט אלעס פאלן אין פלאץ.

גאר אסאך שרייבערס מאכן ממש עם-הארצ'ישע טעותים, וואס ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז אונזער ליטעראטור זאל זיי אקצעפטירן.

איך האב געזען דעם בריוו צו וואס "מעלות" האט זיך באצויגן. יענער באקלאגט זיך אז ער איז א שרייבער פון ביכער, און דאס ביסל געלט וואס ער מאכט עסט אים דער מגיה אויף, אפקאסטנדיג $5,000 א בוך, אלץ צוליב זינלאזער גראמאטיק. אלס מגיה קען איך זאגן אז קיין שום בוך קאסט נישט אזויפיל איבערצוקוקן, און ספעציפיש דער/דאס/די גראמאטיק קאסט אפשר $200. יעצט נעם אין אכט וויפיל דעזיין און פרינטינג קאסט, און מאך א חשבון ווי סאך הגהה קאסט פאר א בוך פובליצירער.

דאס איז שוין ווען מ'נעמט אן אז אידיש דארף זיין אנדערש ווי אנדערע שפראכן, וועלכע פארמאגן אלע אן אויסנאם אומלאגישע כללים ביים שרייבן. דאס איז ביים לייגן קולטור און פאעזיע אין א זייט און פאקוסירן בלויז אויף א פליסיגער געשמאקער שפראך. נאר אויף אויסלייג אליין דארפן די מערהייט שרייבערס א מגיה.
מ'קען ציילן אויף די פינגער פון דער האנט וויפיל אידישע שרייבער ברויכן נישט קיין מגיה אויף זייערע ווערק, נישט אריינרעכענענדיג דער/די/דאס כללים.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
ביבליאגראף
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

מעלות וויל אויס-מאכן "דאס", ווייל ס'ווערט נישט באנוצט אינעם ליטוויש-ירושלימ'ער דיאלעקט - "וועלכער איז אנגענומען אלס דער ריכטיגסטער אידיש" (ליין: ווייל מיט דעם דיאלעקט איז די רעדאקטארין אויפגעוואקסן).
אבער אין אונזער-ריכטיגסטער אידיש, דער גאליציאנער-אונגארישער דיאלעקט, ווערט עס יא באנוצט. ביז לעצטנס זיכער, און ס'זענען נאך געבליבן איבערבלייבענישן, צב"ש "דאס קינד", און זיכער "קליין קינד", נאריש קינד".
עכ"פ, נישט דאס איז אונזער פראבלעם.
ביבליאגראף
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידיש 2.0 - צייט פאר נייע כללים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

אור כי טוב האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 11:23 am
יחליצך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 10:31 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 4:19 pm
"דעיס" ווערט לעגיטים.
דוכט זיך אז דאס זאגט שוין נישט די מעלות
גרשון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 11:54 pm
"דעיס" איז אין בעסטן פאל סלענג. אין יעדער שפראך זענען דא ווערטער וואס מ'רעדט אבער פארמעלע שרייבערס וועלן נישט ניצן.
@הלבלר בקולמסו כ'בין מיט אייך... אבער ביז 'דעיס'. כ'דולד נישט דער (די?) ווארט.
"דעיס" איז נישט אזוי יונג. ס'זענען דא סאך ערגערע פון "דעיס" וואס זענען שוין פון לאנג לעגיטים.
דער פראבלעם מיט "דעיס" איז אז עס קלינגט קינדיש. אבער דעס איז נאר צוליב דעים י'.
אין דעם זאץ קענסטו זען קלאר אז דער יוד מאכט דעם "דעים" אויסזען נאריש, און "דעס" אן דעם יוד איז גאנץ נארמאל.
מ'דארף פשוט געדענקען עס צו ליינען days און נישט des, פונקט ווי מ'ליינט daym און נישט dem.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”