בלאט 1פון 1

דרייווען אין אונגארן / פוילן

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 10:06 pm
דורך און בן פלת
האט שוין איינער דא אמאל גערענט א קאר אין באדאפעסט עירפארט??
וועכע קאמפאני איז רילייעביל?
איינער ווי די לאקאלע קאמפאניס ווי CARWIZ אדער GREEN MOTION וכדו'?
קען איינער מיט עקספיריענס אריינקומען פליז
ייש"כ

Re: דרייווען אין אונגארן / פוילן

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 10:57 pm
דורך ציגאנער
אינעם עירפארט איז דא אפאר קאמפעניס. באדזשעט, סיקסט, איך געדענק נישט אלע, אבער צאל די פאר דאלער און נעם נישט פון א לאקאלע פארשטופטע קאמפעני, נאר פון א היימישע נאמען וואס איז אין עירפארט (אנדערע קענען זיין 10 מינוט צו פארן פון דארט, און זענען זייער נישט רילייעבל).

טיפ: מאך די רעזעוועישן אויף איין שעה נאכדעם וואס דו פלאנסט צו זיין אינדרויסן פון עירפארט...
אויב ביסטו נישט דארט אין צייט, און ס'איז א העווי סיזן, וועלן זיי נישט האלטן דיין קאר פאר דיר. (די וואך פון ג' אייר איז ממש נישטא קיין איין קאר צו באקומען!). זיי וועלן עס אבער יא ארויסגעבן אויב קומסטו אן אפאר מינוט פאר דיין צייט...

Re: דרייווען אין אונגארן / פוילן

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:14 am
דורך סעקאנד אפינניען
דארף זיכער מאכן צי ביישטעלן א אוטומאטיק טראנסמישען נישט מעניועל חוץ אויב קענסט קלאטש

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: