האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין צוליב עפעס א אלטע סכסוך?

יא
149
41%
ניין
214
59%
סך הכל שטימען: 363

אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע:El Paso Taxes

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:34 pm
אדמדם האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:30 pm
קענסט מיר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:21 pm
מוחל בינעך אים מוחל אבער א שווער הארץ האב איך נאך אלץ
ביטע זיי מסביר די חילוק
טאקע,
אדרבא אויב איינער קען מסביר זיין דאס
געהערט אסאך מאל פון מענטשן אבער איך פארשטיי עס נישט
אזוי ווי מיט פיזיקע''ל פעי''ן, ווען איינער לאזט דיך אראפ א קלינגעדיגע פראסק, אפילו די ביזט אים מוחל בלב שלום, דיין באקן גייט נאך אלץ וויי טון... די זעלבע זאך איז ווען די הארץ טוט וויי.
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
אדידעס
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:01 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדידעס »

פייטן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 12:38 am
כ'האב געליינט א גרויס חלק פונעם אשכול פון אנהייב, אבער נאכנישט אנגעקומען ביז אהער, און יא כ'האב וואס צוצולייגן אבער קודם נאט אייך דא מיין מעשה
כ'וועל מיך זייער פרייען צו הערן הגהות דא
איך וויל נישט זיין שארף אבער!
די ביסט ראנג 100 פערצענט.... די האסט גלייך געגאנגן שיעף ווען די האסט איהם גענומען פאר א פראיעקט, פאר א עקספערימענט. די גייסט איהם מאכן פאר א מענטש, די גייסט איהם מאכן ליב האבן לערנען. נאכדעם שיקט איר חברה איהם רופן זעהן וואס ער פלאנט צו טוהן.
אנטשולדיגט די ביסט נישט בעל הבית אויף איהם. ער מוז נישט לערנען מיט דיר.
ער האט עס געהענדעלט בעסער ווי דיר.

אין מיין עפיניען דארפסטו איהם איבערבעטן...

איך רעד פון עקספיריענס
א לייק איז נישט פאר די נייעס סאיז פאר די ריפארטינג 👍
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

עס איז ממש א שרעק די מעשות דא, עס גייט ע"פ רוב אזוי:

איך האב מיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א שווער הארץ און מלא טענות אויף איינעם און אים נישט געקענט מוחל זיין, ביז ער האט נעבעך פארלוירן א קינד, אדער זיך גע'גט, אדער, קראנק געווארן, און שוין כ'האב אים מוחל געווען בלב שלום,

וויל איך וויסן פארוואס גייט דיין ווייטאג אוועק ווען די רודף באקומט א שלעכט פעקל?
וואס האסטו ווען יענער מאכט מיט, דיין צער און עגמת נפש וואס דער יעניגער האט דיר פארשאפט גייט אוועק?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 2:41 am

ער שפירט גוט אז יענער כאפט א פראסק… (שאַ… ער זאגט אפילו פאר זיך אז עס טוט אים זייער וויי) ווייל עס טוט אים וועלידעיטן, אז זיין ״הקפדה״ האט מען זיך גערעכנט אין הימל, און צוליב דעם איז יענער באשטראפט געווארן.

נאכדעם וואס זיין עגאָ האט באקומען וואלידאציע… שפירט ער מורא׳דיג גוט… ער קען שוין מוחל זיין, ווייל פון הימל האט מען יענעם באשטראפט!

הוילע דמיונות פון מדות משחתות.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:32 am

געווען ביי איינע פון די טעגלאשע מחלוקת אין כלל ישראל, ווען צד א' רב האט ארויסגעזאגט א שארפע קללה אויף אן עסקן פון צד ב'.

צד ב' איז אריבערגעגאנגען צו זיין רבי שליט"א זיך מזכיר זיין.
האט אים זיין רבי געפרעגט: זאג נאר, ווען דו האסט חלילה א צרה אין שטוב, גייסטו אריבער צו אים זיך אנוואונטשן?
עסקן: אוודאי נישט.
רבי: מיר האבן בקבלה, ווער עס קען נישט בענטשן, קען נישט שעלטן...

(געהערט פונעם עסקן)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:40 am

שטימט. דאס ווארט קומט ממרן הברך משה זצ״ל

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:44 am

אחד מבניו שליט"א.
איך האב עס קיינמאל נאך נישט געהערט בשמו.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:32 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 2:41 am
עס איז ממש א שרעק די מעשות דא, עס גייט ע"פ רוב אזוי:

איך האב מיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א שווער הארץ און מלא טענות אויף איינעם און אים נישט געקענט מוחל זיין, ביז ער האט נעבעך פארלוירן א קינד, אדער זיך גע'גט, אדער, קראנק געווארן, און שוין כ'האב אים מוחל געווען בלב שלום,

וויל איך וויסן פארוואס גייט דיין ווייטאג אוועק ווען די רודף באקומט א שלעכט פעקל?
וואס האסטו ווען יענער מאכט מיט, דיין צער און עגמת נפש וואס דער יעניגער האט דיר פארשאפט גייט אוועק?
ער שפירט גוט אז יענער כאפט א פראסק… (שאַ… ער זאגט אפילו פאר זיך אז עס טוט אים זייער וויי) ווייל עס טוט אים וועלידעיטן, אז זיין ״הקפדה״ האט מען זיך גערעכנט אין הימל, און צוליב דעם איז יענער באשטראפט געווארן.

נאכדעם וואס זיין עגאָ האט באקומען וואלידאציע… שפירט ער מורא׳דיג גוט… ער קען שוין מוחל זיין, ווייל פון הימל האט מען יענעם באשטראפט!

הוילע דמיונות פון מדות משחתות.
געווענטליך ווען א מענטש כאפט פעטש קומט מען אראפ און סאיז אויף די חזקה אז יעצט ווייסט יענער אז מיט א צווייטנס געפילן שפילט מען נישט ארום.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 2:41 am
עס איז ממש א שרעק די מעשות דא, עס גייט ע"פ רוב אזוי:

איך האב מיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א שווער הארץ און מלא טענות אויף איינעם און אים נישט געקענט מוחל זיין, ביז ער האט נעבעך פארלוירן א קינד, אדער זיך גע'גט, אדער, קראנק געווארן, און שוין כ'האב אים מוחל געווען בלב שלום,

וויל איך וויסן פארוואס גייט דיין ווייטאג אוועק ווען די רודף באקומט א שלעכט פעקל?
וואס האסטו ווען יענער מאכט מיט, דיין צער און עגמת נפש וואס דער יעניגער האט דיר פארשאפט גייט אוועק?
פרעגסט גוט

ווען איך בין געווען א קינד האב מיר איינער אויסגעטיילט צרות, מיט זיין שכל האט ער נאר געוואלט טון גוטס אבער ער האט נישט געכאפט אז ער ציטרעיט דא א אומשילדיג יונגעלע, ס'האט מיט אפגעקאסט א שטיק געזונט מיט שווערע יארן.

אפאר יאר צוריק באקום איך א פאון קאל פון דעם אלטן חבר און ער דערמאנט מיר פון יענע יארן און ער זאגט מיר אז ער מיט זיין משפחה ליידט זיך צאם צרות צרירות און די מעשה קומט אים אלץ ארויף, כ'האב אים פארשטייט זיך מוחל געווען און א שטיק צייט שפעטער האב איך צוריק געהערט אז זאכן פארן דארט צום בעסערונג.

איך האב אלץ געוויסט וואס ער מיט זיין משפחה גייען דורך, אבער איך דארף עפעס מאכן יעדעמס חשבון הנפש צו וויסן פארוואס ער ליידט? איך האב אויך אלץ גוט געדענקט וואס ער האט מיר אפגעטון אבער שוין פון אלץ קינד האב איך מיר צוגעוואוינט צו שווייגן און אזוי איז עס מיטגעוואקסן ביז ער האט מיר געקאלט און הירשט דעמאלס האב איך צאם געשטעלט די פאזל.
לעצט פארראכטן דורך sheetrock אום דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

בערך א האלבע יאר פאר מיין חתונה האט מיין טאטע אפגעשמועסט מיט אונזער רב אז ער וועט זיין מסדר קידושין, צוויי חדשים פאר מיין חתונה טרעפט מיין טאטע די רב און ער זאגט אזוי בדרך אגב'דיג פאר מיין טאטע אז יענע נאכט מאכט א צווייטע יוד חתונה וואס ער האט געלט און ער מוז גיין צו אים ענדישער, טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, צוויי וואכן פאר מיין חתונה זעמער מסודר געווארן מיט א מסדר קידושין.

יענע רב איז שוין נישט מיט אונז, איך האב שוין אפאר מאל געטראכט אז איך בין אים מוחל בלב שלם אבער יעדעס מאל וואס איך דערמאן מיר פון יענע פאר שווערע וואכן קומט מיר פון פריש ארויף יענע קאשמארן,

יעצט א שאלה צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וואס א פארווייטאגטע הארץ מיינט. כ'בין יעצט מחיוב מיר צו אריין לייגן א פעיס מעיקער כדי יעדעס מאל וואס כ'דערמאן מיר פון די מעשה זאל מיין הארץ עס נישט פילן? אדער אפשר דארף איך מיר אריין מופן אין ביה"ח מיט א מנין יודן און אים מוחל זיין ביז ווי לאנג ס'וועט מיר נישט באדערן?

לייקוס
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

סאיז שווער מוחל צוזיין מענטשען ווען א מענטש בלייבט א וויקטים.
ווען א מענטש דארף זאכען און לעבן און שפירט אז יענער און דער האבען מיר אוועקגענומען די אפוירטויניטי און מעגליכקייט פון לעבן איז נישט מעגליך זיך נישט ארומצודרייען מיט א שווער הארץ.

ווען א מענטש איז זוכה אנצוקומען צו א פלאץ פון צופרידענקייט און לעכטיגקייט און זיין אינערליכע נפש, האט ער פלאץ צו נאכלאזען און זעען אז דער וואס ער האט אנגעקוקט פאר אזויגערופענע אידיאט נעבעך איז פשוט א מענטש מיט א פארקלאפטע נפש וואס האט עם נעבעך גורם געווען צו ארויסגיסען זיין אינערליכע ווייטאג אויף אנדערע.

א גרויסע חלק איז אוכט ווען משפירט אז יענער איז דער עהרליכער,אנגעזעענער און די מענטש,און מען שפירט נישט ביכולת צו אריבערזעען אז יענער איז דער אומריכטיגער אפילו יענער באקומט שישי, און דאס דארף מען קענען לעבן מיט א געוויסע אינערליכע ברייטקייט, אז סאיז ליידער דא מענשטען אינעם אויבערשטייסעל וואס זענען לאו דווקא די מענשטען וואס זענען געמאכט פאר דעם, און ההדיוט קופץ בראש איז א שטארקע אנגייענדיגע פאקט, און אז געזונטע פרייליכע מענטשען זענען געווענטליך דיע וואס מאכען נישט קיין גרויסע רעש,און זיי זענען נישט געווענטליך דיע וואס שטעלען אוועק די פאליסיס,און במילא ברויך מען וויסען און זיין גרייט אז די וועלט איז א פלאץ וואס משטויסט זיך אהן מיט אומגעזונטע מענטשען און מברויך פרובירען זיי צו געבען א גוט געפיל און קענען עקסעפטען די אייגענע און יענעמס לימיטעשינס.
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:44 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:40 am
קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:32 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 2:41 am
עס איז ממש א שרעק די מעשות דא, עס גייט ע"פ רוב אזוי:

איך האב מיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א שווער הארץ און מלא טענות אויף איינעם און אים נישט געקענט מוחל זיין, ביז ער האט נעבעך פארלוירן א קינד, אדער זיך גע'גט, אדער, קראנק געווארן, און שוין כ'האב אים מוחל געווען בלב שלום,

וויל איך וויסן פארוואס גייט דיין ווייטאג אוועק ווען די רודף באקומט א שלעכט פעקל?
וואס האסטו ווען יענער מאכט מיט, דיין צער און עגמת נפש וואס דער יעניגער האט דיר פארשאפט גייט אוועק?
ער שפירט גוט אז יענער כאפט א פראסק… (שאַ… ער זאגט אפילו פאר זיך אז עס טוט אים זייער וויי) ווייל עס טוט אים וועלידעיטן, אז זיין ״הקפדה״ האט מען זיך גערעכנט אין הימל, און צוליב דעם איז יענער באשטראפט געווארן.

נאכדעם וואס זיין עגאָ האט באקומען וואלידאציע… שפירט ער מורא׳דיג גוט… ער קען שוין מוחל זיין, ווייל פון הימל האט מען יענעם באשטראפט!

הוילע דמיונות פון מדות משחתות.
געווען ביי איינע פון די טעגלאשע מחלוקת אין כלל ישראל, ווען צד א' רב האט ארויסגעזאגט א שארפע קללה אויף אן עסקן פון צד ב'.

צד ב' איז אריבערגעגאנגען צו זיין רבי שליט"א זיך מזכיר זיין.
האט אים זיין רבי געפרעגט: זאג נאר, ווען דו האסט חלילה א צרה אין שטוב, גייסטו אריבער צו אים זיך אנוואונטשן?
עסקן: אוודאי נישט.
רבי: מיר האבן בקבלה, ווער עס קען נישט בענטשן, קען נישט שעלטן...

(געהערט פונעם עסקן)
שטימט. דאס ווארט קומט ממרן הברך משה זצ״ל

שטימט נישט מיט חז"ל וואס זאגן אל תהי קללת הדיוט קלה בעיניך (מגילה ט"ו עמוד א').
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פארוואס נישט?

די זעלבע חז"ל זאגן דארט אויך 'אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך'.. אויב האלט ער יענעם ווייניגער ווי א הדיוט לגבי ברכה.. איז ה"ה ביי א קללה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 2:41 am
עס איז ממש א שרעק די מעשות דא, עס גייט ע"פ רוב אזוי:

איך האב מיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א שווער הארץ און מלא טענות אויף איינעם און אים נישט געקענט מוחל זיין, ביז ער האט נעבעך פארלוירן א קינד, אדער זיך גע'גט, אדער, קראנק געווארן, און שוין כ'האב אים מוחל געווען בלב שלום,

וויל איך וויסן פארוואס גייט דיין ווייטאג אוועק ווען די רודף באקומט א שלעכט פעקל?
וואס האסטו ווען יענער מאכט מיט, דיין צער און עגמת נפש וואס דער יעניגער האט דיר פארשאפט גייט אוועק?
בדר"כ איז דאס שוועריגקייט מוחל צו זיין ווען יענער אנערקענט נישט די עוולה וואס ער האט געטוהן.. און אפילו ער בעהט יא איבער איז עס נאר ווייל ס'קומט יו"כ אדער ווייל ער וויל נישט דו זאלסט האבן א סיבה צו בלאזן אויף איהם.

אבער אויב האט ער געכאפט עפעס פאר דעם..בדר"כ טראכט ער זיך איבער אז קען זיין יענער איז יא עפעס גערעכט.

כנלע"ד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

לייקוס האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 6:46 am
סאיז שווער מוחל צוזיין מענטשען ווען א מענטש בלייבט א וויקטים.
ווען א מענטש דארף זאכען און לעבן און שפירט אז יענער און דער האבען מיר אוועקגענומען די אפוירטויניטי און מעגליכקייט פון לעבן איז נישט מעגליך זיך נישט ארומצודרייען מיט א שווער הארץ.

ווען א מענטש איז זוכה אנצוקומען צו א פלאץ פון צופרידענקייט און לעכטיגקייט און זיין אינערליכע נפש, האט ער פלאץ צו נאכלאזען און זעען אז דער וואס ער האט אנגעקוקט פאר אזויגערופענע אידיאט נעבעך איז פשוט א מענטש מיט א פארקלאפטע נפש וואס האט עם נעבעך גורם געווען צו ארויסגיסען זיין אינערליכע ווייטאג אויף אנדערע.

א גרויסע חלק איז אוכט ווען משפירט אז יענער איז דער עהרליכער,אנגעזעענער און די מענטש,און מען שפירט נישט ביכולת צו אריבערזעען אז יענער איז דער אומריכטיגער אפילו יענער באקומט שישי, און דאס דארף מען קענען לעבן מיט א געוויסע אינערליכע ברייטקייט, אז סאיז ליידער דא מענשטען אינעם אויבערשטייסעל וואס זענען לאו דווקא די מענשטען וואס זענען געמאכט פאר דעם, און ההדיוט קופץ בראש איז א שטארקע אנגייענדיגע פאקט, און אז געזונטע פרייליכע מענטשען זענען געווענטליך דיע וואס מאכען נישט קיין גרויסע רעש,און זיי זענען נישט געווענטליך דיע וואס שטעלען אוועק די פאליסיס,און במילא ברויך מען וויסען און זיין גרייט אז די וועלט איז א פלאץ וואס משטויסט זיך אהן מיט אומגעזונטע מענטשען און מברויך פרובירען זיי צו געבען א גוט געפיל און קענען עקסעפטען די אייגענע און יענעמס לימיטעשינס.
לויט דיר וואס מיינט א לב נשבר וואס דער אייבישטער נעמט זיך אזוי אן פאר אים? פארוואס נעמט זיך דער אייבישטער נישט אן פארן רודף (וויקטעם) לויט דיין פשעטל?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

מאקאווער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:04 am
קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:44 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:40 am
קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:32 am
פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 2:41 am
עס איז ממש א שרעק די מעשות דא, עס גייט ע"פ רוב אזוי:

איך האב מיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א שווער הארץ און מלא טענות אויף איינעם און אים נישט געקענט מוחל זיין, ביז ער האט נעבעך פארלוירן א קינד, אדער זיך גע'גט, אדער, קראנק געווארן, און שוין כ'האב אים מוחל געווען בלב שלום,

וויל איך וויסן פארוואס גייט דיין ווייטאג אוועק ווען די רודף באקומט א שלעכט פעקל?
וואס האסטו ווען יענער מאכט מיט, דיין צער און עגמת נפש וואס דער יעניגער האט דיר פארשאפט גייט אוועק?
ער שפירט גוט אז יענער כאפט א פראסק… (שאַ… ער זאגט אפילו פאר זיך אז עס טוט אים זייער וויי) ווייל עס טוט אים וועלידעיטן, אז זיין ״הקפדה״ האט מען זיך גערעכנט אין הימל, און צוליב דעם איז יענער באשטראפט געווארן.

נאכדעם וואס זיין עגאָ האט באקומען וואלידאציע… שפירט ער מורא׳דיג גוט… ער קען שוין מוחל זיין, ווייל פון הימל האט מען יענעם באשטראפט!

הוילע דמיונות פון מדות משחתות.
געווען ביי איינע פון די טעגלאשע מחלוקת אין כלל ישראל, ווען צד א' רב האט ארויסגעזאגט א שארפע קללה אויף אן עסקן פון צד ב'.

צד ב' איז אריבערגעגאנגען צו זיין רבי שליט"א זיך מזכיר זיין.
האט אים זיין רבי געפרעגט: זאג נאר, ווען דו האסט חלילה א צרה אין שטוב, גייסטו אריבער צו אים זיך אנוואונטשן?
עסקן: אוודאי נישט.
רבי: מיר האבן בקבלה, ווער עס קען נישט בענטשן, קען נישט שעלטן...

(געהערט פונעם עסקן)
שטימט. דאס ווארט קומט ממרן הברך משה זצ״ל

שטימט נישט מיט חז"ל וואס זאגן אל תהי קללת הדיוט קלה בעיניך (מגילה ט"ו עמוד א').
עס איז די זעלבע פון אל תהיה ברכת הדיוט קלה בעיניך.
קען אפשר זיין אז דאס איז נאר אויב דער מברך (משתמע לב’ אופנים) האלט זיך פאר אן הדיוט. אזוי ווי די גמרא ראיה איז פון אבימלך וואס האט קלאר זיך מכניע געווען דערנאך פאר אברהם אבינו.

אבער אין אמתן אריין איז דאס א מחלוקת הראשונים.

דער רמב"ם האלט אז א קללה ארבעט נישט סתם אזוי. דו ביסט אויפגערעגט אויף איינעם און דו שעלסט אים אז ער זאל זיך אויסגליטשען און קאבום ער האט זיך אויסגעגליטשט. די סיבה פארוואס עס איז אסור צו שעלטן אז צוליב: "שהזהירה התורה שלא יניע נפשו אל הנקמה ולא ירגילנה בכעס". אין אנדערע ווערטער, מוב אן אין לייף.

ווידער דער חינוך און דער רמב"ן האלטן אז א קללה האט יא א כח (ווען עס איז אן עידן דריתחא רח"ל, קומט שוין יענץ אויך).

איך רעדט נישט פון א קללת חכם.

בדרך אגב, דער בעל המימרא פון אל תהיה קללת הדיוט איז ר’ חנינא וואס האלט אויך יש מזל לישראל. ודו"ק
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

sheetrock האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:53 am
בערך א האלבע יאר פאר מיין חתונה האט מיין טאטע אפגעשמועסט מיט אונזער רב אז ער וועט זיין מסדר קידושין, צוויי חדשים פאר מיין חתונה טרעפט מיין טאטע די רב און ער זאגט אזוי בדרך אגב'דיג פאר מיין טאטע אז יענע נאכט מאכט א צווייטע יוד חתונה וואס ער האט געלט און ער מוז גיין צו אים ענדישער, טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, צוויי וואכן פאר מיין חתונה זעמער מסודר געווארן מיט א מסדר קידושין.

יענע רב איז שוין נישט מיט אונז, איך האב שוין אפאר מאל געטראכט אז איך בין אים מוחל בלב שלם אבער יעדעס מאל וואס איך דערמאן מיר פון יענע פאר שווערע וואכן קומט מיר פון פריש ארויף יענע קאשמארן,

יעצט א שאלה צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וואס א פארווייטאגטע הארץ מיינט. כ'בין יעצט מחיוב מיר צו אריין לייגן א פעיס מעיקער כדי יעדעס מאל וואס כ'דערמאן מיר פון די מעשה זאל מיין הארץ עס נישט פילן? אדער אפשר דארף איך מיר אריין מופן אין ביה"ח מיט א מנין יודן און אים מוחל זיין ביז ווי לאנג ס'וועט מיר נישט באדערן?
נעבעך… כלל ישראל דארף לערנען מסילת ישרים.

ווייל דער רב איז געגאנגען צו א אנדערע חתונה
כליפ
כליפ
כליפ

און דער מחותן איז געוואויר געווארן דערפון בלויז א חודש פריער…
איז נעבעך דער רב נסתלק געווארן. נאר מיתה איז מכפר!

כליפ כליפ כליפ

און דער חתן קען אים שווער מוחל זיין…
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

קענסט מיר נישט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:21 pm
מוחל בינעך אים מוחל אבער א שווער הארץ האב איך נאך אלץ
דאכט זיך די פריערדיגע בעלזא רב האט דאס אמאל געזאגט. פארעכט מיר אויב ס׳איז א טעות.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 8:29 am
sheetrock האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:53 am
בערך א האלבע יאר פאר מיין חתונה האט מיין טאטע אפגעשמועסט מיט אונזער רב אז ער וועט זיין מסדר קידושין, צוויי חדשים פאר מיין חתונה טרעפט מיין טאטע די רב און ער זאגט אזוי בדרך אגב'דיג פאר מיין טאטע אז יענע נאכט מאכט א צווייטע יוד חתונה וואס ער האט געלט און ער מוז גיין צו אים ענדישער, טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, צוויי וואכן פאר מיין חתונה זעמער מסודר געווארן מיט א מסדר קידושין.

יענע רב איז שוין נישט מיט אונז, איך האב שוין אפאר מאל געטראכט אז איך בין אים מוחל בלב שלם אבער יעדעס מאל וואס איך דערמאן מיר פון יענע פאר שווערע וואכן קומט מיר פון פריש ארויף יענע קאשמארן,

יעצט א שאלה צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וואס א פארווייטאגטע הארץ מיינט. כ'בין יעצט מחיוב מיר צו אריין לייגן א פעיס מעיקער כדי יעדעס מאל וואס כ'דערמאן מיר פון די מעשה זאל מיין הארץ עס נישט פילן? אדער אפשר דארף איך מיר אריין מופן אין ביה"ח מיט א מנין יודן און אים מוחל זיין ביז ווי לאנג ס'וועט מיר נישט באדערן?
נעבעך… כלל ישראל דארף לערנען מסילת ישרים.

ווייל דער רב איז געגאנגען צו א אנדערע חתונה
כליפ
כליפ
כליפ

און דער מחותן איז געוואויר געווארן דערפון בלויז א חודש פריער…
איז נעבעך דער רב נסתלק געווארן. נאר מיתה איז מכפר!

כליפ כליפ כליפ

און דער חתן קען אים שווער מוחל זיין…
כ'גיי נישט דא אריין גיין אין קיין דין ודברים, אבער זיין ביזי פון 2 חדשים פארן חתונה האבן פאר גאנצע 6 וואכן צו שאפן פאר א רב בעת יעדעם פון וועם מ'קומט אויף זאגט אז ער איז נישט אוועליבל יענע נאכט איז זייער נישט קיין געשמאקע זאך, איך האב אים שוין פון לאנג מוחל געווען, כ'זאג נאר אז יעדעס מאל וואס כ'דערמאן מיר צוריק פון יענע צייטן ברענגט מיר עס צוריק ארויף א שווערע הארץ אויף יענע רב, זאגסטו אז די סעלושן וועט זיין מסילת ישרים, פיין, מ'העמיר זיך אריין לייגן דעראין
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

sheetrock האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:53 am
בערך א האלבע יאר פאר מיין חתונה האט מיין טאטע אפגעשמועסט מיט אונזער רב אז ער וועט זיין מסדר קידושין, צוויי חדשים פאר מיין חתונה טרעפט מיין טאטע די רב און ער זאגט אזוי בדרך אגב'דיג פאר מיין טאטע אז יענע נאכט מאכט א צווייטע יוד חתונה וואס ער האט געלט און ער מוז גיין צו אים ענדישער, טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, צוויי וואכן פאר מיין חתונה זעמער מסודר געווארן מיט א מסדר קידושין.

יענע רב איז שוין נישט מיט אונז, איך האב שוין אפאר מאל געטראכט אז איך בין אים מוחל בלב שלם אבער יעדעס מאל וואס איך דערמאן מיר פון יענע פאר שווערע וואכן קומט מיר פון פריש ארויף יענע קאשמארן,

יעצט א שאלה צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וואס א פארווייטאגטע הארץ מיינט. כ'בין יעצט מחיוב מיר צו אריין לייגן א פעיס מעיקער כדי יעדעס מאל וואס כ'דערמאן מיר פון די מעשה זאל מיין הארץ עס נישט פילן? אדער אפשר דארף איך מיר אריין מופן אין ביה"ח מיט א מנין יודן און אים מוחל זיין ביז ווי לאנג ס'וועט מיר נישט באדערן?
אפשר הייבסטו אן קוקן דערויף מיט אן אנדערע בליק?
דו ביסט דאך אנגעווייטאגט אויף דעם רב, דו האלסט אז ער האט געטוהן אן עוולה און נישט געהאנדעלט ריכטיג.
איז ווען דו האסט ווען היינט א טשאנס וואלסטו גענומען אזא רב צו זיין דיין סידור קידושין? א רב וואס פירט זיך שלא ביושר פאר אפאר דאללאר?
מסתמא נישט. איז וואס האסטו צו זיין אנגעווייטאגט? דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט געפירט אז דיין סידור קידושין איז נישט געווען א רב וואס קען וויי טוהן מענטשן.
(אדער אפשר דער אלטערנעטיוו איז נאך געווען ערגער קוואליטי ווי אים?? זאג איך גארנישט..)
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14250
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איצל פיצל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 9:13 am
sheetrock האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:53 am
בערך א האלבע יאר פאר מיין חתונה האט מיין טאטע אפגעשמועסט מיט אונזער רב אז ער וועט זיין מסדר קידושין, צוויי חדשים פאר מיין חתונה טרעפט מיין טאטע די רב און ער זאגט אזוי בדרך אגב'דיג פאר מיין טאטע אז יענע נאכט מאכט א צווייטע יוד חתונה וואס ער האט געלט און ער מוז גיין צו אים ענדישער, טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, צוויי וואכן פאר מיין חתונה זעמער מסודר געווארן מיט א מסדר קידושין.

יענע רב איז שוין נישט מיט אונז, איך האב שוין אפאר מאל געטראכט אז איך בין אים מוחל בלב שלם אבער יעדעס מאל וואס איך דערמאן מיר פון יענע פאר שווערע וואכן קומט מיר פון פריש ארויף יענע קאשמארן,

יעצט א שאלה צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וואס א פארווייטאגטע הארץ מיינט. כ'בין יעצט מחיוב מיר צו אריין לייגן א פעיס מעיקער כדי יעדעס מאל וואס כ'דערמאן מיר פון די מעשה זאל מיין הארץ עס נישט פילן? אדער אפשר דארף איך מיר אריין מופן אין ביה"ח מיט א מנין יודן און אים מוחל זיין ביז ווי לאנג ס'וועט מיר נישט באדערן?
אפשר הייבסטו אן קוקן דערויף מיט אן אנדערע בליק?
דו ביסט דאך אנגעווייטאגט אויף דעם רב, דו האלסט אז ער האט געטוהן אן עוולה און נישט געהאנדעלט ריכטיג.
איז ווען דו האסט ווען היינט א טשאנס וואלסטו גענומען אזא רב צו זיין דיין סידור קידושין? א רב וואס פירט זיך שלא ביושר פאר אפאר דאללאר?
מסתמא נישט. איז וואס האסטו צו זיין אנגעווייטאגט? דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט געפירט אז דיין סידור קידושין איז נישט געווען א רב וואס קען וויי טוהן מענטשן.
(אדער אפשר דער אלטערנעטיוו איז נאך געווען ערגער קוואליטי ווי אים?? זאג איך גארנישט..)
גאנץ א גוטע געדאנק גראדע, כ'מיין אבער אז אפילו נאכן וויסן די פאקטן וואלטעך נאך אלץ געוואלט יענע רב... פאר א סיבה האטמען אים געבוקט אזוי פרי
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

פרומע לבוש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 2:41 am
עס איז ממש א שרעק די מעשות דא, עס גייט ע"פ רוב אזוי:

איך האב מיך ארומגעדרייט יארן לאנג מיט א שווער הארץ און מלא טענות אויף איינעם און אים נישט געקענט מוחל זיין, ביז ער האט נעבעך פארלוירן א קינד, אדער זיך גע'גט, אדער, קראנק געווארן, און שוין כ'האב אים מוחל געווען בלב שלום,

וויל איך וויסן פארוואס גייט דיין ווייטאג אוועק ווען די רודף באקומט א שלעכט פעקל?
וואס האסטו ווען יענער מאכט מיט, דיין צער און עגמת נפש וואס דער יעניגער האט דיר פארשאפט גייט אוועק?
די זעלבע געפיל פון נקמה
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

איך וויל סתם אזוי פרעגן, איינער קומט דא און איז וואנרעביל, ער שערט עס מיט (כמעט) קיינעם אויף דער וועלט נישט, ווייל ער האט מורא צו זיין וואנרעביל ווייל אפשר גייט מען אים נישט פארשטיין, קומט ער דא מיט א ניק און ער שערט זיין מעשה, צו דו פארשטייסט יא אדער נישט, סאיז איינעמס הארץ, סאיז איינעמס ווייטאג, סאיז איינעמס פילינגס, פילינגס איז עכט סאיז א שטיק מענטש,

קומט אים צו שרייבן כליפ כליפ? קומט אים צו אוועק מאכן? ווילסט נישט וועלידעיטען מיזט נישט, אבער פארוואס אוועק מאכן? רילעיטסט נישט פארשטייסט נישט, סאיז אקעי, ממיז נישט אלץ רילעיטען אדער אפי׳ פארשטיין צו יענעמס פילינגס, אבער ווען דיין קינד אדער דיין ווייב שערט עפעס וואס דו פארשטייסט נישט זאגסטו אויך כליפ כליפ??

אפי׳ דו ביסט א ניק און יענער איז א ניק איז מען אבער א געהעריגע מענטש מיט געהעריגע פילינגס.

עני וועיס
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 8:29 am
sheetrock האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:53 am
בערך א האלבע יאר פאר מיין חתונה האט מיין טאטע אפגעשמועסט מיט אונזער רב אז ער וועט זיין מסדר קידושין, צוויי חדשים פאר מיין חתונה טרעפט מיין טאטע די רב און ער זאגט אזוי בדרך אגב'דיג פאר מיין טאטע אז יענע נאכט מאכט א צווייטע יוד חתונה וואס ער האט געלט און ער מוז גיין צו אים ענדישער, טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, צוויי וואכן פאר מיין חתונה זעמער מסודר געווארן מיט א מסדר קידושין.

יענע רב איז שוין נישט מיט אונז, איך האב שוין אפאר מאל געטראכט אז איך בין אים מוחל בלב שלם אבער יעדעס מאל וואס איך דערמאן מיר פון יענע פאר שווערע וואכן קומט מיר פון פריש ארויף יענע קאשמארן,

יעצט א שאלה צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין וואס א פארווייטאגטע הארץ מיינט. כ'בין יעצט מחיוב מיר צו אריין לייגן א פעיס מעיקער כדי יעדעס מאל וואס כ'דערמאן מיר פון די מעשה זאל מיין הארץ עס נישט פילן? אדער אפשר דארף איך מיר אריין מופן אין ביה"ח מיט א מנין יודן און אים מוחל זיין ביז ווי לאנג ס'וועט מיר נישט באדערן?
נעבעך… כלל ישראל דארף לערנען מסילת ישרים.

ווייל דער רב איז געגאנגען צו א אנדערע חתונה
כליפ
כליפ
כליפ

און דער מחותן איז געוואויר געווארן דערפון בלויז א חודש פריער…
איז נעבעך דער רב נסתלק געווארן. נאר מיתה איז מכפר!

כליפ כליפ כליפ

און דער חתן קען אים שווער מוחל זיין…
לאכן פון יענעמס שווערע געפילן אין פנים אריין, און נאך טענה'ן אז יענער איז דער מיט די מידות מושחתות איז זייער א נידריגע התנהגות.

אויב פארשטייסטו נישט וואס דאס מיינט, קריך ארויס פון דא, נישט קום גיסן זאלץ אויף יענעם און זיך נאך באצירן מיט א קרוין פון גוטע מידות.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6515
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: האט איר איינעם וועם איר קענט נישט מוחל זיין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הרב קיסריה איז אריינגעקומען דא מיט א בלוטיגע פאסיק און שמייסט רציחה'דיגע שמוץ אויף די אלע פארבלוטיגטע אידן וועלכע לעקן זיך נאך די בלוטיגע וואונדן...
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט מדחציף כולא האי שמע מינה......

אגב, והאלקים יבקש את הנרדף זאגן חז"ל אפילו דער נרדף איז אומגערעכט!

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:32 am
ער שפירט גוט אז יענער כאפט א פראסק… (שאַ… ער זאגט אפילו פאר זיך אז עס טוט אים זייער וויי) ווייל עס טוט אים וועלידעיטן, אז זיין ״הקפדה״ האט מען זיך גערעכנט אין הימל, און צוליב דעם איז יענער באשטראפט געווארן.

נאכדעם וואס זיין עגאָ האט באקומען וואלידאציע… שפירט ער מורא׳דיג גוט… ער קען שוין מוחל זיין, ווייל פון הימל האט מען יענעם באשטראפט!

הוילע דמיונות פון מדות משחתות.
מדות מושחתות?
אני הקטן קוק עס אן פונקט פארקערט!!

שטייט א אנגעווייטאגטער מענטש, וועלכער האט געליטן ביטערע ווייטאגן (פיזיש צו עמאשענעל) פון א צווייטן על לא דבר, דער רודף לעבט און לאכט, דער נרדף האט אלע רעכטן צו זיין פארווייטאגט. פאסירט א מעשה, און דער רודף כאפט א פראסק פון הימל, זאכן פארן שוין נישט אזוי סמוד ווי אמאל... דער נרדף קוקט צו, עכט וואלט עס אים נישט געדארפט אנגיין, אבער צוליב זיינע רחמנות געפילן איז ער אים מוחל לפנים משורת הדין!

גאלדענע מדות!!! מי כעמך ישראל!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”