Re: נייע סידי שישי פין יודי ביאלוסטוצקי
איך בין אביסל מחולק מיט דיר איבער דאס וואס דו זאגסט אז א גוטע ניגון דארף זיך הערן גוט אפילו אן גוטע מוזיק. אבער איך בין מסכים אז די סידי האט נישט קיין איין היט, אבער אפאר ניגונים האבן מיר שטארק געכאפט, א שטייגער ווי גל עיני, למען אחי, שמייכל, בני אהובי, קרבת אלוקים.שווייצער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 26, 2024 12:23 pmאיך בין נישט געווארן אראפגעריסן, אפשר האב איך געדארפט ווערן...ליסענער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 26, 2024 12:00 pm
ווען איך שרייב שוואך מיין איך צו זאגן אז איך האב נישט קיין איין ניגון וואס עס לאזט זיך הערן אויף repeat
יא טשולענט איז א זיסע ניגון, גל עיני איז אויך א שיינע לידל אבער די פוינט איז ווען די נעמסט אוועק די מוזיק און זיין שטימע, נאר די ניגון אליין ווייס איך נישט ווי שטארק עס שיינט, א ניגון מיינט גוט ווען די קענסט מאכן די ביליגסטע מוזיק, און נעמען א עמך איד זאל עס זינגען און דאך שיינט עס, אין די סידי זעה איך נישט די ניגונים אליין אן די זייטיגע מוזיק וכדומה אלס עפעס געוואלדיג, נישט דא קיין ניגון וואס איך קען זעען זאל איינעמען די וועלט, מיין בליק.