סגולה בדוק ומנוסה צו דערלייגן: פארבארגן אן האפט.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

סגולה בדוק ומנוסה צו דערלייגן: פארבארגן אן האפט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

לאמיר פשוט פארציילן א סיפור דברים כהוויתם דעם פארגעגאנגען זיממער, און ווי מיר שטייען היינט.

אני הקטן האט געהאט גאר א נאנטער חבר פאר לאנגע געזינטע יארן, מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם וכו'
פאראיאר זימער האב איך געהאלטן גאר סוף פון אן אינוועסטמענט, און מ'האט געדארפט נאך א קליינעם שטיפ פון ארום 25 אלפים פשוט צו קענען אנקומען צום גמר. בין איך געגאנגען צום ידיד מיינער און געפרעגט אז איך גיי דארפן האבן דאס געלט פאר איין חודש ביזן גמר, צו ער וואלט דאס געקענט אויסלייגן. זאגט מיר דעם ידיד, אז ער האט פאר מיר א בעסערע פארשלאג:

עס איז דא א ארגעניזאציע וואס בארגט בחינם אן קיין אינטערעסט בערך די סכום, און מ'דארף דאס באצאלן אין פעימענטס פון ארום 1000 דאלער א חודש. עס הייסט 'פרנסה פאנד'.
איך זאל פון דארט בארגן דאס געלט און ער וועט חתמ'נען ערבות, און איך זאל פארשאפן דאס צווייטע ערב. ער האט עפעס אן אין דארט (ער קען זיך מיט איינע פון די חברה דארט) און ער וועט זיכער מאכן אז איך באקום דאס מערסטע געלט וואס איז נאר שייך, ווי שנעלער.

און ער דארף אויך יעצט עפעס 25 אלפים פאר ממש אפאר טאג, ווייל ער דארף אויך עפעס קלאוזן. במילא גייט ער זיכער מאכן אז איך באקום פון זיי 50, און אזוי גייט ער קענען בארגן פון מיר די אנדערע 25 פאר די פאר טאג, און איך האב דאך נישט וואס מורא צו האבן ווייל ער איז דאך ערב במילא, און איך גיי הנאה האבן פון האבן נאך 25 נאך וואס ער קלאוזט.

שוין, איז ער דאך טאקע א גוטער פריינד, און איך האב טאקע אלעס אויסגעפילט דארט, אראפגעגאנגען וכו'

למעשה בין איך געווארן עפראווד פאר אן הלוואה פון 25 אלפים. ווי נאר איך בין געווארן עפראוודט איז געקומען א מסכת פרעשור אז איך דארף דאך הערשט דאס געלט אין א חודש ארום, און ער דארף דאס נאר ביז דעמאלטס. און מיר האבן 'אפגעשמועסט' אז איך גיי אים בארגן 25, במילא איך דארף אים דאס בארגן ממש נאר פאר די פאר טאג, אז נישט בין איך א חיה רעה וכו'.

אויבן אויף האט דאס געמאכט סענס אין מיינע אויגן, איך דארף דאך דאס געלט הערשט אין א חודש ארום, ער האט מיר געהאלפן דערמיט, ער איז סיי ווי ערב, וכו' און דאס געלט איז אריבערגאנגען מיט א ווייער אהין צו אים.

פעסט פארווערד ח' אדר ב' תשפ"ד.
איך שטיי שוין נאך 3 הזמנות ביי צוויי אנדערע בתי דינים, וואס ביי ביידע איז ער נישט געקומען. איך האלט שוין נאך צענדליגע הבטחות אז אט אט גייט ער מיר אנהייבן צו באצאלן אין פעימענטס, איך האלט שוין נאכן ווערן געבלאקט 3 טעג נאכן ווייער (!!!), ווען איך האב אזוי מסיח לפי תומו אריינגעווארפן ווען איך גיי דארפן האבן דאס געלט. איך האלט שוין נאכן ווערן באשמיצט צווישן חברים אז איך מאך מיר משוגע פאר אפאר דאלער.

איך האלט שוין נאכן באצאלן 8 טויזענט דאלער אין פעימענטס פאר אט די פרנסה פאנד. פאר געלט וואס איך האב אפילו נישט נהנה געווען.

איי איך זאל אויפהערן צו באצאלן? איך האב גע'חתמ'ט א צעטל אז איך גיי באצאלן, איך קען דאס נישט פויעלן ביי מיר דאס צו ברעכן.

געלט קומט און געלט גייט, דער אייבערשטער גייט מיר געבן יעדעס פעני וואס איז מיר באשערט, און קיינער קען מיר דאס נישט צונעמען.

אבער עס טוט מיר וויי, ווי אזוי א איד קען אויסניצן א צווייטע איד און כאילו לא היה. עס איז אדורך א ר"ה און א יו"כ, און איך תמים בין געווען זיכער אז ער גייט זיכער תשובה טוהן.

פאריגע וואך האבן מיר זיך פיינעלי אראפגעזעצט, און די באדאם ליין איז געווען: האסט גענוג געלט, איך נישט. אזוי גייט עס איז ביזנעס, אמאל מאכט מען און אמאל דערלייגט מען.
ניטאמאל געפילט שלעכט אויף וואס ער האט געטוהן. נישט נאר דאס, נאר געהאט א זאק מיט טענות אויף מיר וויפיל איך האב אים אויסגעניצט אלע יארן.

איך האב זיך געבעטן ביי אים, האסט סיי וועלכע טענה אויף מיר. דו וועל דיר אויס וועלכע בי"ד דו ווילסט, וועלכע שליש דו ווילסט, וועם דו ווילסט. אויב וועט איינער זאגן אז דו האסט סיי וועלכע תביעת ממון אויף מיר, סיי בדיני אדם אדער אפילו בדיני שמים, באצאל איך דיר עד פרוטה אחרונה.

סהדי במרומים אז איך האב דעם איד קיינמאל נישט בא'עוול'ט, אים ארויסגעהאלפן ווען איך האב נאר געקענט. ווי אזוי קען א מענטש זיין אזא כפוי טובה???
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום מאנטאג מארטש 18, 2024 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
klmn
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 29, 2022 2:44 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך klmn »

האמיר מיטגעהאלטן ענליכס ליידער ווי א חבר מיינער מאכט פעימענטס פאר א לאון אבער ער האט נישט נהנה געווען דערפון ווייל איינער האט עס געבארגט פאר איין וואך... און די רעסט איז היסטערי..
מדארף אבער וויסן אז בארגן איז א מצוה גדולה מדארף נאר זיין פראטעקטעד פארדעם ווי ווייט מעגליך
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

גא"מ איך קען א מעשה פין פיפציג אלפים וואס איינער האט געבארגט און דער ערוב (נישט קיין גרויסע בעל פרנסה) האט ווי א תם באצאלט ערליך פעמינטס ביז ממש לעצטענס די גאנצע חוב. זאל מען זאגען ער איז א תם?? ווייס איך נישט. אבער ליידער גייט עס אזוי (מעג מען אזוי רעדען?) "סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן"
אני הקטן בארג שוין ליידער נישט אפאר יאר משום מעשה שהיה. איך בין געווארען גיט אביוזט! שוין אסאך געטראכט עס איז נישט ריכטיג, איך האב א חבר וואס מיטשעט זיך זייער בעט כסדר איך זאל אים בארגען אבער איך קען זיך נישט נעמען דערצו
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

ממי, די עטידיאד איז נאך ערגער פין אלעם… א פחד.
איינער האט מיך געמוטשעט צי זיין ערב אויף א 10k הלוואה, אין פיין האב איך באצאלט… ס׳האט מיך גענימען צייט באט עווענטשלי האט איך צריקגעזען רוב געלט ב׳ה.
איך בארג נאכאלס, אבער נאר ביז וויפיל איך בין גרייט צי דערלייגן.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 2:27 am
ווי אזוי קען א מענטש זיין אזא כפוי טובה???
אז דו פרעגסט די שאלה ווייזט אז דו כאפסט נישט:

ער איז א פשוטער גנב (אפשר פארענטפערט ער זיך אין די בעק אוו היז מיינד אז ער וועט אמאל צאלן, אבער דאס איז נישט קיין נפק"מ) און א שלעכטער מענטש, לית דין בר אינש. ליידער איז דא אזא מציאות.
נישטא וואס צו חקר'ן מער.

פארשטייט זיך מ'רעדט לויט ווי די טוט-ווייע-מעשה ווערט דא פארגעשטעלט.

מ'וואלט געדארפט פרעגן א דיין צי מ'מעג אויפהערן צאלן און זאל די גמ"ח האנדלן דירעקט מיט'ן ערב/ לווה/ גזלן.

ס'איז עכט א גרויסע פראבלעם ווייל ס'דא א מצוה אם כסף תלוה (שוין געווען שמועסן דערוועגן דא, אפשר ווענדט זיך פארוואס ער דארף די געלט) און פון די אנדערע זייט ווארענט שלמה המלך אם ערבת לרעך וגו', און אוודאי דארף מען נזהר זיין מיט א הלוואה.
לכאורה איז לייען נישט-אייגן-געלט זיכער נישט קיין חיוב.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

להודות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 3:14 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 2:27 am
ווי אזוי קען א מענטש זיין אזא כפוי טובה???
אז דו פרעגסט די שאלה ווייזט אז דו כאפסט נישט:

ער איז א פשוטער גנב (אפשר פארענטפערט ער זיך אין די בעק אוו היז מיינד אז ער וועט אמאל צאלן, אבער דאס איז נישט קיין נפק"מ) און א שלעכטער מענטש, לית דין בר אינש. ליידער איז דא אזא מציאות.
נישטא וואס צו חקר'ן מער.

פארשטייט זיך מ'רעדט לויט ווי די טוט-ווייע-מעשה ווערט דא פארגעשטעלט.

מ'וואלט געדארפט פרעגן א דיין צי מ'מעג אויפהערן צאלן און זאל די גמ"ח האנדלן דירעקט מיט'ן ערב/ לווה/ גזלן.
א. איך האב רעקאדירט (על פי עצת הדיין) דעם לעצטע שמועס. איך האב דאס נישט געקענט איבערהערן דערנאך.

ב. מיין דיין זאגט אז איך זאל לכל הפחות מודיע זיין פארן 'פרנסה פאנד' וואס די מעשה דא איז, אפשר וועלן זיי אליינס עפעס טוהן. איך קען זיך עפעס נישט ערלויבן דאס צו טוהן. איך האב גע'חתמ'ט א צעטל ביודעין אז איך גיי דאס באצאלן. דאס וואס א צווייטער האט מיר בא'גנב'ט דאס געלט, איז נישט זייער געשעפט און איז נישט מעלה ומוריד אויף מיין חתימה.

ג. אויב האט ער ווען סיי וועלכע טענה, פארוואס נישט קומען צו בי"ד? פארוואס זיין א מסרב לדין?
אטעטשמענטס
דריטע הזמנה פון טארטיקוב. ניטאמאל זיך וואוסענדיג געמאכט!

Screenshot 2024-03-18 032137.png (155.91 KiB) געזען 2271 מאל
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 3:25 am
להודות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 3:14 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 2:27 am
ווי אזוי קען א מענטש זיין אזא כפוי טובה???
אז דו פרעגסט די שאלה ווייזט אז דו כאפסט נישט:

ער איז א פשוטער גנב (אפשר פארענטפערט ער זיך אין די בעק אוו היז מיינד אז ער וועט אמאל צאלן, אבער דאס איז נישט קיין נפק"מ) און א שלעכטער מענטש, לית דין בר אינש. ליידער איז דא אזא מציאות.
נישטא וואס צו חקר'ן מער.

פארשטייט זיך מ'רעדט לויט ווי די טוט-ווייע-מעשה ווערט דא פארגעשטעלט.

מ'וואלט געדארפט פרעגן א דיין צי מ'מעג אויפהערן צאלן און זאל די גמ"ח האנדלן דירעקט מיט'ן ערב/ לווה/ גזלן.
א. איך האב רעקאדירט (על פי עצת הדיין) דעם לעצטע שמועס. איך האב דאס נישט געקענט איבערהערן דערנאך.

ב. מיין דיין זאגט אז איך זאל לכל הפחות מודיע זיין פארן 'פרנסה פאנד' וואס די מעשה דא איז, אפשר וועלן זיי אליינס עפעס טוהן. איך קען זיך עפעס נישט ערלויבן דאס צו טוהן. איך האב גע'חתמ'ט א צעטל ביודעין אז איך גיי דאס באצאלן. דאס וואס א צווייטער האט מיר בא'גנב'ט דאס געלט, איז נישט זייער געשעפט און איז נישט מעלה ומוריד אויף מיין חתימה.

ג. אויב האט ער ווען סיי וועלכע טענה, פארוואס נישט קומען צו בי"ד? פארוואס זיין א מסרב לדין?
הגם, איך באמערק יעצט אז בי"ד האט געמאכט א טעות מיט'ן גויאישן דאטום אויפן דריטע הזמנה..
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
גפת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 4:41 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גפת »

אם כסף תלוה את עמי, זאגט רש''י, ר' ישמעאל אומר, כל אם שבתורה רשות, חוץ משלשה, וזה אחד מהן, ס' איז נישט קיין רשות נאר ס'איז א חיוב צו בארגן
ס' איז נישט דא אזא זאך, אז פון א מצוה דערלייגט מען
אוודאי נישט, סתם בארגן אן קיין חשבון, אין פאר איינעם, וואס מ'ווייסט נישט זיכער, צו ער גייט קענען באצאלן, אבער אויב אלעס שטומט, די ערוב, מיט די שטר, אין די סיבה פארוואס מ' בארגט עס, אין די ביזט נישט אזוי אנגעוויזן אויף די געלט, איז עס א מצוה צו בארגן
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20351
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19282
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 3:07 am

איך בארג נאכאלס, אבער נאר ביז וויפיל איך בין גרייט צי דערלייגן.
דאס איז א כלל אין בארגען!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

ווארשיינליך האט דער חבר געדרימלט ביים סדר מוסר אין ישיבה
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ליידער זענען מיר אידן שולדיג א סך הכל פון איבער 150 אלפים וואס זיי האבן געבארגט מיט א שטר און מיט אן ערב (א חוץ פון מענטשען וואס זעננען מיר שולדיג געלט פון כל עלרליי ארבעט)
יעדער איינער זאגט איך באצאל דיר היינט...
(א חלק פון זיי זענען נגידים און שרייען כ'האב יעצט נישט)

כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
טעראוויטש
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 14, 2024 1:05 am

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעראוויטש »

גם אני בחלומי, איין זאך האב איך מיך אויסגעלערנט ישראל קדושים הם בדרך כלל גנבט מען נישט, מנעמט אדער מבארגט נעבעך
לעצט פארראכטן דורך טעראוויטש אום מאנטאג מארטש 18, 2024 1:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:29 am
ליידער זענען מיר אידן שולדיג א סך הכל פון איבער 150 אלפים וואס זיי האבן געבארגט מיט א שטר און מיט אן ערב (א חוץ פון מענטשען וואס זעננען מיר שולדיג געלט פון כל עלרליי ארבעט)
יעדער איינער זאגט איך באצאל דיר היינט...
(א חלק פון זיי זענען נגידים און שרייען כ'האב יעצט נישט)

כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
און א כתב סירוב מיינט היינט גארנישט. קוקסט אריין אין שו"ע וועסטו זעהן קלאר אז א גרויסע חלק פון די ’אינשורינס’ פארן מלווה איז בי"ד. איינמאהל בי"ד כוח איז גאר שוואך (אויב עפעס בכלל), איז נישט דא קיין שום אינשורינס פארן מלוה. חוץ אויב דער לוה איז מסכים צו לייגן א UCC אויף זיין הויז (אויב האט ער), וואס דאן וועט אים עס אויך נאר אפעקטירן אויב וויל ער ריפיינענס אדער פארקויפן.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:29 am
ליידער זענען מיר אידן שולדיג א סך הכל פון איבער 150 אלפים וואס זיי האבן געבארגט מיט א שטר און מיט אן ערב (א חוץ פון מענטשען וואס זעננען מיר שולדיג געלט פון כל עלרליי ארבעט)
יעדער איינער זאגט איך באצאל דיר היינט...
(א חלק פון זיי זענען נגידים און שרייען כ'האב יעצט נישט)

כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
עפעס זאגסטו, איך זול שוין לאנג א היתר. האסט עפעס א מקור דערויף?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שאינו יודע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 9:29 am
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:29 am
ליידער זענען מיר אידן שולדיג א סך הכל פון איבער 150 אלפים וואס זיי האבן געבארגט מיט א שטר און מיט אן ערב (א חוץ פון מענטשען וואס זעננען מיר שולדיג געלט פון כל עלרליי ארבעט)
יעדער איינער זאגט איך באצאל דיר היינט...
(א חלק פון זיי זענען נגידים און שרייען כ'האב יעצט נישט)

כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
עפעס זאגסטו, איך זול שוין לאנג א היתר. האסט עפעס א מקור דערויף?
אין ספר החסידים שטייט עפעס דערוועגן, אז אויב ווייסט מען אז עס גייט קענען אנקומען צו א מחלוקה, דארף מען נישט בארגן. איך דארף עס טרעפן אינעווייניג.

נ.ב. אפשר פארדעם איז דעם אם כסף געווארן אויס עקסטערע פרשה...
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום מאנטאג מארטש 18, 2024 9:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 2:27 am
לאמיר פשוט פארציילן א סיפור דברים כהוויתם דעם פארגעגאנגען זיממער, און ווי מיר שטייען היינט.

אני הקטן האט געהאט גאר א נאנטער חבר פאר לאנגע געזינטע יארן, מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם וכו'
פאראיאר זימער האב איך געהאלטן גאר סוף פון אן אינוועסטמענט, און מ'האט געדארפט נאך א קליינעם שטיפ פון ארום 25 אלפים פשוט צו קענען אנקומען צום גמר. בין איך געגאנגען צום ידיד מיינער און געפרעגט אז איך גיי דארפן האבן דאס געלט פאר איין חודש ביזן גמר, צו ער וואלט דאס געקענט אויסלייגן. זאגט מיר דעם ידיד, אז ער האט פאר מיר א בעסערע פארשלאג:

עס איז דא א ארגעניזאציע וואס בארגט בחינם אן קיין אינטערעסט בערך די סכום, און מ'דארף דאס באצאלן אין פעימענטס פון ארום 1000 דאלער א חודש. עס הייסט 'פרנסה פאנד'.
איך זאל פון דארט בארגן דאס געלט און ער וועט חתמ'נען ערבות, און איך זאל פארשאפן דאס צווייטע ערב. ער האט עפעס אן אין דארט (ער קען זיך מיט איינע פון די חברה דארט) און ער וועט זיכער מאכן אז איך באקום דאס מערסטע געלט וואס איז נאר שייך, ווי שנעלער.

און ער דארף אויך יעצט עפעס 25 אלפים פאר ממש אפאר טאג, ווייל ער דארף אויך עפעס קלאוזן. במילא גייט ער זיכער מאכן אז איך באקום פון זיי 50, און אזוי גייט ער קענען בארגן פון מיר די אנדערע 25 פאר די פאר טאג, און איך האב דאך נישט וואס מורא צו האבן ווייל ער איז דאך ערב במילא, און איך גיי הנאה האבן פון האבן נאך 25 נאך וואס ער קלאוזט.

שוין, איז ער דאך טאקע א גוטער פריינד, און איך האב טאקע אלעס אויסגעפילט דארט, אראפגעגאנגען וכו'

למעשה בין איך געווארן עפראווד פאר אן הלוואה פון 25 אלפים. ווי נאר איך בין געווארן עפראוודט איז געקומען א מסכת פרעשור אז איך דארף דאך הערשט דאס געלט אין א חודש ארום, און ער דארף דאס נאר ביז דעמאלטס. און מיר האבן 'אפגעשמועסט' אז איך גיי אים בארגן 25, במילא איך דארף אים דאס בארגן ממש נאר פאר די פאר טאג, אז נישט בין איך א חיה רעה וכו'.

אויבן אויף האט דאס געמאכט סענס אין מיינע אויגן, איך דארף דאך דאס געלט הערשט אין א חודש ארום, ער האט מיר געהאלפן דערמיט, ער איז סיי ווי ערב, וכו' און דאס געלט איז אריבערגאנגען מיט א ווייער אהין צו אים.

פעסט פארווערד ח' אדר ב' תשפ"ד.
איך שטיי שוין נאך 3 הזמנות ביי צוויי אנדערע בתי דינים, וואס ביי ביידע איז ער נישט געקומען. איך האלט שוין נאך צענדליגע הבטחות אז אט אט גייט ער מיר אנהייבן צו באצאלן אין פעימענטס, איך האלט שוין נאכן ווערן געבלאקט 3 טעג נאכן ווייער (!!!), ווען איך האב אזוי מסיח לפי תומו אריינגעווארפן ווען איך גיי דארפן האבן דאס געלט. איך האלט שוין נאכן ווערן באשמיצט צווישן חברים אז איך מאך מיר משוגע פאר אפאר דאלער.

איך האלט שוין נאכן באצאלן 8 טויזענט דאלער אין פעימענטס פאר אט די פרנסה פאנד. פאר געלט וואס איך האב אפילו נישט נהנה געווען.

איי איך זאל אויפהערן צו באצאלן? איך האב גע'חתמ'ט א צעטל אז איך גיי באצאלן, איך קען דאס נישט פויעלן ביי מיר דאס צו ברעכן.

געלט קומט און געלט גייט, דער אייבערשטער גייט מיר געבן יעדעס פעני וואס איז מיר באשערט, און קיינער קען מיר דאס נישט צונעמען.

אבער עס טוט מיר וויי, ווי אזוי א איד קען אויסניצן א צווייטע איד און כאילו לא היה. עס איז אדורך א ר"ה און א יו"כ, און איך תמים בין געווען זיכער אז ער גייט זיכער תשובה טוהן.

פאריגע וואך האבן מיר זיך פיינעלי אראפגעזעצט, און די באדאם ליין איז געווען: האסט גענוג געלט, איך נישט. אזוי גייט עס איז ביזנעס, אמאל מאכט מען און אמאל דערלייגט מען.
ניטאמאל געפילט שלעכט אויף וואס ער האט געטוהן. נישט נאר דאס, נאר געהאט א זאק מיט טענות אויף מיר וויפיל איך האב אים אויסגעניצט אלע יארן.

איך האב זיך געבעטן ביי אים, האסט סיי וועלכע טענה אויף מיר. דו וועל דיר אויס וועלכע בי"ד דו ווילסט, וועלכע שליש דו ווילסט, וועם דו ווילסט. אויב וועט איינער זאגן אז דו האסט סיי וועלכע תביעת ממון אויף מיר, סיי בדיני אדם אדער אפילו בדיני שמים, באצאל איך דיר עד פרוטה אחרונה.

סהדי במרומים אז איך האב דעם איד קיינמאל נישט בא'עוול'ט, אים ארויסגעהאלפן ווען איך האב נאר געקענט. ווי אזוי קען א מענטש זיין אזא כפוי טובה???
Wow wow
עס איז זייער זייער פעינפול
דער יוד זאל זיך אפילו נישט וויסענדיג מאכן
עס איז נישט פשוט
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 9:25 am
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:29 am
ליידער זענען מיר אידן שולדיג א סך הכל פון איבער 150 אלפים וואס זיי האבן געבארגט מיט א שטר און מיט אן ערב (א חוץ פון מענטשען וואס זעננען מיר שולדיג געלט פון כל עלרליי ארבעט)
יעדער איינער זאגט איך באצאל דיר היינט...
(א חלק פון זיי זענען נגידים און שרייען כ'האב יעצט נישט)

כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
און א כתב סירוב מיינט היינט גארנישט. קוקסט אריין אין שו"ע וועסטו זעהן קלאר אז א גרויסע חלק פון די ’אינשורינס’ פארן מלווה איז בי"ד. איינמאהל בי"ד כוח איז גאר שוואך (אויב עפעס בכלל), איז נישט דא קיין שום אינשורינס פארן מלוה. חוץ אויב דער לוה איז מסכים צו לייגן א UCC אויף זיין הויז (אויב האט ער), וואס דאן וועט אים עס אויך נאר אפעקטירן אויב וויל ער ריפיינענס אדער פארקויפן.
דארף מען ווען אויסארבעטן אז ווען איינער וויל בארגן (עכ"פ גרויס) געלט זאל ער מוזן אונטערשרייבן שטרי בירורין בעפאר ביי א קאמפעטענטער בי"ד, איינלייגן געהעריגע קאלעטארעל (משעבד זיין די נכסים כהלכה און געזעץ) און אויב צאלט ער נישט זאל בי"ד קענען גובה זיין געהעריג. (היינט פירט מען זיך טאקע נישט צו גיין ממש ביז די טרוקענע הלכה פון מסדרים לבעל חוב אבער ביז אהין איז נאך אויך דא גאר אסאך צו טון). אוודאי זיך פארלאזן אז מען וועט שפעטער רופן צו דין תורה - און אויב יענער קומט נישט וועט ער צום ערגסטן פאל באקומען א סירוב - איז טאקע נישט גענוג היינט צוטאגס.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:29 am
ליידער זענען מיר אידן שולדיג א סך הכל פון איבער 150 אלפים וואס זיי האבן געבארגט מיט א שטר און מיט אן ערב (א חוץ פון מענטשען וואס זעננען מיר שולדיג געלט פון כל עלרליי ארבעט)
יעדער איינער זאגט איך באצאל דיר היינט...
(א חלק פון זיי זענען נגידים און שרייען כ'האב יעצט נישט)

כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
איינער פון זיי זאגט מיר נאך אז מען טאר נישט פיינוגען א בעל חוב וואס האט נישט צו באצאלן...
(זאג איך אים ווילאנג די האסט א פילע טשייניק קלאזע"ט מיט אלע ערליי זילבער און גאלד איז נישט קיין שום פראבלעם אייך צו פיינוגען...)
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אוועטאר
נכתב בצדו
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 19, 2021 8:39 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכתב בצדו »

בארג נאר וויפעל מאיז גרייט צו דערלייגען.

איינער איז מיר שילדיג אפאר הינדרעט דאללער פאר אן ארבעט וואס איך האב פאר עם געטון פאר איבער צעהן יאר צירוק.
אינדערצייט האט ער האט געקויפט צוויי האזער
אין מיך געלאזט ...
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

טעראוויטש האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 9:20 am
ישראל קדושים הם
אלא שהעניות - עניות וגלות הדעת הנקרא פּיר פרעשער - מנוולתן
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:29 am
כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
דערפאר איז א גוטע עצה צו האלטן געלט אין א גמ"ח, און ווען איינער בעט דיר זאלסט אים בארגן געלט, זאג אים זייער גערן, איך האב ליגן געלט אין גמ"ח פלוני ופלוני, קענסט אהינגיין בארגן פון יענעם גמ"ח.

אויף דעם אופן איז מען סיי מקיים אם כסף תלוה, און סיי אז דו דארפסט זיך נישט פארענען טאמער יענער האט נישט צו באצאלן, די גמ"ח וועט שוין טוהן די ארבעט אנשטאטס דיר.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אזעלכע רשעים זענען די גורם אז אפילו פאר ארנטליכע מענטשן זאל מען נישט וועלן בארגן, שוידערליך.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

וואס מענטשן טוען אלץ..

זאל דיר דער אויבערשטער אויפרעכטן.

להערה: דאס אז ער האט לכתחלה דיר געבעטן צו נעמען פופציג און אים געבן האלב וואלט שוין געדארפט אנצינדן א רויט לעמפעל.
ער קען דאך גיין סטרעיט, ער קען דאך איינעם דארט..
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: סגולה בדוק ומנוסה: בארג וועסטו דערלייגן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

to be continued האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 11:56 am
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 8:29 am
כ'ווייס נישט אויב עס גייט אן בזמנינו די אם כסף תלווה וגו' אויב עס איז נישט מעגליך בזמננו איינצומאנען די געלט דורך פארקויפן די חפצים פונעם לווה
דערפאר איז א גוטע עצה צו האלטן געלט אין א גמ"ח, און ווען איינער בעט דיר זאלסט אים בארגן געלט, זאג אים זייער גערן, איך האב ליגן געלט אין גמ"ח פלוני ופלוני, קענסט אהינגיין בארגן פון יענעם גמ"ח.

אויף דעם אופן איז מען סיי מקיים אם כסף תלוה, און סיי אז דו דארפסט זיך נישט פארענען טאמער יענער האט נישט צו באצאלן, די גמ"ח וועט שוין טוהן די ארבעט אנשטאטס דיר.
ביז דער גמ"ח פאלט צאם (ח"ו). בדוק ומנוסה עס וועל.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”