יחץ עפ"י הגר"א ז"ל

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
משה שרייבער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:17 pm

יחץ עפ"י הגר"א ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שרייבער »

א גוטן ערב (פורים) פסח
עס איז באקאנט אז דער הייליגער גר"א ז"ל, האט גענומען נאר צוויי מצות צום סדר.
וואלט איך געוואלט וויסן פאר אינטערעסאנקייט, איב איינער ווייסט, וועלכע מצה ער האט צובראכן ביי יחץ,
די אויבערשטע אדער די אינטערשטע?

נאך א שאלה, אויף די בילדער פונעם קערה עפ"י מנהג הגר"א זעט מען די צוויי מצות ליגן אויפן קערה צווישן די אנדערע מינים,
בינעך נייגעריג צו די מצות זענען געווען באדעקט אדער נישט.
ייש"כ
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8654
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: יחץ עפ"י הגר"א ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שטייט אלעס ארויס אין מעשה רב: בוצע ומטמין לאפיקומן, ונשאר פרוסה ושלימה, פרוסה מלמעלה.

אומר הא לחמא עניא כו' וכולם שומעין, ואח"כ נוטלין הקערה מעל השלחן וכו' ואומר הגדה עד שמגיע למצה זו, מביאין הקערה, ואומר ממצה זו עד אשר גאלנו, ומכסים הקערה ואומר אשר גאלנו ומברך בורא פרי הגפן ושותה הכוס ואח"כ מגלים פני הכלה.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
משה שרייבער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:17 pm

Re: יחץ עפ"י הגר"א ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שרייבער »

יישר כח פארן צו-ווייזן,
איך האב נאכגעקוקט אין מעשה רב.
בנוגע צו די מצות זענען צוגעדעקט.
שרייבט ער דארט אז מ'ברענגט אריין די קערה נאך כרפס, און די מצות זענען אויפגעדעקט, אויסער ביי ברכת אשר גאלנו און בופה"ג אויפן כוס שני איז עס צוגעדעקט און דערנאך איז מען עס מגלה
אוועטאר
משה שרייבער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:17 pm

Re: יחץ עפ"י הגר"א ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שרייבער »

נאך אן אינטערעסאנטע זאך האב איך געזען בד"א. אז דער גר"א ז"ל האט געגעסן א כזית כרפס און נישט געמאכט קיין נאך ברכה,
די קינדערלעך האבן לכאורה געטייטשט כרפס מען נעמט א כזית גרינצייג און מ'טינקט עס איין אין...........
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”