בלאט 22פון 25

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:47 pm
דורך בר חכמה
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:28 pm
בר חכמה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:14 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:10 pm

האבעך געזאגט אז איינער וואס וויל באמת ארויסהעלפן א אויסגאבע גייט עס נישט שרייבן אויף אייוועלט מיטן ציל און חשבון אז די רעדאקטארן גייען עס ליינען און אננעמען, זינט ס׳איז זינלאז צו טראכטן אז די חברה מאכן זיך אפילו צוטוהן מיט וואס די היזיגע אידן זאגן. דעציט.
פון היינט און ווייטער מעג מען שוין נישט שמועסן קיין שום נושא אויף אייוועלט, אויב רעדסטע פון בינגאו, וועסטע זאגן בינגאו האט א אימעיל אדדרעס שיק זיי דיינע הערות,
אויב רעדסטע איבער שמאוליקעסט, שמואלי האט א אימעיל,
אויב רעדסטע פון זאנוויל וויינבערגער, זאנוויל האט א אימעיל,

בקיצור המעשה די מאכסט אפ וואספארא נושאים עס איז ערלויבט צו ווערן דורכגעשמועסט דא, נייס.
שלום עליכם צום דיסקוסיע, אין קעיס דו ווייסט נישט איבער וואס די טענה׳ריי איז (אגב, איך האב א שטארקע פילינג אז בלוטי ווייסט אויך נישט פונקטליך…) לאמיר דיר אויסקלארן.

איך האב מיר באצויגן צו די רייד.
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:02 pm
פאקט איז אז יונגערע מאגאזינען שטעלן זיך נאך אוועק און קענען נוצן מער קריטיק און קאמענטארןווילאנג זיי שטעלן זיך אוועק אויף די ריכטיגע רעלסן און דערגרייכן די פראפעסיאנאליטעט פון פירמעס וועלכע זענען שוין לענגער אויף דער מאפּע. פאר זיי זאג איך,
יעצט איז עס נאך אלץ גלייך צו בינגא, און שמואליקעסט?

פאר זיי זאג איך, וואס האט איר פון פרובירן פארשטאפן דעם מויל פון איינער וואס שרייבט אנדערש ווי וואס איר ערווארטעט, ווילט איר טאקע ליינען בלויז וואס מאכט אייך באקוועם, און בלויז פיטערן דעם וואן-וועי הייוועי אויף וואס איר פארט?
האסט פשוט ארויסגענומען זיינע ווערטער פון קאנטעקסט,
פארוואס ברענגסטע נישט די צווייטע חלק ווי ער פירט אויס,

זיין פוינט איז פשוט אז פאר א פרישע אויסגאבע וואס בויט זיך נאך איז זיכער גוט קריטיק,

דאס מיינט נישט אז ער שרייבט דא בלויז לשם מצוה צו קריטיקירן, ער שרייבט דא פאר די זעלבע סיבה פארוואס רוב מענטשן שרייבן דא, דזשאסט צו שמועסן און אויסדריקען מיינונגען, סא דיין טענה אז ער מוז אויפהערן שרייבן עניטינג, וואס ווארפט נישט א פולקאמע פאזיטיווע ליכט אויף די שטיבל, ווייל די שטיבל מערכת האט א אימעיל אדדרעס, איז זינלאז.

א פרייליכע פסח.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:46 pm
דורך שטארק זיך
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:29 am
Discombobulated האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:25 am
שטארק זיך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:49 am
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:27 am
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:05 pm

וואס איז נישט ריכטיג מיט פילע, אדער וועלט'ס גרעסטע?
נישטא אזא ווארט ווי פילע, וועלטס קומט אן א שטרעכל.

(אז דו ווייסט נישט, וואס טענה׳עסטעך דעמאלטס?)
באקרוינט אלס דער סטאנדארט פארמירער.

אלזא: ׳פילע׳ איז יא אן עמטליכע ווארט, און וועלט׳ס קען ווערן געשריבן מיט אדער אָן א שטרעכל. גראמאטיש גערעדט קומט עס מיט א שטרעכל. (פלוראל ווערסוס אייגנטום)
די שאלה איז וואס עס מיינט אן עמטליכע ווארט, ווייל דאס איז זיכער אז היינט איז ’פילע’ א ברייט באנוצטע ווארט, אבער א שנעלע זיך אין צוויי ווערטער בוכער ווייזט אז די ווארט איז נישט צום האבן!
סאיז די זעלבע עוועלאשן ווי אייערנעכטן וואס קיין איין אידישע צייטונג וועט נישט שרייבן איידירנעכטן אפילו ס’איז קארעקט.
לסיכום מיין איך אז ביידע זענען גערעכט!
לגבי וועלטס איז זייער אינטערעסאנט ווייל לויט די ענגלישע כללים לייגט מען זיכער צו אן אויבערשטרעכל,
אבער דא קוקט אויס ווי ביי אידיש איז אנדערש, ביי אידיש לייגט מען נאר אן אויבערשטרעכל ביים ס אויב עס רעדט זיך פון א מענטש משא’’כ אויב דאס ווארט באציט זיך נישט צו קיין מענטש נאר די עצם ווארט איז א שילדערונג אויף אייגנטימערשאפט [possessive] לייגט מען נישט צו קיין אויבערשטרעכל.
קומסט אריין זייער קלאר. אויפן איד קענעך עכט נישט האבן קיין טענות ווייל דער ווארט איז געהעריג באניצט היינט, אבער פון דער אנדערער זייט, אויב ווילסטו זיי אנרופן די מערסטע פראפעסיאנעל, דארף דאך עס האבן עפעס האפט.

ס׳איז גראדע נישט ממש גלייך צו א ווארט וואס האט געטוישט איר פארעם דורכאויס די יארן, ווייל מ׳קען דעך ניצן ״פיל״.

און ווי שוין געשריבן איז סתם א שאד צו בלייבן שטעקן ביי אזעלכע זאכן וואו מ׳קען זיך טענה׳ען שעות.

בנוגע פאסעסיוו, איז עס נאר שייך ביי א מענטש, נישט ביי א דומם (ביי א בעל חי בינעך טאקע מסופק), אדער העכסטנס אין א פאעטרי וואו מ׳וויל עפעס ארויסברענגען, דארט זענען די חוקים עטוואס אנדערש.
פאזעסיוו איז שייך אימער... זייער א שיינע/ר נייע/ר חידוש וואס איר ווילט שאפן אבער ידידינו הקרעיאן (דומם) מוז צו דעם נישט צושטימען...

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:03 pm
דורך בלוט בלבול
Discombobulated האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:27 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:17 pm
Discombobulated האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:11 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:07 pm
Discombobulated האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:05 pm

משה’ס קאליר ווייזט אז ער קומט פון תימן [possessive]

משה קומט פון תימן, עס דערקענט זיך אויף זיין קאליר. דא ווערט נישט די מענטש אליין די possessive.
זאגסטעך אליין, נאר די ערשטע איז א פאסעסיוו, נישטא קיין צווייטער וועג עס אויסצושטעלן.
איך בין נישט מחולק מיט דיר, איך שמועס נאר אויס.
האסט געשריבן אז אלעס קען זיין א פאסעסיוו, ווענצעך וויאזוי מ׳שטעלט עס אויס. דאס האבעך געוואלט פארשטיין, ווייל א פאסעסיוו קען מען אויסלייגן נאר איין וועג. (בעיסיקלי דער אביעקט נאך דעם אייגנטומער.)
וואס כ’האב געמיינט צו זאגן איז אז מען קען ארויסברענגען די זעלבע נקודה סיי אלס א פאסעסיוו אין סיי אן.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:04 pm
דורך בלוט בלבול
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:28 pm
בר חכמה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:14 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:10 pm

האבעך געזאגט אז איינער וואס וויל באמת ארויסהעלפן א אויסגאבע גייט עס נישט שרייבן אויף אייוועלט מיטן ציל און חשבון אז די רעדאקטארן גייען עס ליינען און אננעמען, זינט ס׳איז זינלאז צו טראכטן אז די חברה מאכן זיך אפילו צוטוהן מיט וואס די היזיגע אידן זאגן. דעציט.
פון היינט און ווייטער מעג מען שוין נישט שמועסן קיין שום נושא אויף אייוועלט, אויב רעדסטע פון בינגאו, וועסטע זאגן בינגאו האט א אימעיל אדדרעס שיק זיי דיינע הערות,
אויב רעדסטע איבער שמאוליקעסט, שמואלי האט א אימעיל,
אויב רעדסטע פון זאנוויל וויינבערגער, זאנוויל האט א אימעיל,

בקיצור המעשה די מאכסט אפ וואספארא נושאים עס איז ערלויבט צו ווערן דורכגעשמועסט דא, נייס.
שלום עליכם צום דיסקוסיע, אין קעיס דו ווייסט נישט איבער וואס די טענה׳ריי איז (אגב, איך האב א שטארקע פילינג אז בלוטי ווייסט אויך נישט פונקטליך…) לאמיר דיר אויסקלארן.

איך האב מיר באצויגן צו די רייד.
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:02 pm
פאקט איז אז יונגערע מאגאזינען שטעלן זיך נאך אוועק און קענען נוצן מער קריטיק און קאמענטארןווילאנג זיי שטעלן זיך אוועק אויף די ריכטיגע רעלסן און דערגרייכן די פראפעסיאנאליטעט פון פירמעס וועלכע זענען שוין לענגער אויף דער מאפּע. פאר זיי זאג איך,
יעצט איז עס נאך אלץ גלייך צו בינגא, און שמואליקעסט?
איך ווייס וואס דו זאגסט, און איך זע נישט פארוואס מ׳זאל נישט דא קאמענטירן און קריטיקירן (קאנסטראקטיוו) די מאגאזינען.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:06 pm
דורך בלוט בלבול
שטארק זיך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:46 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:29 am
Discombobulated האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:25 am
שטארק זיך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:49 am
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:27 am

נישטא אזא ווארט ווי פילע, וועלטס קומט אן א שטרעכל.

(אז דו ווייסט נישט, וואס טענה׳עסטעך דעמאלטס?)
באקרוינט אלס דער סטאנדארט פארמירער.

אלזא: ׳פילע׳ איז יא אן עמטליכע ווארט, און וועלט׳ס קען ווערן געשריבן מיט אדער אָן א שטרעכל. גראמאטיש גערעדט קומט עס מיט א שטרעכל. (פלוראל ווערסוס אייגנטום)
די שאלה איז וואס עס מיינט אן עמטליכע ווארט, ווייל דאס איז זיכער אז היינט איז ’פילע’ א ברייט באנוצטע ווארט, אבער א שנעלע זיך אין צוויי ווערטער בוכער ווייזט אז די ווארט איז נישט צום האבן!
סאיז די זעלבע עוועלאשן ווי אייערנעכטן וואס קיין איין אידישע צייטונג וועט נישט שרייבן איידירנעכטן אפילו ס’איז קארעקט.
לסיכום מיין איך אז ביידע זענען גערעכט!
לגבי וועלטס איז זייער אינטערעסאנט ווייל לויט די ענגלישע כללים לייגט מען זיכער צו אן אויבערשטרעכל,
אבער דא קוקט אויס ווי ביי אידיש איז אנדערש, ביי אידיש לייגט מען נאר אן אויבערשטרעכל ביים ס אויב עס רעדט זיך פון א מענטש משא’’כ אויב דאס ווארט באציט זיך נישט צו קיין מענטש נאר די עצם ווארט איז א שילדערונג אויף אייגנטימערשאפט [possessive] לייגט מען נישט צו קיין אויבערשטרעכל.
קומסט אריין זייער קלאר. אויפן איד קענעך עכט נישט האבן קיין טענות ווייל דער ווארט איז געהעריג באניצט היינט, אבער פון דער אנדערער זייט, אויב ווילסטו זיי אנרופן די מערסטע פראפעסיאנעל, דארף דאך עס האבן עפעס האפט.

ס׳איז גראדע נישט ממש גלייך צו א ווארט וואס האט געטוישט איר פארעם דורכאויס די יארן, ווייל מ׳קען דעך ניצן ״פיל״.

און ווי שוין געשריבן איז סתם א שאד צו בלייבן שטעקן ביי אזעלכע זאכן וואו מ׳קען זיך טענה׳ען שעות.

בנוגע פאסעסיוו, איז עס נאר שייך ביי א מענטש, נישט ביי א דומם (ביי א בעל חי בינעך טאקע מסופק), אדער העכסטנס אין א פאעטרי וואו מ׳וויל עפעס ארויסברענגען, דארט זענען די חוקים עטוואס אנדערש.
פאזעסיוו איז שייך אימער... זייער א שיינע/ר נייע/ר חידוש וואס איר ווילט שאפן אבער ידידינו הקרעיאן (דומם) מוז צו דעם נישט צושטימען...
כ׳ווייס נישט וויאזוי מ׳רופט אן אזא דעבאטע, ווען מ׳טענה׳עט זיך איבער פאקטן. סא איך וועל פרובירן אויפזוכן וואו ס׳שטייט ווי איך זאג, און דו טו די זעלביגע, א געשעפט?

בכלל האסטו מיר פארדרייט די עצם טענה אז וועלטס שרייבט מען אן א שטרעכל, לאמיר שוין זאגן אז ס׳קען יא זיין א פאסעסיוו ביי א דומם, איז עס דא נישט קיין פאסעסיוו.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:11 pm
דורך בלוט בלבול
און אזויווי כ׳האלט אז ס׳איז א שאד די צייט (איך ענדזשוי עס ביידעוועי) זיך ארומצוקריגן אויף די פאר ווערטער, העמיר ברענגען לכבוד @רויטע קרעיאן מינימום צען טעותים, נאר אויף די דעקלעך פונעם איד.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:13 pm
דורך תרמב
נישט דא קיין עמי צו באקומען אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:18 pm
דורך בלוט בלבול
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:06 pm
שטארק זיך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:46 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:29 am
Discombobulated האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 11:25 am
שטארק זיך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:49 am

באקרוינט אלס דער סטאנדארט פארמירער.

אלזא: ׳פילע׳ איז יא אן עמטליכע ווארט, און וועלט׳ס קען ווערן געשריבן מיט אדער אָן א שטרעכל. גראמאטיש גערעדט קומט עס מיט א שטרעכל. (פלוראל ווערסוס אייגנטום)
די שאלה איז וואס עס מיינט אן עמטליכע ווארט, ווייל דאס איז זיכער אז היינט איז ’פילע’ א ברייט באנוצטע ווארט, אבער א שנעלע זיך אין צוויי ווערטער בוכער ווייזט אז די ווארט איז נישט צום האבן!
סאיז די זעלבע עוועלאשן ווי אייערנעכטן וואס קיין איין אידישע צייטונג וועט נישט שרייבן איידירנעכטן אפילו ס’איז קארעקט.
לסיכום מיין איך אז ביידע זענען גערעכט!
לגבי וועלטס איז זייער אינטערעסאנט ווייל לויט די ענגלישע כללים לייגט מען זיכער צו אן אויבערשטרעכל,
אבער דא קוקט אויס ווי ביי אידיש איז אנדערש, ביי אידיש לייגט מען נאר אן אויבערשטרעכל ביים ס אויב עס רעדט זיך פון א מענטש משא’’כ אויב דאס ווארט באציט זיך נישט צו קיין מענטש נאר די עצם ווארט איז א שילדערונג אויף אייגנטימערשאפט [possessive] לייגט מען נישט צו קיין אויבערשטרעכל.
קומסט אריין זייער קלאר. אויפן איד קענעך עכט נישט האבן קיין טענות ווייל דער ווארט איז געהעריג באניצט היינט, אבער פון דער אנדערער זייט, אויב ווילסטו זיי אנרופן די מערסטע פראפעסיאנעל, דארף דאך עס האבן עפעס האפט.

ס׳איז גראדע נישט ממש גלייך צו א ווארט וואס האט געטוישט איר פארעם דורכאויס די יארן, ווייל מ׳קען דעך ניצן ״פיל״.

און ווי שוין געשריבן איז סתם א שאד צו בלייבן שטעקן ביי אזעלכע זאכן וואו מ׳קען זיך טענה׳ען שעות.

בנוגע פאסעסיוו, איז עס נאר שייך ביי א מענטש, נישט ביי א דומם (ביי א בעל חי בינעך טאקע מסופק), אדער העכסטנס אין א פאעטרי וואו מ׳וויל עפעס ארויסברענגען, דארט זענען די חוקים עטוואס אנדערש.
פאזעסיוו איז שייך אימער... זייער א שיינע/ר נייע/ר חידוש וואס איר ווילט שאפן אבער ידידינו הקרעיאן (דומם) מוז צו דעם נישט צושטימען...
כ׳ווייס נישט וויאזוי מ׳רופט אן אזא דעבאטע, ווען מ׳טענה׳עט זיך איבער פאקטן. סא איך וועל פרובירן אויפזוכן וואו ס׳שטייט ווי איך זאג, און דו טו די זעלביגע, א געשעפט?

בכלל האסטו מיר פארדרייט די עצם טענה אז וועלטס שרייבט מען אן א שטרעכל, לאמיר שוין זאגן אז ס׳קען יא זיין א פאסעסיוו ביי א דומם, איז עס דא נישט קיין פאסעסיוו.
פאסעסיוו.jpeg
פאסעסיוו.jpeg (345.92 KiB) געזען 5014 מאל

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:18 pm
דורך intellectual
תרמב האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:13 pm
נישט דא קיין עמי צו באקומען אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג
פרוביר אויף בראודוועי ביי די ניוס-סטענד.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:24 pm
דורך בן סאלמאן
תרמב האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:13 pm
נישט דא קיין עמי צו באקומען אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג
ב"ה

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:54 pm
דורך בלוט בלבול
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:11 pm
און אזויווי כ׳האלט אז ס׳איז א שאד די צייט (איך ענדזשוי עס ביידעוועי) זיך ארומצוקריגן אויף די פאר ווערטער, העמיר ברענגען לכבוד @רויטע קרעיאן מינימום צען טעותים, נאר אויף די דעקלעך פונעם איד.
קהילות ומוסדות: שוין געטוישט צו וועלט גרעסטע, דעם ס׳ האט ער שוין אויך פארגעסן; דרוקט אויס; אלסדינג; לעכטיגע; פילע (יוש! אקעי, רעכן עס ניש); מינסטער; מיליאנען וואס וועט אריינפליסן; שרייבט עטליכע מאל טויזענט און טויזנט.

שילדערונגען: שוועריגקייטן; העסקן נמרץ; קארעריע.

נאבל העמיר נישט רעכענען, ווי ס׳זעט אויס איז עס א דרויסנדיגע זאך.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:55 pm
דורך תרמב
intellectual האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:18 pm
תרמב האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:13 pm
נישט דא קיין עמי צו באקומען אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג
פרוביר אויף בראודוועי ביי די ניוס-סטענד.
איך גלייב נישט אז זיי האבן נאך

איך האב איינס, א צווייטער האט געבעטן

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:55 pm
דורך תרמב
בן סאלמאן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:24 pm
תרמב האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:13 pm
נישט דא קיין עמי צו באקומען אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג
ב"ה
אבער סמיינט דאך אז אלעס איז אויסגעגאנגען...

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 7:13 pm
דורך דניאל אויערבאך
רחצה!

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 10:14 pm
דורך רויטע קרעיאן
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:11 pm
און אזויווי כ׳האלט אז ס׳איז א שאד די צייט (איך ענדזשוי עס ביידעוועי) זיך ארומצוקריגן אויף די פאר ווערטער, העמיר ברענגען לכבוד @רויטע קרעיאן מינימום צען טעותים, נאר אויף די דעקלעך פונעם איד.
'דער איד' האט זיך אין אלע דורות, געפּלאגט מיט'ן 'בלוט בלבול...'

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:00 pm
דורך בלוט בלבול
רויטע קרעיאן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 10:14 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:11 pm
און אזויווי כ׳האלט אז ס׳איז א שאד די צייט (איך ענדזשוי עס ביידעוועי) זיך ארומצוקריגן אויף די פאר ווערטער, העמיר ברענגען לכבוד @רויטע קרעיאן מינימום צען טעותים, נאר אויף די דעקלעך פונעם איד.
'דער איד' האט זיך אין אלע דורות, געפּלאגט מיט'ן 'בלוט בלבול...'

זעט אויס אז יעצט איז געקומען די צייט פאר רויטע קרעיאנס זיך צו מוטשען מיט דעם בלוט בלבול…

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 3:13 pm
דורך Thank you
קעפל: חול המועד פראיעקט
Thank you האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 3:11 pm
אלגעמיינע אינטערוויו: רעדאקטארן פון די דריי אידישע מאגאזינען: "מאמענט", "שריפט" און "שטיבל":

שלשה מי יודע? לכבוד יום-טוב ברענגט קול מבשר א שמועס צווישן די דריי גרויסע אידישע מאגאזינען וואס ברענגן וואס נאך וואך פאר כלל ישראל אינהאלטסרייכע און אויטענטישע ליין מאטריאל. הערט פון די רעדאקטארן פון די דריי מאגאזינען: "מאמענט", "שריפט" און "שטיבל" איבער דאס ארויסגעבן וועכענטליך א רייכע אויסגאבע, די צוזאמנארבייט צווישן די אלע דריי, און אן 'אונטער די קוליסן' שמועס וויאזוי מען שטעלט אהער קנאקעדיגע ליין מאטריאל וואך נאך וואך

https://www.yiddish24.com/interviews/38/105001

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:08 pm
דורך וויקיליעקס
אוועראלל איז דעם יום טוב דא גאר גוטע סחורה פון אלע זייטן אז מ'קען ממש באגאסן ווערן. אבער די זאך וואס האט מיר דאס מערסטע געכאפט איז דייקא געווען די קינדער שטוב נסיעה קיין באפעלאו, אזא נסיעה איז א חידוש אין די וועלט פון יום טוב מאגאזין נסיעות, געווענטליך פארן איינס צו צוויי שרייבער, אבער דא האבן זיך אראפגעלאזט א מנין און אהאלב חברה מיט צוויי מאובילס, ס'איז געווען גאר געשמאק צו ליינען, דער שרייבער האט געמאכט א מייסטערהאפטיגע ארבעט, ס'זעט אויס ווי די חברה האבן ערנסט געהאקט א לעבן.
נאך א שטארקע נקודה וואס האט מיר געכאפט דארטן איז געווען אז א מאגאזין שטעלט ענדליך, איינמאל פאר אלעמאל, ארויס ווער אירע שרייבער זענען, ביי די עכטע נעמען מיט זייערע בילדער, עפעס וואס אין די היינטיגע שרייבן וועלט ווי יעדער נוצט פען נעמען מיט בילדער פון זייער רוקן איז עס א גרויסע חידוש. א דוגמא, ס'איז דא א שרייבער מיטן נאמען אברהם שפירא וואס ער האט געשריבן אמשינוב און יוסף שפיל, ער האט נאר נישט געכאפט (אדער איז עס דוקא) אז מ'זעט דארט זיין בילד און ס'שטעלט זיך זייער קלאר צוזאם מיט פנחס לייפער פון אמר הכותב און ביי די קינדער שטוב נסיעה. בין איך טאקע צוריקגעגאנגען צו אן ארטיקל וואס דער אברהם שפירא האט געמאכט ביים קעמפ עקספאו, דארטן זעט מען זיין בילד אסאך מאל און מ'קען זען אז ס'איז דער זעלבער לייפער.
אבער די נסיעה איבער-אלעם האט מיר גאר שטארק געכאפט, ס'איז א חידוש, איך האף אז ס'זאל ווערן א געווענטליכער יום טוב ערשיינונג סיי אין די קינדער שטוב און ביי אנדערע, אז מ'נעמט ארויס די גאנצע שטאב צוזאמען און עס באשרייבן אויף יום טוב, דאס געבט פיל מער פלאץ פאר אינטערעסאנטע ארטיקלן פיל מיט תוכן, צוליב וואס ס'איז פופצן אידן אנשטאט צוויי דריי.
נאך זאכן וואס זענען גאר גוט דעם יום טוב איז ארי ווייזער'ס נסיעה קיין רוסלאנד, ר' שלמה וועבער אין שריפט, די שמעון לעבאוויטש ארטיקל אין שטיבל, הערליכע ארבעט יעדער איינער.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:14 pm
דורך געטייפטע שורות
וויקיליעקס האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:08 pm

אויב איז ריכטיג וואס דו זאגסט דאן מיינט עס אז דער לייפער האט זיך אליין אינטערוויאט... צום סוף פונעם נסיעה איז דא אינטערוויאס מיט אלע שרייבערס, דער אינטערוויא מאכט אברהם שפירא און איינער פון די אינטערוויאטע איז פנחס לייפער, הייסט דער האט געכאפט א שמועס מיט זיך אליין...

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 6:53 pm
דורך זושא צוקער
יא, ביים עקספא זעהט מען זיין נאמען אויף זיין טעג...

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:49 am
דורך ברייט בארימט
האב איך באמערקט אז "די וואך" האט געהאט דעם יו"ט איבער דאפעלט מער עדס ווי "א בליק".

בינעך נייגעריג צו דאס איז וויבאלד א בליק זאגט אפ געוויסע עדס כדי נישט צו צופיל שטערן די ליינער? אדער איז עס פשוט ווייל מען אדווערטייזט ווייניגער ביי אים?

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:00 am
דורך באשיינפערליך
ברייט בארימט האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:49 am
האב איך באמערקט אז "די וואך" האט געהאט דעם יו"ט איבער דאפעלט מער עדס ווי "א בליק".

בינעך נייגעריג צו דאס איז וויבאלד א בליק זאגט אפ געוויסע עדס כדי נישט צו צופיל שטערן די ליינער? אדער איז עס פשוט ווייל מען אדווערטייזט ווייניגער ביי אים?
און דו פלאנסט נאך אנצונעמען די תירוץ וואס עפעס א אנאנימע ניק אויף א ווירטואלע פארום גייט דיר ענטפערן… לחיים.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:01 am
דורך בר חכמה
ברייט בארימט האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:49 am
האב איך באמערקט אז "די וואך" האט געהאט דעם יו"ט איבער דאפעלט מער עדס ווי "א בליק".

בינעך נייגעריג צו דאס איז וויבאלד א בליק זאגט אפ געוויסע עדס כדי נישט צו צופיל שטערן די ליינער? אדער איז עס פשוט ווייל מען אדווערטייזט ווייניגער ביי אים?
איך גלייב שווער אז איינער זאגט אפ עדס, אויב האט מען אסאך עדס קען מען לייגן מער ארטיקלען.

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:05 am
דורך באשיינפערליך
בר חכמה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:01 am
ברייט בארימט האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:49 am
האב איך באמערקט אז "די וואך" האט געהאט דעם יו"ט איבער דאפעלט מער עדס ווי "א בליק".

בינעך נייגעריג צו דאס איז וויבאלד א בליק זאגט אפ געוויסע עדס כדי נישט צו צופיל שטערן די ליינער? אדער איז עס פשוט ווייל מען אדווערטייזט ווייניגער ביי אים?
איך גלייב שווער אז איינער זאגט אפ עדס, אויב האט מען אסאך עדס קען מען לייגן מער ארטיקלען.
און אויב האט מען מער ארטיקלען דארף מען צולייגן נאך בלעטער, דארף מען האבן מער עדס צו קאווערן די פרישע אויסגאבן. חד גדיא חד גדיא…

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:07 am
דורך בר חכמה
מנחם גאלד א.ק.א. בנימין יאזשעף, איז אריינגעקומען זייער שטארק די יום טוב, שטארק הנאה געהאט פון זיינע סחורה.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: