איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בלויז א מענטש
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 8:39 pm

איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויז א מענטש »

כ'האב שוין אזויפיל געליינט און געהערט איבער די שווערקייט פון זיין א מענעדזשער העכער עטליכע ארבעטער, און אויך די צד שני וויפיל ארבעטער קענען מיטמאכן ל"ע פון שווערער מענעדזשערס.

אצינד איז געקומען מיין צייט צו זיין אויף דעם פאזיציע. אקעי נישט ממש יעצט נאר א שיינע שטיק צייט צוריק...
אדערווייל פארט אלעס על מי מנוחות, זאל דער באשעפער ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט.

מיין שאלה איז:
וואס זאל איך זיכער מאכן 'יא' אדער 'נישט' צו טוען, כדי צו געבן מיין אידישע ארבעטער דאס בעסטע עקפיריענס מעגליך?
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2900
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

1. רעספעקט
2. רעספעקט
3. רעספעקט
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

געב זיי די געפיל אז די פארגינסט זיי אפי' ער ווערט געהעכערט.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

באנאנא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 11:59 pm
1. רעספעקט
2. רעספעקט
3. רעספעקט
און הילף ווען נאר מעגליך. לאז קריטיק פאר אויסנאם פעלער.

געדענק אז דו קענסט בויען אדער חלילה אוועקלייגן א יונגערמאן'ס עתיד מיט איין שלעכט ווארט. די אחריות איז גרויס.
אני הוא הנער, נער המדבר
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

געב חיזוק כסדר, דריי דיך ארום מיט א שמייכל און מאך א פאזיטיווע לופט.

ווען עס פעלט אויס צו מעורר זיין זאל עס זיין פאזיטיוו און פארלאנגען דיינע זאכן מיט א אויפריכטיגע שמייכל, אז אונז גיימער זיין סוקסעספול, אונז מיינען צו טוהן חסד מיט אונזערע קליענטן וכו'.

לפעמים שטעל צו נישט טייערע קאושער אינטערטעינמענט צב"ש א ראש חודש סעודה, א בראנטש אין א כ"א כסליו, אומגערישט אריינקומען מיט דאונאטס חנוכה וכדו'...

לייג צו א האנט וואו שייך, אז עס זאל נישט מאכן דעם רושם ווי דו ביסט פריץ און יענער זאל ארבעטן ווי א פערד.

בנוגע זייער ארבעט ווען עס דארף געפאסט ווערן באשלוסן וואס איז נוגע די ארבעטערס, פרעג די ארבעטער'ס זייער מיינונג, אבער נאר אויב דו ביסט עכט גרייט צו מקבל זיין אויב זייערע רייד שטימען מיט מציאות, אנדערש וועלן זיי דיר שעלטן אלס פאראזיט.

זיי אפן מיט זיי
ביי מיר אין אפיס איז דער סלאגאן "לאמיר זיין אפן"

כ'וועל דיר ציטירן אויסצוגן פון א צעטל ביי מיר אין אפיס וואס ווערט געליינט דורך די איינגעשטעלטע - כמובן מיט טעכנישע טוישן.

די סלאגאן פון די ביזנעס – לאמיר זיין אפן!!!
דאס איז דער יסוד היסודות וואס איבערדעם דרייעט זיך די גאנצע ווערטשאפט אין ביזנעס.
דאס הייסט, דו האסט עפעס צו פרעגן? האסט עפעס צו מעיר זיין און אויפמערקן?, האלטסט אז מען מעג זיך פארבעסערן אין א געוויסע הינזיכט? האסט געהערט גוטע פידבעק? האסט געהערט שלעכטע פידבעק? האסט עפעס צובראכן בטעות? האסט עפעס צובראכן במזיד? כ'בין מסופק ווי אזוי צו האנדלען די און די סיטואציע? כ'בין אין די גיסטע פון טון די און די פונקציע? כ'בין נישט אין די גיסטע פון ארבעטן היינט? כ'בין אין די גיסטע פון די און די תאוה היינט? כ'וויל פראטעקציע אין די און די הינזיכט? כ'בין נישט צופרידן צו זיין מיט דער און דער ארבעטער? וכו' וכדו' וגו' א.ד.ג. א.א.וו. ETC.
לאמיר זיין אפן! זאג עס ארויס!
מאידך גיסא וועט מען פון די ביזנעס מענעדזשמענט אויך זיין זייער אפן אי"ה, אויב דער מענעדזשער וועט האבן קריטיק וועט ער עס זאגן אפן אן קיין רמזים! אויב וועט ער נישט זיין צופרידן פון עפעס וועט ער עס זאגן!, קומט אויס אז ווען ער קאמפלימענטירט עפעס מיינט ער עס אויך אמת'דיג ווייל דא איז מען זייער אפן!

אט דער קלארער כלל מאכט אסאך גרינגער די ארבעט פון אלע זייטן , די ביזנעס דארף נישט מורא האבן אז מען וועט זיך זעהן סטאק ווייל איין ארבעטער וואס האט מיסברויכט זיינע פונקציעס האט געמאכט א שווייג און יעצט איז מען אין דיטש.


ר' @בניהו און ר' @באנאנא און ר' איך הייק האבן עס קורץ און שארף גוט ארויסגעברענגט.

(כ'שרייב עס מיט א בליק פון ביידע זייטן פון די מטבע, ואכמ"ל)
לעצט פארראכטן דורך דער מענעדזשער אום מיטוואך מארטש 27, 2024 12:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

@דער מענעדזשער

צולייגן א האנט [ווי דו דערמאנסט] איז אויך זייער וויכטיג און טו עס אפט

@בניהו @באנאנא @איך הייק

-אלעמאל [אריינגערעכנט אלעמאל] זיי מיט א שמייכל און מיט א פרישע גיסטע

קריטיק שלא בשעת מעשה איז מער עפעקטיוו און מער איידל

קיינמאל מוז מען נישט קריטיקירן בשעת מעשה

גיב עצות אויך, נישט נאר קריטיק
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

ווי קלארער די אנווייזונגען פאראויס, אלס בעסערע רעזולטאטן

טראכט נישט אז עפעס דארף מען אליין פארשטיין/וויסן

גיב דיין ארבעטער ספעיס, און די מעגליכקייט צו טון זאכן לויט זיין אייגענע געשמאק, [שטייצעך חוץ אויב ס'שטערט די ביזנעס, און אייל זיך נישט צו זאגן אויף זאכן/סטייל אז ס'שטערט די ביזנעס]
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

ר' @אפגעגאלט
איך וועל נישט פארטיג ווערן מיט לייקן
דו קומסט אריין שוין די צווייטע מאל מיט דברים קולע אל השערה
נעם עס אלס גילוי דעת אויף ווייטער, חוץ ווען כ'וועל מחולק זיין...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

נעם דיר אן ארבעטער וואס וועט דיר זאגן אין פנים וואס דו טוסט אומריכטיג, הער די קריטיק, און פארבעסער זיך

ס'איז קיינמאל קיין בושה צו זאגן "טעיתי" און "איך בין שולדיג" און "איים סארי"

דאס איז נישט נאר פאר מענעדזשערס
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

יא שיעור נישט פארגעסן

מאך זיך א נאטיץ איבערצוקוקן דעם פתיחת האשכול דיינעם כסדר.

ווען דו וועסט שוין זיין אויף דיין פאזיציע לאנגע יארן בעזהשי"ת זאלסטו נישט פארגעסן אז מעגסט [און דארפסט] זיך נאך אלס לערנען
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

קיינמאל [עגעין, קיינמאל] רעדן צו איין ארבעטער בגנות פון א צווייטן

און גיב אכט אז מתוך שבחו זאל נישט זיין בא לידי...
א ווייסע ארבעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 12:08 am
באנאנא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 11:59 pm
1. רעספעקט
2. רעספעקט
3. רעספעקט
און הילף ווען נאר מעגליך. לאז קריטיק פאר אויסנאם פעלער.

געדענק אז דו קענסט בויען אדער חלילה אוועקלייגן א יונגערמאן'ס עתיד מיט איין שלעכט ווארט. די אחריות איז גרויס.
א יונגערמאן וואס קען ווערן אווקגעלייגט מיט איין ווארט דארף פשוט ארבעטן אויף זיין סעלף עסטים
א באס מעג אריינפליקן, און אפי' שארף
נ. ב. איך בין א ארבעטער
געלט איז יא אלעס.
זאג נישט אז נישט ווייל ס'יא.
ביז מ'האט עס.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 4:54 am
בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 12:08 am
באנאנא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 11:59 pm
1. רעספעקט
2. רעספעקט
3. רעספעקט
און הילף ווען נאר מעגליך. לאז קריטיק פאר אויסנאם פעלער.

געדענק אז דו קענסט בויען אדער חלילה אוועקלייגן א יונגערמאן'ס עתיד מיט איין שלעכט ווארט. די אחריות איז גרויס.
א יונגערמאן וואס קען ווערן אווקגעלייגט מיט איין ווארט דארף פשוט ארבעטן אויף זיין סעלף עסטים
א באס מעג אריינפליקן, און אפי' שארף
נ. ב. איך בין א ארבעטער
די איין ווארט (אדער עטליכע) קען זיין צום באלעבאס אקעגן דעם ארבעטער אין א שלעכטע מינוט.
אני הוא הנער, נער המדבר
א ווייסע ארבעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך בין א מענעדזשער - יעצט וואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 7:51 am
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 4:54 am
בניהו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 12:08 am
באנאנא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 11:59 pm
1. רעספעקט
2. רעספעקט
3. רעספעקט
און הילף ווען נאר מעגליך. לאז קריטיק פאר אויסנאם פעלער.

געדענק אז דו קענסט בויען אדער חלילה אוועקלייגן א יונגערמאן'ס עתיד מיט איין שלעכט ווארט. די אחריות איז גרויס.
א יונגערמאן וואס קען ווערן אווקגעלייגט מיט איין ווארט דארף פשוט ארבעטן אויף זיין סעלף עסטים
א באס מעג אריינפליקן, און אפי' שארף
נ. ב. איך בין א ארבעטער
די איין ווארט (אדער עטליכע) קען זיין צום באלעבאס אקעגן דעם ארבעטער אין א שלעכטע מינוט.
דאס יא, ה"י
געלט איז יא אלעס.
זאג נישט אז נישט ווייל ס'יא.
ביז מ'האט עס.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”