ורצה בנו

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Lyrics
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:05 am

ורצה בנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Lyrics »

פרייטאג צונאכטס פלאם פייער
גייט ר יעקב מאיר
מיט א פרייליכע געפיל
אהיים פון שוהל

טרעפט אים א איד גאר טייער
פרעגט פון ר יעקב מאיר
שוין אגאנצע נאכט
דין רבינס פנים איך באטראכט

איך ווייס אז שווער איז דיר זייער
טייערע ר יעקב מאיר
און דאך נעם איך אין אכט
דעם רביס פנים שיינט און לייכט


ווען איך כאפ א בליק אויף דיין פרייליכע צורה
קען זיך דאכטן אז אלעס גייט דיר כשורה
איך ווייס דאך יא וואס טוט זיך אין דיין דירה
אז כסדר האסטו נאך א צרה צרורה
וויאזוי מיט שמחה שטענדיג זינגסטו שירה
סזעהט מיר אויס ווי א פשוטע סתירה
רבי ווי ווייזט מען אזא גבורה
ר יעקב מאיר שמייכלט און ענטפערט בשפה ברורה

איך גיי אהיים מאכן קידוש, אשר קדשנו
איך גיי דארט אויסשרייען ורצה בנו
פון אלע מענטשן ביליאנען האט ער מיך אויסדערוועלט
ושבת קדשו באהבה וברצון הנחילנו

וויאזוי קען איך זיין אין א מוט א שלעכטער, אשר קדשנו
אז מיך יעקב מאיר שעכטער
ורצה בנו ורצה בנו
פון אלע מענטשן ביליאנען האט ער מיך אויסדערוועלט
נו זאג מיר איז נאך דא עפעס וואס מיך פעלט.
ציר
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 2:07 am

Re: ורצה בנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציר »


WOWOWOWOW!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”