באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

איז די מעשה אזוי.

איך האב געהאט א ליעס פון האנדא פיינענשול. א קורצע צייט צוריק באקום איך א בריוו פון זיי און זיי דערמאנען מיר אז מיין ליעס קימט שוין אט צו אן ענדע אין בלויז געציילטע וואכן. אזויווי איך האב געהאט גאנץ א ביליגע ליעס האב איך געטראכט אז איך וועל עס טרייען צו עקסטענדען. איך קאל זיי אריין פרעגן צו איך קען עקסטענדען די ליעס זאגן זיי מיר אז מיין אקאונט איז אין דיפאלט און מיין קאר איז אויף די ליסטע פאר ריפאזעשיען (אוועקצונעמען די קאר) ווייל איך האב נישט געצאלט די לעצטע דריי חדשים!

אויף די רגע בין איך געווען שאקירט ווייל מיין אקאונט איז אויפגעסעט פאר אטאמאטישע פעימענטס יעדע חודש! אבער גלייך האב איך מיר געכאפט אז איך האב טאקע אפאר חדשים צוריק געעפענט א נייע באנק אקאונט און פארמאכט די אלטע און פארשטייט זיך אז זייערע debit attempts זענען נישט דורכגעגאנגען.

איך פרעג זיי וואס זענען מיינע אפשענס, זאגען זיי אז ווילאנג די קאר איז נאך נישט אויפגעפיקט קענען איך נאך אלס באצאלען די גאנצע חוב און נאכדעם וועל איך נאך קענען עקסטענדען אויך. געוואלדיג!
די בעסטע וועג צו באצעלען זאגען זיי, איז דורך MoneyGram express payment
דעיס איז נישט ווי א גיווענליכע מאני ארדער נאר דאס איז אן אינסטענט טרענספער צו די קאמפאני. עס ארבייט אז מען גייט צו א מאני גרעם לאקעישאן און מען שטעלט אויס א פארם ווי מ'שרייבט אריין די אקאונט נומבער "צו וועם" מען וויל באצאלען און אזוי אויך מיין אקאונט נומבער, זיי וועריפייען עלעקטעראניש אז מיין אקאונט איז אקטיוו, איך געב זיי קעש און זיי אפדעיטען די קאמפעני אז איך האב באצאלט.
עכ"פ זאגען זיי אז איך זאל אזוי טון און אין בלויז פופצען מינוט נאכען מאכן די פעימענט קען איך זיי צוריקרופען ווי זיי וועלן קענען וועריפייען אז עס איז באצאלט און גיין ווייטער מיט די עקסטענשען. וואס קען זיין בעסער?

איך גיי אריבער און באנק ארויסצונעמען קאלטע קעש און דערנאך צו מאני גרעם פאר די פעימענט. איך באקום א רעסיט און איך אטעם אפ!

איין קליינעקייט, איך האב זיי נישט צוריקגעקאלט גלייך צו עקסטענדען ווייל איך בין געווארן פארנימען מיט אנדערע קאלס און מיטינגען. סייווי האב איך נאך אפאר וואכן אויף די ליעס, מיין אקאונט איז אפגעצאלט סא וואס איז די יאגעניש?...

עטליכע טעג נאך די פאון קאל און דאס קאר איז נישטא...

איך רוף גלייך האנדא צו זיי האבען גענומען מיין קאר. יא!
פרעג איך היתכן מען נעמט א קאר וואס איז אינגאנצען באצאלט? דער זאגט לאז מיר א קוק טוהן, און ער ווערט אויך צומישט... ער זעהט טאקע אז די אקאונט איז באצאלט ביזען לעצטען פעני... ער וואונדירט זיך הויך... ער לייגט מיר אויף א לאאאאנגע האלד.
פיינעלי קומט ער צוריק אז די ריפא קאמפעני (די קאמפעני וואס זיי דינגען צו אוועקשלעפן די קארן) איז נישט געווארען נאטיפייד אז עס איז באצאלט..

פיין סא לאז מיר גיין אויפפיקען די קאר פון זיי!

ניין איינמאל עס איז אויפגעפיקט גייט עס נישט צוריק!

אבער מיין קאר איז פולי באצאלט און עטס האט נישט געמעגט טאטשען די קאר!
עטס זענץ פאלנע גנבים.

ענטפער ער אונז גיי מיר דיר צוריקשיקען די גאנצע פעימענט אויף די פאסט אין די קאר בלייבט ביי אונז! און נישט נאר דאס נאר איך וועל דארפען באצאלען די עקספענסעס וואס עס האט געקאסט צו אויפפיקען די קאר און דערנאך דארפען באצאלען די גאנצע וועליו וויפעל זיי שאצען די קאר צו פארקויפען.
(אביסעל הסבר. די קאמפעני קאלעקט פון די ליעס נאר א טייל וויפעל די קאר איז ווערט. למשל א קאר קאסט 50,000 איז פון די ליעס מאכן זיי 10,000 און די איבריגי 40,000 רעכענען זיי צו באקומען נאכן ליעס דורך פארקויפען די יוזעד קאר. אויב אבער א קאסטומען דיפאולט אויף די ליעס נעמען זיי אוועק די קאר און געבען די קאסטומער צוויי אפשענשס; אדער קויפסטו אויס די קאר פאר די פולע פרייז וואס זיי שאצען (די העכסטע וואס מעגליך) אדער גייט די קאר פאר אקשען וואס דאן באקומען זיי אסאך ווייניגער און די דארפסט זיי באצאלען די דיפערענס)

איך שריי צוריק, איך דארף נישט צוריק די געלט, איך דארף די קאר! ענקער אייגענע רעפערזענטעטיוו האט מיר קלאר געזאגט אז איינמאל איך מאך פעימענט איז אלס צוריק. און איך האב די קאל ריקארדעט! (ס'איז טאקע ריקארדעט)

לייגט ער מיר נאכאמאל אויף האלד. זעהט אויס די עדזשענט האט מורה געהאט צו מאכן א מאוו ווען איך האב די רעקארדעט קאל.

נאך א וויילע קומט יענער צוריק אז זיי האבען נאכגעקוט די נאוטס פון די פאריגע עידשענט און זיי זעהן אז איך בין געווארען אנגעזאגט צוריקצוריפען און פיפצען מינוט און וויבאלד איך האב דאס נישט געטוהן האבן זיי פשוט נישט געוואוסט אז עס איז באצאלט.... איך טענה צוריק אז צוריקרופען איז געווען צו גיין פאראויס מיט די עקסטענשען. אבער נניח אז איך וואלט געדארפט צוריקרופען סייווי, נא האב איך נישט, און עס איז געשעהן וואס איז געשעהן אז די ריפא קאמפעני איז נישט געווארען נאטיפייד. פיין. אבער עס טוישט נישט די פאקט אז די האסט "עקסעפטעט" מיין פעימענט און די אקאונט איז אינאנצען באצאלט, און יעצט אויפו מינוט ווען דו קוקסט אויף דיין סקרין זעהסטו נאך אלס אז עס באצאלט! וויאזוי גייט עס אז וויבאלד ענק האבן נישט קיין גיטע סיסטעם צו אפדיעיטען ענקערע רעקארדס קענסטו מיר יעצט צורירשיקען די פעימענט און אריינלייגען די אקאונט אין דיפאלט רעטראעקטיוולי??? און נאך פארלאנגען די גאנצע וועליו פון די קאר?! נאך דערצו אז עס איז נאך ס"ה איבערגעבליבען געציילטע טעג ביז די ענדע פון די ליעס, דעיס איז פשוט פראוד!

למעשה ער האלט זיך ביי זיינס און גיי קלאפ בארן.

איך האלט יעצט עטליכע וואכען נאכדעם און מיין גאר גיטע קרעדיט סקאור האט געטראסקעט ביז אין די אדמה. עס איז דא נעגעטיוו אקאונט פון בערך דרייסיג טויזענט און אויך איז רעקארדירט א repossession וואס דאס האט אויך גאר א שטארקע עפעקט אויף די קרעדיט.

מיין לויער האט שוין געשיקט א cease and desist גאנץ אנהויב אז זיי זאלען צוריקשטעלן די אקאונט און נישט ריפארטען נעגעטיוו צו די ביורעס. די לויער האט אויך ארויסגעפוינט אז זיי האבען פארלעצט קלארע געשריבענע געזעצען פון נ.י סיי ווייל זיי מעגן נישט צורירען א באצאלטע ליעס און אזוי אויך דארפען זיי שיקען בריווען/אימעיל צו לאזען וויסען אז די קאר קען ווערן אוועקגענומען און געבען א טשאנס פאר די קאסטומער צו באצעלען. זיי האבען דאס אלעס נישט געטוהן און די אקאונט איז געווען באצאלט... זיי האבען ניטאמאל גענומען די מוה צו ענטפערען! אפילו נאך עטליכע פאלאו אפס.

איך האב שוין אויך געפיילט א קומפלעינט מיט די CFPB Federer Consumer Protection Bureau
און דעטאלירט פונקטליך די גאנצע קעיס, אינקלאדינג זייער טענה אז איך האב נישט צוריקגעקאלט און מיין טענה אז דאס טוישט נישט די פאקט אז זיי האבען פאקטיש "עקסעפטעד" מיין פעימענט, און אז די ליעס איז געווען באצאלט בשעת זיי האבען גענומען מיין קאר.
אפאר טעג שפעטער האט האנדא רעספאנדעד צו די קעיס אז די קאוסטומער איז געווארען אנגעזאגט צוריקצוריפען און ער האט נישט. זה הוא. דאס איז די גאנצע רעספאנס.
און די טיקעט איז פארמאכט! קאראפשען!

שוין געפיילט א דיספיוט מיט די קרעדיט ביורעס און נאך נישט צוריק געהערט.

מיין לעצטע זאך וואס איך וויל נאך פרובירען איז די דאזיגע תגובה... דאגה בלב איש ישיחנה. אפשר וועט מיר איינער קענען אן עצה געבן וויאזוי איך גיי דא ווייטער?


בתקווה ובתודה.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Wow
וואס זאגט דיין car leasing agent?
ישעי שלום
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 9:21 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי שלום »

פייל א קלעים און קאורט
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

וואס עפעס? האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:36 am
Wow
וואס זאגט דיין car leasing agent?
גארנישט.. זיי זענען באמת נישט קיין עכטע עידשענט. ס"ה א סעילספערסאן פאר א ליסינג קאמפאני וואס די ליסינג קאמפעני ברענגט די דיעל פאר האנדא מיט וועם די קאנטראקט איז
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

האסט למעשה א קאר יעצט?

זאל עס אויסגיין אויף דעם.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

VZQ האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:42 am
האסט למעשה א קאר יעצט?

זאל עס אויסגיין אויף דעם.
דאס וועט איר זאגן ווען עס געשעט פאר אייך!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

מאך א BBB קלעים ASAP.
די גייסט באקומען קעניגליכע סערוויס פון די עקזעקיטיוו אפיסעס.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

אין בין אויך נישט דיסיידעד אז איך וויל בכלל נאך א ליעס. איך פךעג נוצעו די קאר גאר ווייניג. צו גיין צום ארבייט דארף איך עס נישט און צו ערלעדיגען קלייניקייטען האב איך ליעב צו וואקען אפילו צום אנדערע עק שטאט. איך ניץ עס פאר לאנק דיסטענס אדער ווען מען דארף גיין מיט די קינדער. סא טראכט איך אז אפשר וועט מיר אויסקימען ביליגער און גאר באקוועמער צו אובערען און פין צייט צו צייט א רענטעל.

מיין גרעסטע פראבלעם מיט די גאנצע געשעפט איז די גאר שטארקע אימפעקט וואס עס האט אויף די קרעדיט
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

פעטער שמואל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:54 am
מאך א BBB קלעים ASAP.
די גייסט באקומען קעניגליכע סערוויס פון די עקזעקיטיוו אפיסעס.
זיי האבען די ערקסטע רעיטינג אויף בבב! עס גייט זיי גאנץ קנאפ אן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נאך אן עצה, אויב דו האסט א טוויטער אקאונט, טוויט עפעס שלעכט אויף די קאמפאני, און טעג האנדא פיינענשל...

דאס ארבייט וואונדערבאר!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

איך האב אן אקאונט מיט געציילטע פאלאורעס...
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

אדרבה. אויב איינער ווייסט וויאזוי אנצודרייען א קאשא אויך סאושעל מידיע וועל איך דאנקבאר זיין....
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אפשר פרובירסטו אויך דאס?
viewtopic.php?p=4945870#p4945870
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

איצל פיצל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:18 pm
אפשר פרובירסטו אויך דאס?
viewtopic.php?p=4945870#p4945870
שכוח. וועל מיר אריינקוקען דערין
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שטראלען האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:01 pm
אין בין אויך נישט דיסיידעד אז איך וויל בכלל נאך א ליעס. איך פךעג נוצעו די קאר גאר ווייניג. צו גיין צום ארבייט דארף איך עס נישט און צו ערלעדיגען קלייניקייטען האב איך ליעב צו וואקען אפילו צום אנדערע עק שטאט. איך ניץ עס פאר לאנק דיסטענס אדער ווען מען דארף גיין מיט די קינדער. סא טראכט איך אז אפשר וועט מיר אויסקימען ביליגער און גאר באקוועמער צו אובערען און פין צייט צו צייט א רענטעל.

מיין גרעסטע פראבלעם מיט די גאנצע געשעפט איז די גאר שטארקע אימפעקט וואס עס האט אויף די קרעדיט
גייסט קיינמאל נישט אנקומען מיט זיי אליינס. דו מוזט גיין אין געריכט.

איך האב געדילט ביי א מעשה פון א מארטגעדזש קאמפעני וואס איז אויך געווען שולדיג אין עפעס, און דער קרעדיט איז געפאלן גאר שטארק כ'האב געטרייט אלע מיני וועגן מיט די קאמעפני אלייין און ס'איז נישט געגאנגען, און נאכדעם האב איך געטרייט מיט די קרעדיט קאמפעניס און אויך נישט.
למעשה האב איך עס געגעבן פאר טא פוינט זירא און נאך צוויי חדשים האבן זיי עס געהאט מסדר געווען און כ'האב באקומען פון אלע דריי קרעדיט ביוראס א טאטעל פון 40 טויזענט דאלער און אלעס איז געגאנגען צו טא פוינט זירא.. אזויווי אונז האבן זיך אפגעשמועסט פון פארדעם. איך האב גארנישט געדארפט צאלן מתחלה.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

די ווייסט ווי די קאר איז יעצט? מיט א פליס ריפארט קענסטו עס קלעימען און אוועק פארן דערמיט?
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:41 pm
די ווייסט ווי די קאר איז יעצט? מיט א פליס ריפארט קענסטו עס קלעימען און אוועק פארן דערמיט?
די זעלבע געטראכט. אפשר קאל 911 ווי א תם אז מהאט געגנבעט דיין קאר?
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

געמבלער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:53 pm
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:41 pm
די ווייסט ווי די קאר איז יעצט? מיט א פליס ריפארט קענסטו עס קלעימען און אוועק פארן דערמיט?
די זעלבע געטראכט. אפשר קאל 911 ווי א תם אז מהאט געגנבעט דיין קאר?
גייט נישט אזוי...

זיי גייען דיר נישט געבן א ריפארט אויב די באנק האט עס צו גענומען...

און אויב זאגסטו ליגענט קענסטו ארעסטירט ווערן
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
בטלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

קענסט לכאורה אויך אנקלאגן די ריפא קאמפעני אז זיי האבן אוועקגענומען א באצאלטע קאר.
BATLEN ❤️ CHAOS
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

בטלן האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:03 pm
קענסט לכאורה אויך אנקלאגן די ריפא קאמפעני אז זיי האבן אוועקגענומען א באצאלטע קאר.
ריפא קאמפאני גייט לויט וויאזוי די באנג זאגט זיי. וויאזוי קען איך זיי קלאגען אן די קלאגען די באנק.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3403
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מאני גרעם?? דאס איז פראד פון ערשטן קלאס.
אפילו ווען דו רופסט צוריק וואלטן זיי נישט אויפגעהויבן אדער געגעבן א צווייטן אויסרייד.
מ׳דארף שטיין ווייט פון האנדע
שטראלען
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

נעגלוואסער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:57 pm
געמבלער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:53 pm
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:41 pm
די ווייסט ווי די קאר איז יעצט? מיט א פליס ריפארט קענסטו עס קלעימען און אוועק פארן דערמיט?
די זעלבע געטראכט. אפשר קאל 911 ווי א תם אז מהאט געגנבעט דיין קאר?
גייט נישט אזוי...

זיי גייען דיר נישט געבן א ריפארט אויב די באנק האט עס צו גענומען...

און אויב זאגסטו ליגענט קענסטו ארעסטירט ווערן
אוואדו נישט. קודם וואס האב איך פון א ריפארט אז די קאר איז געגנב'ט? וואס טוה איך דערמיט?

און די קאר ווייס איך נישט ווי עס איז. איך גלייב אז עס שוין נישט ביי די ריפא ווייל גיווענדליך גףבלייבט עס נישט דארט צו לאנג. און אפילו יא דארף איך מיר איינברעכען אין זייער גראדזש און האט ווייערען די קאר... די שליסעל ווער געטוישט.
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

צ\ק

שרעקליך איז נישט דאס ווארט.

וואס איז זיכער איז אז דו דארפסט א גוטן לאיער. איך ווייס אבער נישט וויאזוי דו קענסט וויסן וועלכע לויער איז גוט פאר דעם.

דאס איז דער פשוט'ער פירוש המילות פון דאס ווארט "ביוראקראטיע".
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:39 pm
שטראלען האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:01 pm
אין בין אויך נישט דיסיידעד אז איך וויל בכלל נאך א ליעס. איך פךעג נוצעו די קאר גאר ווייניג. צו גיין צום ארבייט דארף איך עס נישט און צו ערלעדיגען קלייניקייטען האב איך ליעב צו וואקען אפילו צום אנדערע עק שטאט. איך ניץ עס פאר לאנק דיסטענס אדער ווען מען דארף גיין מיט די קינדער. סא טראכט איך אז אפשר וועט מיר אויסקימען ביליגער און גאר באקוועמער צו אובערען און פין צייט צו צייט א רענטעל.

מיין גרעסטע פראבלעם מיט די גאנצע געשעפט איז די גאר שטארקע אימפעקט וואס עס האט אויף די קרעדיט
גייסט קיינמאל נישט אנקומען מיט זיי אליינס. דו מוזט גיין אין געריכט.

איך האב געדילט ביי א מעשה פון א מארטגעדזש קאמפעני וואס איז אויך געווען שולדיג אין עפעס, און דער קרעדיט איז געפאלן גאר שטארק כ'האב געטרייט אלע מיני וועגן מיט די קאמעפני אלייין און ס'איז נישט געגאנגען, און נאכדעם האב איך געטרייט מיט די קרעדיט קאמפעניס און אויך נישט.
למעשה האב איך עס געגעבן פאר טא פוינט זירא און נאך צוויי חדשים האבן זיי עס געהאט מסדר געווען און כ'האב באקומען פון אלע דריי קרעדיט ביוראס א טאטעל פון 40 טויזענט דאלער און אלעס איז געגאנגען צו טא פוינט זירא.. אזויווי אונז האבן זיך אפגעשמועסט פון פארדעם. איך האב גארנישט געדארפט צאלן מתחלה.
פארוואס האבן זיי באצאלט 40 אלפים? זיי קענען נישט פשוט פאררעכטן די קרעדיט?
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2708
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: באנק האט אוועקגענומען מיין קאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

שטראלען האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 12:01 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:54 am
מאך א BBB קלעים ASAP.
די גייסט באקומען קעניגליכע סערוויס פון די עקזעקיטיוו אפיסעס.
זיי האבען די ערקסטע רעיטינג אויף בבב! עס גייט זיי גאנץ קנאפ אן
פרוביר נאך אלס.
איך האב שוין געהאט זייער גוטע רעזולטאטן אפי’ מיט א קאמפעני מיט א זייער שלעכטע רעיטינג.
די מעלה פון BBB קלעימס איז אז די קלעימס ווערן באהאנדלט דורך די העכערע פענסטער אין די קאמפאני. נישט די דורך די אויסלענדישע פאון רעפס מיט וועם עס איז שאד יעדע ווארט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”