יעדע מינוט רינט נאך בלוט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

יעדע מינוט רינט נאך בלוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אמאל זיך מאכט
מ'שפירט
צעקראכט
זיך מ'פארלירט
וויינען
לאכן
מיינען
און קייכן
מ'טוט
צוזאם
זעלבן מינוט
אבער אן טעם
גארנישט גייט
ווי מ'וויל
אליין מ'שטייט
שטיל
אין קאפ
קריכט מען
פייכטקייט א טראפ
זוכט מען
אויפגעבן
שוין מ'טראכט
אין לעבן
גענוג געשמאכט
אלץ פארמאגט
א שיעור
ס'לעבן טראגט
מיר
צו ערטער
טיפע
אבער מיט ווערטער
שיפע
כ'פראביר
אפשטילן
ס'הונט אין מיר
וואס טוט בילן
זוכט מיט לעכט
אבער קעניש טרעפן
אמתקייט עכט
די טיר עפן
אינעווייניג
אריין רוף
געשריבן אייניג
גענוג בריוו
ליין זיי
און קוק
מיר פארציי
ווייל ס'שוין גענוג
אפשר ביים דריטן
וועסטו איינזען
וויפיל געליטן
פון וואס ס'געשען
כאטש א פענסטער
מאך אויף
אפילו צום קלענסטער
איך קוק ארויף
אונטן
כ'ווארט
מיט די הונטן
פאר'צער'ט
דו פארשטייסט
מיין פיין
דו ווייסט
וואס וועט זיין
נו וואס טאקע
וויסן כ'וויל טעגליך
א לעבן געשמאקע
איז בכלל מעגליך

דו ביסט דער
וואס קען ארויפטראגן
זעסט דער טרער
וואס מיינע אויגן פארמאגן
כ'פארשטיי דער שטרענגער
מענטאליטעט
ווארט נישט לענגער
ווייל ס'שפעט
שטיגן באצירט
אויף זיי כ'טרעט
מיט בלוט פארשמירט
מיין קליינע ברעט
נאך א מינוט
נישט ווארטן קען מען
נאך איין טראפ בלוט
וועסטו מיר דארפן קומען נעמען.
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: יעדע מינוט רינט נאך בלוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

וואס גייט דא פאר ער האט צוזאמען געגאסן ווערטער יוי
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: יעדע מינוט רינט נאך בלוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

דער איז דאך א הארציגע מוח.... אזוי ארויסצוברענגן רגש מיט אזא עמקות דאס קען נאר אונזער טאלאנטפולע @שוואכער

דו פארשטייסט נישט צו פאזיע? גיב עס א ליין נאכאמאל, שרעק זיך נישט פון די שורות, אז דו וועסט נאר איין שורה ליינען האסטו אויך אויפגעטון.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: יעדע מינוט רינט נאך בלוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
ריברענדיג.....
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: יעדע מינוט רינט נאך בלוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

@שוואכער איז נאך שיקר פון פורים
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: יעדע מינוט רינט נאך בלוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מען איז אזוי שיכור אז מען שרייבט שוין שיקר מיט גרייזען
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”