נעם מיך ארויס פון בעט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ס'איז א פשוטע דינסטאג נאכט (בכלל נישט קיין גרינע), איך ליג אזוי אין בעט און טראכט צי מיר,
"ווער דארף מיר בכלל האבן אויף דעי וועלט ? וואס האב איך דא צי זיכן ? ווער קוקט מיר אן ? קיינער דארף מיך נישט!״
מיט אזעלכע יאוש'דיגע מחשבות ליג איך אין בעט, ביז איך בין געקומען צום באשלוס אז דאס איז עס, מארגן בלייב איך אין בעט! איך לעש מיר אויס מיין טעלעפאון, איך פלאג אויס דעם וועקער זייגער, און דאס איז עס, דא בלייב איך.
און מיט דעם פלאן בין איך איינגעשלאפן.

מידוואך אין דער פרי, האלב נאך 11 בין איך פליצלונג ערוועקט געווארן. איך כאפ מיך אויף, און איך האב מיר נישט געקענט ציריק האלטן און געוואלט זעהן וואס טוט זיך אויף מיין פאון.
איך צינד עס ציריק אן און ס'אנפלעקט זיך א שיינע מספר מעסעדזשעס און וואויסמעילס. איך הייב אן אוסהערן די ערשטע וואויסמעיל. ס'איז פון מיין בני בית. "יוקל וואס גייט פאר מיט דיר היינט ?" פרעגט זי מיט אן איידעלע וואונדערע קול. "וואס איז געשען ? איך האב דיר געטרייט צי קאלן אפאר מאל, אבער דיין פאון איז געגאנגן גלייך צום וואויסמעיל. ווען די הערסט עס אויס פליז רוף מיך ציריק, כ'האב דיר עפעס אינטערסאנט צי דערציילן".
די נעקסטע איז געווען פון מיין כיתה ט' יונגעל. "טאטי, מ'האט היינט פארהערט די פרק ביי פארטאגס און כ'האב זייער גוט געקענט, מאמי האט יא אויפגעהויבן, זי האט מיר געזאגט אז זי גייט לכבוד דעם מאכן א גוטע סאפער היינט".
נאכדעם זעה איך אפאר מעסעדזשעס פון מיין חברותא. "גוט מארגן", "אונז דארף מיר ענדיגן היינט די שלחן ערוך הרב אויף די לעצטע סימן", "איך ווארט שוין 15 מיניט, אבער כ'בין זיכער אז די ביסט סטאק געבליבן אויפן וועג", "אקעי, מסתם האסטו געהאט אן אונס, אז די ווילסט קענען מיר עס משלים זיין ביינאכט. א גוטן טאג"
נאכדעם איז געווען נאך 2 מעסעדזשעס פון אנדערע חבירים, סתם גוט מארגן.

איך טראכט צי מיר "לאמער פראבירן נאך איין טאג. ס'קוקט דאך אויס ווי איינער דארף מיר דא, אפשר דאך וועל איך שפירן היינט עקסעפטעד אויף דעי וועלט"
און מיט דעמ מחשבות בין איך ארויס פון שטוב צי גיין כאפן חצות.
איך קום אן אינטן פונעם בנין איז איז אנטקעגן געקומען א שכן פון גאס, און זעהנ'דיג אז כ'קום האט ער מיר געהאלטן אויפן דעם טיר, און באגריסט מיט א ווארעמע גוט מארגן. (ווען ער זאל ווען וויסן וואס דאס האט באדייט פאר מיר יענע מיניט.)
איך קום אן אין ביהמ"ד, איך ענדיג די מקוה, כ'מאך מיר א קאווע, די שמש זעהן אז ס'איז מער נישטא קיין קאצקע ציקער, ער רופט זיך גלייך אן "יוקל געב מיר א מיניט, איך לויף ברענגן קאצקע ציקער. פאר דיר אלעס".
איך קוק אויפן צעטיל ווי די נעקסטע מנין איז, ווען איך שפיר א האנט אויף מיין אקסעל "די נעקסטע מנין שטעלט זיך דא אין דעם שטיבל. מ'קען ניצן דיין שטימע אלס בעל תפילה" זאגט מיר די מסדר מנינים.
נאכן דאווענען איז די מסדר המנינים מיר געקומען זאגן ווי גוט כ'האב געדאווענט, און ווי ער האט געזעהן בשעתן ארום גיין מיט די פישקע, ווי די עולם האט הנאה. און נאך אפאר אידן האב זיך שיין באדאנקט.
איך קום ציריק אן צי מיין בילדינג, איך שפאַן אריין אינעם עלעוועטער ציזאמען מיט אן אנדערע שכן. גלייך געבט ער א דריק די באָטן צי מיין שטאק און מיט א "גוטן טאג" פארלאזט ער די עלעוועטן ביי זיין שטאק.
איך ענדיג פרישטאג איך פאר אין ארבעט. איך קום אריין אין אפיס, גלייך האבן מיר באגריסט אלע ארבעטערס.
איין ארבעטער איז מיר געקומען ברענגן א גריס "כ'האב געזעהן דיין זוהן פלייסיג לערנען נעכטן נאכט אין שוהל".
אהיים גייענדיג פון ארבעט האב איך געגעבן פאר איין ארבעטער א היטש אהיים, ביים אים אראפלייגן האט ער זיך באדאנק "גרויסע שכח. ביסט א צדיק. א גוטע נאכט".
גייענדיג צו מעריב טרעף איך מיין אלטע חבר וואס איז פינק געווען אין שטאט דא פאר א שמחה, "אה, יוקל וואס מאכט מען ? שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר. ס'האט זיך געלוינט אריינציקומען נאר דיר צי טרעפן".
נאך מעריב בין איך אהיים, געגעסן פון די פיינע נאכטמאל, אויסגעהערט מיינע קינדער, און ציריק געגאנגן אין ביהמ"ד לערנען מיטן חברותא, משלים צי זיין פון ציפרי. איך קום אן אין ביהמ"ד, מיין חברותא מיט איין שמחה נעמט מיך אויף "שכח פארן קומען, כ'האב אזוי שטארק געדארפט דיין הילף היינט אין דער פרי".
נאכן לערנען האט זיך מיין חברותא נאכאמאל באדאנקט און איך בין אהיים.

ס'איז מידוואך נאכט, איך ליג אין בעט און כ'טראכט צי מיר " נאך איין מזל איך בין ארויס פון בעט היינט!אזוי פיל מענטשן דארפן מיר האבן במשך די טאג!"
איך וויל אויסשרייען צי מיין ווייב, שכן, חברותא, גבאי, שמש, ארבעטער, וכו׳ שכח פארן מיך ארויסנעמען פון בעט!
ווען נישט ענק באגריסן מיך און ווען נישט ענקער גוטע ווערטער, וואלט איך מארגן געבליבן אין בעט.


טייערע ברודער, חבר, שכן, וכדו׳, די מעשה וואלט ווען געקענט פאסירן מיט מיר, אבער די ווייסט ביי וויפיל מענטשן ארום דיר די מעשה פאסירט ביי זיי יעדן טאג ?!
די ווייסט וואס דיין קליין גוט ווארט טוט אלס אויף ? די נעמסט ארויס דעי מענטש מארגן פון בעט!
גייסט אויפן גאס, טרעפסט א חבר, גריס אים, געב אים א גוט ווארט.
וויפיל מענטשן ווארטן פאר א סיבה ארויסציקומען פון בעט ? זיי ווארטן אז איינער זאל זיך סתם אומקוקן אויף זיי, איינער זאל זיי זאגן א גוט ווארט!

הערטס ווי זיי שרייען ״נעם מיך ארויס פון בעט!״
לעצט פארראכטן דורך יקל פעדער אום פרייטאג אפריל 05, 2024 9:18 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

מעכטיג
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

זייער שיין און גוט געשריבן, זייער א וויכטיגע נושא.




כ'האב אמאל געשריבן אויף דעם קריטישן נושא, דא viewtopic.php?p=4355203#p4355203
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:26 am
זייער שיין און גוט געשריבן, זייער א וויכטיגע נושא.




כ'האב אמאל געשריבן אויף דעם קריטישן נושא, דא viewtopic.php?p=4355203#p4355203
ס׳קען אייביג ניצן חיזיק.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:26 am
זייער שיין און גוט געשריבן, זייער א וויכטיגע נושא.




כ'האב אמאל געשריבן אויף דעם קריטישן נושא, דא viewtopic.php?p=4355203#p4355203
און ביי מיך און דרעפט ווארעמט זיך איינס
ריברענדיג.....
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

קענסט מיר נישט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:31 am
יצחק אייזיקל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:26 am
זייער שיין און גוט געשריבן, זייער א וויכטיגע נושא.




כ'האב אמאל געשריבן אויף דעם קריטישן נושא, דא viewtopic.php?p=4355203#p4355203
און ביי מיך און דרעפט ווארעמט זיך איינס
קען מען קוים ווארטן
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

מיכאל שניצלער האט א ניגון פין דעם ווי ער ברענגט ארויס אז די שמייכל וואס די געבסט פאר דיין חבר געבט ער ווייטער און אזוי ווייטער פין איין חבר צו די אנדרע
ביז עס קימוט אויס אז די נעקסטע טאג אינדערפרי ווען די שטייסט אויף אנגעצעט געב דיך דיין חבר א שמייכל וואס קימוט ארגענעל פין דיך
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

@יקל פעדער מאסיווע שטארקע נקודה! מרגש!
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

חָזָק!
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:26 am
זייער שיין און גוט געשריבן, זייער א וויכטיגע נושא.




כ'האב אמאל געשריבן אויף דעם קריטישן נושא, דא viewtopic.php?p=4355203#p4355203
וואף איז דאס א גילו.. יענס איז דיין פריערדיגע ניק?
מיין הארץ באכעט נאך פון שאקירונג

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
טרי די מאדעלייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 7:31 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרי די מאדעלייז »

א שטיק געפיל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:50 am
מיכאל שניצלער האט א ניגון פין דעם ווי ער ברענגט ארויס אז די שמייכל וואס די געבסט פאר דיין חבר געבט ער ווייטער און אזוי ווייטער פין איין חבר צו די אנדרע
ביז עס קימוט אויס אז די נעקסטע טאג אינדערפרי ווען די שטייסט אויף אנגעצעט געב דיך דיין חבר א שמייכל וואס קימוט ארגענעל פין דיך
איינער מיט דרייוו ביטע
אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

Wow wow
מושכל ראשון
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

זייער א קריטיש וויכטיגע זאך וויפיל מאל זענען מעטשען מחזק ווען זיי ווייסן בכלל נישט וואס ס'מיינט


מתן בסתר אין פולן זין
לעצט פארראכטן דורך מושכל ראשון אום פרייטאג אפריל 05, 2024 5:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

מושכל ראשון האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:54 pm
זייער א קריטיש וויכטיגע זאך פאר מיר אליין קען איך זאגן וויפיל מעטשען האבן מיר מחזק ווען זיי ווייסן בכלל נישט וואס ס'מיינט פאר מיר


מתן בסתר אין פולן זין
יאפ.
פון די אלע לייקס קען מען זעהן ווי קריטיש ס׳איז.
אוועטאר
פונקט פארקערט
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:41 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקט פארקערט »

זייער א שטארקע נקודה!

דיין שפראך איז זיס ווי קאצקע צוקער!
פונקט פארקערט האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:16 pm
Flexcar.com מהו?

אויב נעמט איר א פלעקס קאר לייגט אריין די קאוד MJMPTG ביי טשעקאויט אין איר וועט באקומען 100 מייל בחינם
באס רבי
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:47 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באס רבי »

גוטע פוינט, היינטיגע וועלט ווי אלעס איז אזוי קארמערשיל אין די גוטע חיזוק קען אזוי אויפלעבן דעי מענטש
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

באס רבי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 5:07 pm
גוטע פוינט, היינטיגע וועלט ווי אלעס איז אזוי קארמערשיל אין די גוטע חיזוק קען אזוי אויפלעבן דעי מענטש
ערשטע תגובה. אין מיינס אן אשכול.
שכח.
Keep it up
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

Wow wow!
גאר גוט געשריבן. שטארקע נקודה.

שוין כ'מיין מ'העמיר מוזן עגריען צום @גרינדער פונעם 'מאכט ווייס די ציין' ארגענזאציע
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

האסטו וועסטו האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:25 am
מעכטיג
צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 6:38 pm
Wow wow!
גאר גוט געשריבן. שטארקע נקודה.

שוין כ'מיין מ'העמיר מוזן עגריען צום @גרינדער פונעם 'מאכט ווייס די ציין' ארגענזאציע
באס רבי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 5:07 pm
גוטע פוינט, היינטיגע וועלט ווי אלעס איז אזוי קארמערשיל אין די גוטע חיזוק קען אזוי אויפלעבן דעי מענטש
פונקט פארקערט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:56 pm
זייער א שטארקע נקודה!

דיין שפראך איז זיס ווי קאצקע צוקער!
מושכל ראשון האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:54 pm
זייער א קריטיש וויכטיגע זאך וויפיל מאל זענען מעטשען מחזק ווען זיי ווייסן בכלל נישט וואס ס'מיינט


מתן בסתר אין פולן זין
מיין באליבטע דראון האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:48 pm
Wow wow
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:01 pm
חָזָק!
ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 3:55 pm
@יקל פעדער מאסיווע שטארקע נקודה! מרגש!
יצחק אייזיקל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:26 am
זייער שיין און גוט געשריבן, זייער א וויכטיגע נושא.
שכח פאר ענק אלע, און פאר אלע וואס האבן געלייקט. (אדער געוואלט)
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

א שטיק געפיל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:50 am
מיכאל שניצלערהאט א ניגון פין דעם ווי ער ברענגט ארויס אז די שמייכל וואס די געבסט פאר דיין חבר געבט ער ווייטער און אזוי ווייטער פין איין חבר צו די אנדרע
ביז עס קימוט אויס אז די נעקסטע טאג אינדערפרי ווען די שטייסט אויף אנגעצעט געב דיך דיין חבר א שמייכל וואס קימוט ארגענעל פין דיך
ער איז דאך געווען פארנימען א גאנצע טאג מיט דעם.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

יקל פעדער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:55 pm
מושכל ראשון האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:54 pm
זייער א קריטיש וויכטיגע זאך פאר מיר אליין קען איך זאגן וויפיל מעטשען האבן מיר מחזק ווען זיי ווייסן בכלל נישט וואס ס'מיינט פאר מיר


מתן בסתר אין פולן זין
יאפ.
פון די אלע לייקס קען מען זעהן ווי קריטיש ס׳איז.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אייזן שטארק!
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

הערליך שיין

פילע פראבלעמען וואלט מען געקענט פארמיידן מיט א גוט ווארט אין די ריכטיגע צייט
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שטויביג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:00 pm
אייזן שטארק!
צד השוה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:16 pm
הערליך שיין

פילע פראבלעמען וואלט מען געקענט פארמיידן מיט א גוט ווארט אין די ריכטיגע צייט
שכח.
און פאר אלע וואס האבן געלייקט.
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: נעם מיך ארויס פון בעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

גערעכט, מ'דארף נישט "הייסן" פעדער, ס'איז גענוג אז די ניק איז אזוי.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”