שיינזשע זונעלע מיין

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

שיינזשע זונעלע מיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

די נעכט
זענען לאנג
אזוי שלעכט
ווי א שלאנג
עס בייסט
אן א שיעור
און רייסט
טיף אין מיר
דער מח שפאנט
דורכן טאג
אלעס פון היינט
כ'וויין און קלאג
כ'טראכט צוריק
אויף יעדע מינוט
א שלעכטע בליק
זען ער טוט
אלץ אין די ערד
גארנישט גוט גייט
כ'בין גארנישט ווערד
טרויער פארשפרייט
וואס וועט דא זיין
מרה שחורה
אזויפיל פיין
אומגעהויערע
זיך צאמנעמען
אוממעגליך
אנגיין ווי קען מען
אומדערטרעגליך
די מציאות
דערשטיקט
ווען שוין פרי איז
צום פענסטער קוקט
ווען ס'טונקל
אזוי צעבראכן כ'בין
שטיל אין מיין ווינקל
כ'ווארט אויפן זון
ס'נישט נארמאל
כ'פרעג פארוואס
כ'זוך א שטראל
ווייל כאטש דאס
שיינט אריין
אין מיין נשמה
כ'נעם עס אריין
אלץ שטיקל נחמה
איך נאר פארמאג
איין פריינט
ווער איז עס זאג
זי זון, ווען זי שיינט.
אוועטאר
שווארמאל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: שיינזשע זונעלע מיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

שיין שיין
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: שיינזשע זונעלע מיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

עמאציאנעל, לעכטיג!
חיריק שר הפארברענגען!
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: שיינזשע זונעלע מיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

יופי!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”