זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

איך רעד נישט פון קיין רבי'ס / צדיקים / גדולים, בלויז דער פאקט ביים המון עם אין די היימישע קרייזן. אויף וויפיל איך געדענק - און לויט ווי עס איז מיר אויסגעקומען פון ליינען - איז דאס פשוט נישט געווען קיין ארטיקל
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אגב געדענק איך אלץ קינד א ליקוי און יעדער איז ארויס מיט די מלמדים און גענומען ברוינע פעיפער און אזוי געקוקט.
דאס איז לכאורה געווען די 1991 ליקוי.
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:42 am
אגב געדענק איך אלץ קינד א ליקוי און יעדער איז ארויס מיט די מלמדים און גענומען ברוינע פעיפער און אזוי געקוקט.
דאס איז לכאורה געווען די 1991 ליקוי.
אקעי 91' איז שוין צו ווייט צוריק פאר מיר צו געדענקען. זעהט אויס אז עס איז פשוט נישט געווען קיין ליקוי'ס ביי אונז אין די נאכפאלגענדע יארן, אבער עס האט טאקע נישט קיין שייכות מיט קול מבשר.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אמר"ש, האלט איך אז די מוסדות התורה וואלטן עס געקענט אויסנוצן אלץ אן אפארטוניטי צו ווייזן אז אונז לערנען מיר מיט די קינדער סייענס וואס איז ע"פ תורה.
מען וואלט עס געקענט רעכענען די גאנצע וועג אלץ א קרעדיט פאר לימודי חול, מיט דרשות אויף די וועג ווי אזוי עס ארבעט די סאלער סיסטעם פונקטליך.
מען גייט סיי ווי אויף טריפ'ס עטליכע מאל א יאר וואס נעמט אוועק א גאנצע טאג פון לערנען.
אפגערעדט, פון די אפסטעיט געגענטער, ווי דארט איז געווען גענוג אז מען פארט ארויס נאך 10 צופרי און שוין געקענט זיין צוריק פאר אנפאנג נאכט.
נעבן מיר איז געווען א גוי פון ברוקלין מיט זיין פיר יעריגע קינד. ער איז א דאקטאר און סייענטיסט.
אויב לערנט מען פון דעם מיט די קינדער בעפאר, דאן ענדזשויען זיי עס.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אותות ומופתים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:48 am
לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:42 am
אגב געדענק איך אלץ קינד א ליקוי און יעדער איז ארויס מיט די מלמדים און גענומען ברוינע פעיפער און אזוי געקוקט.
דאס איז לכאורה געווען די 1991 ליקוי.
אקעי 91' איז שוין צו ווייט צוריק פאר מיר צו געדענקען. זעהט אויס אז עס איז פשוט נישט געווען קיין ליקוי'ס ביי אונז אין די נאכפאלגענדע יארן, אבער עס האט טאקע נישט קיין שייכות מיט קול מבשר.
פון 91 ביז 2017 איז טאקע נישט געווען א טאטעל ליקוי נאנט צו אונזער געגענט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:56 am
אותות ומופתים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:48 am
לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:42 am
אגב געדענק איך אלץ קינד א ליקוי און יעדער איז ארויס מיט די מלמדים און גענומען ברוינע פעיפער און אזוי געקוקט.
דאס איז לכאורה געווען די 1991 ליקוי.
אקעי 91' איז שוין צו ווייט צוריק פאר מיר צו געדענקען. זעהט אויס אז עס איז פשוט נישט געווען קיין ליקוי'ס ביי אונז אין די נאכפאלגענדע יארן, אבער עס האט טאקע נישט קיין שייכות מיט קול מבשר.
פון 91 ביז 2017 איז טאקע נישט געווען א טאטעל ליקוי נאנט צו אונזער געגענט.
און אפילו אין 91' אדער 17' איז נישט געווען אזוי נאנט (אז מ'זאל קענען פארן אזוי גרינג, וואס דאס מאכט אוודאי דער מצב אסאך גרעסער). דער פאריגער עכט נאנטע איז געווען אין 1984.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:53 am
אמר"ש, האלט איך אז די מוסדות התורה וואלטן עס געקענט אויסנוצן אלץ אן אפארטוניטי צו ווייזן אז אונז לערנען מיר מיט די קינדער סייענס וואס איז ע"פ תורה.
ביסט א צדיק וואס ליינט נישטקין פאשקווילן. אויב איר האט געווסט וויפל טינט האט זיך גיגאסן אין די טעג בנוגע "לערנען סייענס ע"פ תורה אין חדרים אינערהאלב גזירת החינוך"
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

איך בין בטבע אן ארטיסטיק מענטש וואס האט די ליב דעי זאכן, אבער רוב עולם האט טאקע נישט אפגעגעבן קיין באזונדערע געוויכט צום ליקוי, געגעבן א בליק און געגאנגען ווייטער, אנדערע האבן פשוט אויסגענוצט די געלעגענהייט פאר א טריפ מיט די משפחה, לאו דוקא ווייל זיי ווערן משוגע פאר נאטור, נאר זיי האבן א גוטע געלעגענהייט פאר א וואקאציע.
חיריק שר הפארברענגען!
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

אמונה פשוטה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:02 am
ר' אשר מרדכי רובין האט גערעדט קלאר אז דאס גאנצע גערעדאכץ ארום דעם ליקוי קומט פון גויישקייט און הערן יידישע רעדיא און קוקן סושיאל מידיא
ווען וועלט וואלט געווען וועלט קיין נארמאלער מענטש האט נישט אינטערסירט אינדעם
עכ"ד
שטייטזיך אז אמונה פשוטה איז נישט ר' אשר מרדכי אליין און אפי' נישט זיין תלמוד און אפי' האלט נישט אין זיין שיטה, נאר כברענגט אינטערסאנטע טשיקאווע זאכן
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אמונה פשוטה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:36 pm
לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:53 am
אמר"ש, האלט איך אז די מוסדות התורה וואלטן עס געקענט אויסנוצן אלץ אן אפארטוניטי צו ווייזן אז אונז לערנען מיר מיט די קינדער סייענס וואס איז ע"פ תורה.
ביסט א צדיק וואס ליינט נישטקין פאשקווילן. אויב איר האט געווסט וויפל טינט האט זיך גיגאסן אין די טעג בנוגע "לערנען סייענס ע"פ תורה אין חדרים אינערהאלב גזירת החינוך"
איך האב נישט געזען קיין פאשקעווילן, אדרבה שיק אריין אין אישי.
להוי ידוע, סייענס מוז בכלל נישט מיינען כפירה, לערנען פון ווי אזוי איינפלאנצן ירקות און עס וואקסט, יעדע מין ירק איז אנדערש, קען אויך ווערן פאררעכנט סייענס. ווי אזוי אן עירקאנדישאן ארבעט איז אויך סייענס. וכו'.
סאלער סיסטעם. אלע פלאנעטען צו קענען און וויסן ווי לאנג עס געדויערט פון איינע צי די אנדערע.
מעדיצין. ווי אזוי ארבעט די מענטשליכע סיסטעם.
ווער רעדט אויב רעדט מען ווי אזוי בעל חי' לעבן, וכו'
ועוד.
דאס אלעס קען אריינגיין אין סאבדזשעקט פון סייענס און פיזיקס.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

כהאב געשריבן סתם א זייטיגע פינטל. ביטע לאמיר נישט קריכן
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

דאס אז ס'ווערט נאר דערמאנט דעם חפץ חיים זצ"ל'ס נאמען, איז לכאורה יא א שטארקע ראיה אז ס'זענען נישט געווען קיין חסידישע רבי'ס וואס האבן עס געטון. אבער מיר זענען דאך נישט קיין רבי'ס.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:47 pm

קיין ראיה אויף גארנישט. נישט אלעס איז געווארן אפגעשריבן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

אמת. אבער צווישן אזויפיל צדיקים, וואלט עס יא געדארפט ארויסוואקסן ערגעץ. כן נלע"ד והבוחר יבחר. אבער ווי געזאגט, איך בין נישט קיין חסידישער רבי, בלויז א פשוטער איד.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
וואסאפשט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

צ/ק

איך בין באמת געווען אינטערעסירט צו פארן
נאר מחמת סיבות ב"ה ב"ה האב איך נישט געקענט פארן
האב איך מחליט געווען אז דא וועט זיין %92 וועט זיכער זיין קרוב קרוב צו %100
נישט קיין סאך אנדערש
למעשה היינט הער איך פון אידן וואס זענען יא געפארן און געזען זייערע בילדער
און געהערט די התרגשות -פון די זעלטענע נפלאות הבורא- פון זייערע ווערטער

ממילא ביי די קומענדיגע ליקוי האף איך יא צו קענען זיין און אנטייל נעמען
מיטן אויבערשטנס הילף.
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

file_211.jpeg
file_211.jpeg (19.55 KiB) געזען 264 מאל
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:52 pm
file_211.jpeg
ס'רעדסטע? מיין אינגעל האט א גאנצע קאללעקשאן פון אלע סארט... פרעג בעסער נישט...
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21526
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אלס איינער וואס האט געלערנט אסטראנאמיע און אויך בין איך א נאטור ליבהאבער איז מיר עס געווען גאר גאר אינטערעסאנט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אמונה פשוטה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:36 pm
לעיקוואד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:53 am
אמר"ש, האלט איך אז די מוסדות התורה וואלטן עס געקענט אויסנוצן אלץ אן אפארטוניטי צו ווייזן אז אונז לערנען מיר מיט די קינדער סייענס וואס איז ע"פ תורה.
ביסט א צדיק וואס ליינט נישטקין פאשקווילן. אויב איר האט געווסט וויפל טינט האט זיך גיגאסן אין די טעג בנוגע "לערנען סייענס ע"פ תורה אין חדרים אינערהאלב גזירת החינוך"
אין לעיקוואד איז נישט געווען קיין פאשקעווילן.
אוועטאר
פלויגענשטעקן
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:11 pm

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלויגענשטעקן »

צ\ק

איך בין געפארן אפי' איך בין נישט געווען צו אינטערעסירט (סתם פאר די פאן) און נאכ'ן עס מיטהאלטן בין איך שוין איינמאל אינטערעסירט.

איך וואלט געפארן נאכאמאל אויב עס וואלט געווען אפי' נעקסטע וואך.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: זענט איר טאקע אינטערעסירט און די ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:47 pm
דאס אז ס'ווערט נאר דערמאנט דעם חפץ חיים זצ"ל'ס נאמען, איז לכאורה יא א שטארקע ראיה אז ס'זענען נישט געווען קיין חסידישע רבי'ס וואס האבן עס געטון. אבער מיר זענען דאך נישט קיין רבי'ס.
it didn't go through their city
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”