LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7926
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 5:10 pm
@שטארק זיך איך מיין נישט די געדאנק פון די ניק אויף לינקעד-אין. איך מיין די געדאנק אז פון די מערכה האט זיך געעפענט א טרעד אויף לינקעד-אין פיל מיט אנשים ונשים וואס רעגן זיך אויף די מערכה קעגן לינקעד-אין וואס בסך הכל נעם איך ארויס אז די פותח האשכול האט גוט געטוהן מיטן אנהייבן א מערכה דא אויפן וועלטל דערוועגן.
Agree
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
וואו לויפסטע
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 06, 2022 4:55 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואו לויפסטע »

ביצה שנולדה האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 12:37 pm
וואו לויפסטע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:24 pm
די פראבלעם איז נישט ליגנדין
נאר ליידער פארגעסט מען צי אויסלערנען אין אונזער חינוך די בעיסק הלכות ווי אזוי מען דילט מיט נשים

שוין געווען אין אפיסעס ווי מען רעד צי א סעקעטערי ווי חבר אין ישיבה שיין גערעד

ניין! איך רעד דא נישט פין קיין פורקי עול נאר פשוט קען נישט די הלכות

דער עיקר איז אז דער קווין פאון זעט אויס ווי א סמארט פאון פארשטייסט
שטותים און לאקשן... אכשר דרא!
ס'איז א חידוש ווי פרום די היימישע עולם האלט זיך אין דער ענין, לענ"ד איז נאך קיינמאל נישט געווען די זהירות אויף אזא שטארקן אופן.

נאר וואס יא, איך האלט נישט אז ס'קומט פון די ערליכקייט און יראת שמים פונעם ציבור, סקומט פון די געוויסע סאסייעטי און סיסטעמאטישקייט וואס דער עולם ווערט מחונך. אבער שוין ס'איז א שמועס פאר זיך.
דער עד איז טאקע נישט פאר די אכשר דרא מענטשן

עס איז נישט קיין סוד אז יעדער טעכנעלאגישע פלעט פארם קען מען ניצן פאר גוט אין שלעכט

עס איז א מחלוקה ווי אזוי מען דילט מיט טעכנעלאגיע מיט די מחנכים הדור

איין חלק האלט נוץ נישט דער זאך טעכנעלאגיע, אין אויב מען דארף אנקומען עס צי ניצען, עפען אפיסעס מיט שבת גוים וואס זיי גייען אלעס טיהן פאר דיר ווייל עס איז אסור, אין דאס ווילן זיי עס זאל זיין די פיאטשער

אין די צווייטע חלק האלט, יא איך ווייס עס איז א פראבלעם וואס עס ווערט נאר ערגער אין מען דארף ליידער צי קומען צי דעם אינטערנעט, לאמיר אבער ווייזען ווי אזוי מען קען עס ניצן אויף די תורה'דיגע וועג, די זעלבע הדרכה וואס אונזער זיידעס האבן באקומען ווען זיי האבן געדארפט זיך דרייען אין מאנהעטען אין יעדער גוישע פלאץ

וועסטו שרייען אז עס איז נישט דא קיין תורה'דיגע וועג וועסטו וויסן אז איר האלט פונעם ערשטען שיטה
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

blue moon האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:30 pm
העפטיגע דעבאטע.

א בלאט גמרא תוס׳ בעיון יעדען צופרי פאר די ארבייט וועט העלפן פאר ביידע צדדים. סיי די פרא און סיי די אנטי.

ווער ס׳איז נישט מסוגל צו א בלאט גמרא תוס׳ בעיון יעדען צופרי האט נישט וואס צו זוכן אין א אפיס טא בעגין וויט.

ווער ס׳איז נישט מסוגל צו א בלאט גמרא תוס׳ בעיון יעדען צופרי האט נישט וואס צו זוכן אין ביזנעס. און האט נישט וואס צו זוכן מיט גליונות דרוקעריי.

ווער ס׳איז נישט מסוגל צו א בלאט גמרא תוס׳ בעיון יעדען צופרי זאל מוחל זיין און נעמען א קאנסטראקשען דזשאב מיט א הארד העט און סטיל טאוס, וכדומה. ער וועט אי״ה זוכה זיין צו זיין שטהול אין גן עדן און ער וועט זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.
בעיסד אן די פידבעק וואס מיר האבן דא באקומען, פיל איך אז איך מוז צולייגען צוויי אקטועלע נקודות.

איינס) דער אגרא דכלה טייטשט פאריגע וואך (פ' תזריע) וביום היראות בשר חי יטמא, אז דער פסוק איז 'מבטיח' אז אויב "וביום היראות בשר חי" דהיינו איר וועט האבן בייטאג מחשבות והרהורים רעים, דאן האט איר א גאראנטיע פון "יטמא" בלילה. מווערט זיכער נכשל סוף כל סוף בפועל. עיי"ש באריכות לפי דרכו.
אשע"כ וויל איך נאר דא אריין ווארפן אז מ'זאל געדענקן אז מ'שפילט זיך מיט פייער.

צוויי) דער הייליגער ישמח משה די וואך פ' מצורע שמועסט אויס די מדרש: זאת תהי' תורת המצורע, זה שאמר הכתוב ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חקי. איז ער מסביר אז דאס וואס די תורה איז מיגן פון נכשל ווערן פון עבירות, דאס איז נאר אז מען לערנט תורה לשמה (הערה: עכ"פ לויט אונזערע קליינע השגות). ווייל לעולם כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, און אויב לערנסטע שלא לשמה, מאכסטו דיר נאר גרעסערע פראבלעמען אז דער בעל דבר זאל דיך אריין כאפן מיט מער מכשולים. עיי"ש באריכות לפי דרכו.

ודי בזה (מצידי)!
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

איך קען ב"ה זאגן מיט א שמחה אז דעם קורצן קאמפיין האט שוין אויפגעטון, כ'רעד נישט וועגן שמועסרייען דאהי, נאר הלכה למעשה וואס איך ווייס מענטשן האבן זיך געטוישט צוליב די שטארקע פאוסטערס.

אשריכם עסקנים - ווער עטס זענסט נאר - חזקו לבבכם!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6502
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 5:00 pm
גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:57 pm
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:54 pm
גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 4:50 pm
שוין האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:05 pm
IMG_7485.jpegIMG_7486.jpeg
הודעת בעל דין כמאה עדים דמי.

הודעת בעל דין.jpg
ער זאגט גראדע נישט שלעכט.

והיצא לנו, אז דערפאר באלאנגט די מחאה אויף אייוועלט נישט אויף לינקד-אין. און אויב דו דארפט זיך געפונען אויף לינקד׳אין האסטו אן אחריות פונקט אזוי ווי דו האסט אן אחריות אויב דארפטו זיך געפונען אין מנהעטן פאר פרנסה.
ער זאגט זייער קלאהר אז לינקדאין איז נישט קיין כשר'ע פלאץ.
אוודאי איז עס נישט כשר. און מאנהעטן איז נישט כשר. און כשר׳ע אינטערנעט איז אויך נישט כשר.

עס איז פארהאן סטאנדארטן, און דערנאך איז פארהאן קלאר איסור והיתר.

די מחאות זענען א געוואלדיגע זאך. עס ברענגט אן אויפוואכונג. און לויט ווי איך הער טוט עס אויף א געוואלד. מען דארף אבער נוצן שכל ווי צו לייגן די מחאה.
״ואסור לקרוץ בידיו או ברגליו ולרמוז בעיניו לאחד מהעריות. ואסור לשחוק עמה, להקל ראשו כנגדה או להביט ביופיה״ דאס איז אסור בלי שום חולק. געבן א לייק אדער קאמענטן לשם פריינטליכקייט איז ממש דאס. א איסור בלי שום חולק.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

די קעפל זאגט אז ס'איז תערובת, און פרעגט צו ס'איז פאר א חסידישע אינגערמאן...
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

און איך פיל ווי די איינציגסטע נאר אין מארק וואס ווייסט נישט פון די קאמפיין צו זאגען (חוץ פון די עטליכע סקרישאטס אין דיזע אשכול).
ווי איז די קאמפיין און ווי קען מען זעהן זייערע עדס?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
machal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 02, 2021 12:39 pm

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך machal »

וואדקע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:53 pm
און איך פיל ווי די איינציגסטע נאר אין מארק וואס ווייסט נישט פון די קאמפיין צו זאגען (חוץ פון די עטליכע סקרישאטס אין דיזע אשכול).
ווי איז די קאמפיין און ווי קען מען זעהן זייערע עדס?
איהר דארפט האבען וואטס עפ צו קנענן מיט האלטען די קאמפיין.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע:זיי נישט אזא נאזיבאדי

Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

machal האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:18 am
וואדקע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:53 pm
און איך פיל ווי די איינציגסטע נאר אין מארק וואס ווייסט נישט פון די קאמפיין צו זאגען (חוץ פון די עטליכע סקרישאטס אין דיזע אשכול).
ווי איז די קאמפיין און ווי קען מען זעהן זייערע עדס?
איהר דארפט האבען וואטס עפ צו קנענן מיט האלטען די קאמפיין.
איך האב
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”