כגמול עלי אמו

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

כגמול עלי אמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

מיין הארץ
פארטרערט
פארטעמפט
צובראכן און פארקלעמט

את הצאן הזה על מי נטשת
געבליבן אליין א גאנצע משפחה
אזוי ווי יאסעלע טרערט שוין
אין זיינע לידער מיט בענקענישן

נאר ווער עס האט פארלוירן
פארשטייט וואס איך מיין
א אידישע מאמע
ס'דא איינס אויף דער וועלט

אינדערזייט אבער כזעה
דאס קליין דריי יעריגע שעפעלע
שפילן שיין מיט חברים זיינע
מיט לעבנס לוסט פולע

פארקראמפט מיין הארץ
פארטעמפט מיינע געפילן
שטיי איך אזוי
מיט אויגן צום הימל

ער פילט נישט
ווייסט נישט
טענות אויף איהם
האט קיינער

ווייל כגמול עלי אמו
פילט ער
שכל צו אנדערש טראכטן
האט ער נישט
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: כגמול עלי אמו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

כבין אונטערן רושם פון א קליין זיס באחנט אינגעלע וואס שפילט שיין ביי די שבעה פון זיין מאמע רח"ל אן קיין דאגות מיט א פולע קינדערישע לעבנס לוסט כבין נישט די שרייבער גראמער חרוזים מאכער און בכלל איה סופר ואיה שוקל צו אראפלייגן די שודערליכע מצב נאר דאס שמייכעלע פון דאס קינד דערמאנט מיך אין די שווערסטע ביטערסטע מצב איז די מאמע נאכאלץ דא.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: כגמול עלי אמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארא יצירה דאס, פון דיין הארץ אריין אין מיינס אנע סטאפ!

יו טאטע העלף, אונז ווילן זיצן אויף דיין שויס און וויסן אז מיר זענען דארט!
אוועטאר
לעקסוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: כגמול עלי אמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

אוטש. דאס שניידט שטיקער!
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: כגמול עלי אמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הארציג
ריברענדיג.....
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”