Re: רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל
ביים מנהג פון ליינען די מגילה פורים דפרזים, ווערט געזעהן אדמו"ר מטאלנא זצ"ל.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:משה צימערינג האט געשריבן:פויגל מילך האט געשריבן: היום שנים וארבעים יום
https://drive.google.com/file/d/19o2Pcl ... p=drivesdk
ס'הערט זיך מער ווי פונעם היינטיגן רבי'ן זז"ג פון קרעטשניף סיגוט
פילייכט האט איר זיך נישט צופיל געדרייט ביי ר' הערשעלע
KOLAK האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: איך האב געהאט פאר צענדליגער יאהרן צוריק א קאסעטע פון רבי'ן זצ"ל א שלש סעודות מיט סליחות פון די למ"ד יאהרן און ס'איז געווען גענוי די קול פון זיין זוהן יבלחט"א
און איך האב עס קאנפערמענט ביי מיין פעטער וואס האט זיך אסאך געדרייט דארטן בשנות נעוריו פונעם רבי'ן זצ"ל
אבער איין חילוק איז געווען אז די שאגת ארי בקול חוצב להבות אש איז נישט געווען די זעלבע
זכותו הגדול יגן עלינו
הבעש''ט האט געשריבן: אינטערסאנט בילד!
ביים מנהג פון ליינען די מגילה פורים דפרזים, ווערט געזעהן אדמו"ר מטאלנא זצ"ל.
פויגל מילך האט געשריבן:הבעש''ט האט געשריבן: אינטערסאנט בילד!
ביים מנהג פון ליינען די מגילה פורים דפרזים, ווערט געזעהן אדמו"ר מטאלנא זצ"ל.
עס שיינט מיר אויפ'ן בילד דער ערשטער פון רעכטס (מיטן שטריימעל) איז הר"ר אלתר צ"א פוקס ז"ל, דערנאך (מיט די שווארצע בריללען) הרה"צ ר' נפתלצ'י, דער הויז בחור (שטייענדיג) הר"ר יענקל לאנג
דער צווייטער אויף לינקס אולי הרב מרדכי קורלאנד
עוד יזכור לנו האט געשריבן: אזעלכע גרויסע חכמים מען נעמט די קלענסטע פרט פון די מעשה און מען מאכט אן עסק דערפון
עוד יזכור לנו האט געשריבן: אזעלכע גרויסע חכמים מען נעמט די קלענסטע פרט פון די מעשה און מען מאכט אן עסק דערפון
פויגל מילך האט געשריבן: "הערשעלע ביי מלכה'לעאיז עס א מיידל"
מי היא זו המלכה?
ידיעות כלוליות האט געשריבן:פויגל מילך האט געשריבן: "הערשעלע ביי מלכה'לעאיז עס א מיידל"
מי היא זו המלכה?
בתו של רבי הערשעלע
פויגל מילך האט געשריבן:ידיעות כלוליות האט געשריבן:פויגל מילך האט געשריבן: "הערשעלע ביי מלכה'לעאיז עס א מיידל"
מי היא זו המלכה?
בתו של רבי הערשעלע
וואס זאל איך טוהן אז זי הייסט ראצא ברכה
קאכעדיגע האט געשריבן: דא האט איר א לינק צו א פולע מנחה ערב שבת מיט די גאנצע פרייטאג צונאכטס דאווענען שנת תשמ"ז
ווי נעמט מען די פענע אראפצושרייבן די רגשי הלב וואס האט זיך געפילט ווען די קרעטשניבער רבי פלעגט אריינקומען צו מנחה מיט א רויטע פלאמעדיגע פנים, און אנפאנגען שטיל...יתגדל ויתקדש שמיה רבא, מיטן בענקעדיגן נאדבורנא נוסח, די מנחה פרייטאג צונאכט'ס מיט די געשרייען און קרעכצען פון טיפן הארץ, די געשריי "טאטע קרוין", אונמיטן שמונה עשרה, וכולהו. מען איז ארויס אויסגעוואשן נאך די מנחה, ווער ס'האט עס מיטגעלעבט ווייסט וואס איך מיין.
הערטס און האט הנאה
https://drive.google.com/file/d/1zO0oFe ... ?usp=shari
עוד יזכור לנו האט געשריבן: א איד איז אמאל אריינגעקומען צו ר' הערשעלע פאר א ברכה אויף קינדער האט אים ר' הערשעלע צוגעזאגט א קינד און דערביי געהייסן אז ער זאל אים קומען מכבד זיין מיט סנדקאות
דער איד איז נאכדעם אויך אריין צו ר' הערשעלע'ס שווער ר' חיים מרדכי'לע פון נדבורנא ער האט אים אויך צוגעזאגט א קינד און געהייסן קומען מכבד זיין מיט סנדקאות
א יאהר דערויף ביי דעם איד איז געבוירען א אינגעל למזל"ט, נאט ער געהאט א גרויסע מבוכה ער האט דא צוויי רבי'ס וואס נעמען קרעדיט אז ער האט געהאט א קינד און ביידע בעטן סנדקאות, האט ער אפגעמאכט אז ער וועט מכבד זיין די שווער ווייל אזוי קומט עס ווען ס'איז דא אן איידעם מיט א שווער און אויך די איידעם איז מחויב מכבד צו זיין א שווער וכו',
ביים ברית זיצט ר' ח"מ אויפ'ן כסא של אליהו טראכט ר' הערשעלע צו זיך אז זיין טאכטער ווארט יעצט א קינד און ער האט געפלאנט מכבד צו זיין זיין שווער מיט סנדקאות אבער אזוי ווי זיין שווער האט עס אים יצעט צוגענומען וועט ער עס דעמאלטס נעמען פאר זיך אליינס (דאס איז אלס געווען במחשבה)
רופט זיך ר' חיים מרגכי'לע אהן "הערשעלע ביי מלכה'לע איז עס א מיידל"
זי"ע