קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

די מדינת ישראל לופט קרעפן וועלן זיך אנטרעפן אין געפערליכע טשעלאנדזשיז אויב מדינת ישראל וועט באַשליסן צוריק צו באמבאדירן איראן אויף די איראנער טעריטאָריע, טראץ דעם וואס זיי גרייטן זיך שוין אן צענדליגער יארן, האָבן יעצט די עקספּערטן נאכאמאל געוואָרנט אז עס קען זיך אויסלאזן נישט אויף די גוטע זייט פון מדינת ישראל.

די מדינת ישראל פירער באטראכטן אלע וועגן וויאזוי זיי זאלן רעאגירן אויף איראן'ס מיסיל און דראון אטאקע וואס איז פארגעקומען פארריגע וואך שבת אויף די מדינת ישראל טעראטאריע, וואס איז ארויסגעשיקט געווארן אלס נקמה פאר א לופט אטאקע וואס מדינת ישראל האט אונטערגענומען אויף דער איראנער אמבאסאדע אין דמשק. און מדינת ישראל האט בכלל נישט אויסגעשלאסן דעם געדאנק פון באמבעדירן צילן אין איראן.

ביז אין יאר 2006, האָבן די מדינת ישראל באאמטע אָנגעוויזן אז מדינת ישראל קען באמבאדירן איראן'ס נוקלעארע וואפן פראגראם, און פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו האט אפט איבערגע'חזר'ט דעי סטראשע זייט דעמאלסט. אבער עקספערטן האבן געווארנט אז די מדינת ישראל עיר פארס קען פעלן קריטישע פעאיקייטן צו דורכפירן אזא סטרייק.. אין אנדערע ווערטער איז עס נישט אזוי פשוט ווי מדינת ישראל לייגט אראפ זייער סטראשע.

איראן:

איראן טאקע איז בכלל נישט אויסגעצייכנט אין א גוטע פארגעשריטענע עיר-פארס, אבער אנשטאטסן ארבעטן אויפצובויען זייער עיר-פארס האט טעהראן געבויט געוואלדיקגע לופט פארטיידיגונגס סיסטעם. אין יאר 2007 האט טעהראַן געקויפט די S-300 אַנטי-ערקראַפט סיסטעם פון רוסלאַנד, וואס איז אפגעלופערט געווארן פולשטענדיג אין יאר 2016, און אין דעי צייט האט איראן געארבעט אויף זיין אייגענע ווערסיע לופט פארטיידיגונגס סיסטעם באוואר-373. די באַוואַר-373, וואס איז איינע פון די בעסטע פארגעשריטענסטע לופט פארטיידונגס סיסטעם אין די וועלט. וואס לויט איראן איז עס אויסשטאפירט מיט ראדאר וואס קען אויפכאפן סטעלט פליגער, און איז אויסשטאפירט מיט די Meraj-4. וואס קען אויפכאפן סטעלט.

QPNL5GEPTHWLXXHGD3VDCAESUM (1).jpg
QPNL5GEPTHWLXXHGD3VDCAESUM (1).jpg (34.18 KiB) געזען 2568 מאל
געוועזענער איראנער פרעזידענט כאסאן רוהאני מיט דעם איראן-געמאכטן באוואר-373

עקספערטן זאגן אז אפילו אמעריקא וואס האט די בעסטע עיר-פארס וועלן זיך אויכט אנשטויסן אין פראבלעמען ביים פרובירן צו באמבאדירן איראנע טעראטאריע מיט סטעלט פליגער.

אמעריקע האט שוין אונטערגעשטראכן אז אמעריקע וועט נישט אנטיילנעמען אין א מדינת ישראל אפעראציע קעגן איראן. אויב אמעריקע האלט זיך ביי זייער ווארט, גייט מדינת ישראל מוזן דורכפירן די אטאקע אן די פארגעשריטענע אמעריקאנע שטיצע.

אמעריקע איז די איינציגסטע לאנד וואס וואס איז גענוג פארגעשריטן אין אלע פעלדער צו קענען ווארענען און דערשנאפן סכנות פון הונדרעטער קילאמעטער ווייט וואס דאס דארף עכט מדינת ישראל האבן צו קענען באמבעדירן איראן. אן די אמעריקאנע ISR וואס איז די אויגן אין אויערן האט מדינת ישראל שוואכע טשאנסן עס צו געווינען. אבער דעיס נאר אויב אמעריקע מיטש זיך בכלל נישט אריין מיט גארנישט.

S-300 קעגן F-35

די סוקסעס אדער דורכפאל פון אַ מדינת ישראל'דיגע סטרייק וועט זיך ווענדן אויף אַ צונויפשטויס צווישן די פארגעשריטענע f-35 און די איראנע-רוסישע s-300 פאַרטיידיגונגס סיסטעם. פאר דעי אפעראציע וועט מדינת ישראל'ס מיזן שיקן די סטעלט f-35 צוזאמען מיט די נישט סטעלט f-161 צו קענען געווינען די s-300.

אבער איראן וועט אויך באנוצן מיט פארגעשריטענע ראדארס ווי דער רוסישער פראדוצירטער Rezonans-NE, וואס מען זאגט אויך אז זיי קענען דערשנאפן די עף-35 פון ווייטע שטרעקעס. טראץ דעם וואס די F-35 איז בארימט פארן זיין סטעלט און שווער אויפצוכאפן.

אויב אזוי וועט מדינת ישראל האבן די אויפגאבע פון (SEAD / DEAD) א שווערע קאמפ פון דארפן קודם צושטערן די לופט פארטיידיגונגס סיסטעם צו קענען באבאדירן איראן.

עס איז א קאמפליצירטער אמאל אומזעיבארע קאמף, וואו ביידע זייטן נוצן ראדארס און סענסארס, ווי למשל אינפרארעד זוכערס צו דערשנאפן איינער דעם אנדערן בשעת עלעקטראנישע מלחמה ווערט גענוצט אלעס צו צומישן די קעגנערס סענסארס, קאמיוניקאציעס און ראדארס.

איין טעות קען זיין טויטלעך.

איראן האט אויכט איין גרויסע שטארקע פראבלעם.

איראן'ס ערד-באזירטע ראדאר סיסטעמעס וועלן דורכזוכן די הימלען פאר די מדינת ישראל דזשעטס, אבער דאס קען גלייכצייטיג ארויסגעבן זייער לאקאציע וואו די S-300 ליגט, און מדינת ישראל ןןעט עס דעמאלסט קענען זעין און אראפשיסן. פארדעם וועלן דארפן די F-16I פון מדינת ישראל באַגלייטן די F-35.. די F-16I זענען אויסשטאפירט מיט די Elisra Airborne Electronic Warfare וואס שיקט א ווארענונג פּיילאט איבער פיינטליכע ראדארן און מיסלס וואס קומען צו פליען.

אבער איראן קען ניצן דעי טאקטיק וואס ווערט יעצט אויף באניצט דורך אקריינא.. זיי קענען ניצן לופט פארטיידיגונגס סיסטעמעס וואס מ'קען פירן פון איין פלאץ צום צווייטן, און אויסלעשן און אנצינדן. סאו זיי וועלן עס אנצינדן און אויפכאפן א פליגער און אין איינוועגס וועט מדינת ישראל זיי אויפכאפן, דעמאלסט וועט איראן פארלעשן די ראדאר סיסטעם און עס פירן צו א אנדערע פלאץ.

סאו מדינת ישראל וועט מוזן האבן פונקליכע בילדער פון די איראנע פארטיידיגונגס סיסטעם און ריעל לייף לאקעישן עס צו קענען אראפשיסן.. און זייער סיסטעם קען זיין אוועקגעשטעלט טיף אינרהאלב איראן וואס דא ס איז א שטארקע שטער פאר מדינת ישראל.

אבער אפילו איראן לעשט אויס און צינד עס אן וועלן זיי האבן נאך איין שטארקע פראבלעם. זיי וועלן מיזן זיין זיכער אז זיי שיסן טאקע אויף א מדינת ישראל קאמפס פליגער. מדינת ישראל קען ניצן פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו מאכן פאלטשע און צומישן די ראדארן וואס דאס וועט מאכן איראן מיינן אז זיי שיסן אויף א פליגער.

ביזדערווייל זאגט סיי איראן און סיי רוסלאנד אז עס קען אויפכאפן א סטעלט פליגער פון ווייטע שטרעקעס. אבער דארפמער ווארטן צו זעין צו דעי ליגענערס זאגן איין ווארט אמת.

דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידן אז קיין שום שלעכטס זאל נישט ארויסקומען דערפון.

חיריק איז אוט.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
פונקט פארקערט
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 5:41 pm

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקט פארקערט »

זייער אינטערסאנט!
פונקט פארקערט האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:16 pm
Flexcar.com מהו?

אויב נעמט איר א פלעקס קאר לייגט אריין די קאוד MJMPTG ביי טשעקאויט אין איר וועט באקומען 100 מייל בחינם
אוועטאר
issy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:31 pm
לאקאציע:אונטער דיך פון די אנדערע זייט

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך issy »

קיינמאל געוואוסט אז חיריק קען שרייבן גראדע שיינע ארטיקלען שכח סאיז זייער אינטרעסאנט
לא תעמוד על דם עצמך
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

WOW באמת אינטרעסאנט. א פארגעניגן צי ליינען.

טענקס
אוועטאר
issy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:31 pm
לאקאציע:אונטער דיך פון די אנדערע זייט

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך issy »

issy האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:48 pm
קיינמאל געוואוסט אז חיריק קען שרייבן גראדע שיינע ארטיקלען שכח סאיז זייער אינטרעסאנט
נאך אלס וויל איך דיך ענדערש זעהן און פארברענגען
לא תעמוד על דם עצמך
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Wow
@חיריק איט איז
צען נאך צען....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

וואפ הערליך
👍👍👍👍
ריברענדיג.....
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

issy האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:04 pm
issy האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:48 pm
קיינמאל געוואוסט אז חיריק קען שרייבן גראדע שיינע ארטיקלען שכח סאיז זייער אינטרעסאנט
נאך אלס וויל איך דיך ענדערש זעהן און פארברענגען
אי"ה. בקרוב.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אינטערעסאנט וואס די שרייבסט וועגן די פארגעשריטנקייט איראנע עיר דעפענס. אין די קאמענטארן האבן מאנכע געשריבן אז איראן האט זייער א שוואכע עיר דעפענס.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

פעטער שמואל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:48 pm
אינטערעסאנט וואס די שרייבסט וועגן די פארגעשריטנקייט איראנע עיר דעפענס. אין די קאמענטארן האבן מאנכע געשריבן אז איראן האט זייער א שוואכע עיר דעפענס.
שוואך קעגן וואס.. קעגן מדינת ישראל אליין אן די הילף פון אמעריקע וועט זיי זיין שווער צו באמבעדירן איראן.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

שיינע אנאליז!

אגב, מוז מען דען נאר נוצן פליגער צו באמבאדירן? מדנ"י האט אויך פיינע גיידעד מיסילס.

אין רוסקריינא און אין סיריע זעט דער S300 נישט אויס צו זיין אזוי עפעקטיוו אנקעגען עכטע כוחות, און איבער איראן'ס אייגענע איז עס דאך עס נישט פראווען/טעסטעד אין עכטע מלחמה, סאו עס איז מער מסתבר צו זיין פראפאגאנדע אן באזיס.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:02 pm
שיינע אנאליז!

אגב, מוז מען דען נאר נוצן פליגער צו באמבאדירן? מדנ"י האט אויך פיינע גיידעד מיסילס.

אין רוסקריינא און אין סיריע זעט דער S300 נישט אויס צו זיין אזוי עפעקטיוו אנקעגען עכטע כוחות, און איבער איראן'ס אייגענע איז עס דאך עס נישט פראווען/טעסטעד אין עכטע מלחמה, סאו עס איז מער מסתבר צו זיין פראפאגאנדע אן באזיס.
@נארמאליזעם ??
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21838
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יעדע פליגער קען ווערן אויפגעכאפט, די קונץ פון די סטעלט פליגערס זענען אז די רעדאר וואס קען זיי יא אויפכאפן פון דערווייטענס ווייסט נישט וואס סאיז און קען נישט איבערגעבן פאר די קאמענד צו מזאל עס צילן צו נישט, משא"כ די אנדערע פליגערס, איינמאל די פליגער איז שוין אין די 20 צו 30 מייל פון די עיר דעפענס סיסטעמס וואס דעמאלטס איז עס זעהבאר און קענען עס צילן איז שוין די פליגער לאנג אויפן וועג אהיים נאכן אראפלאזן איר פעקל באמבעס צו מיסילס.

די זרעילי F-35 פליגערס זענען שוין עטליכע מאל דורכגעפלויגן S-400 און S-300 סיסטעמס וואס די רוסן האבן אין סיריע און זענען אהיים אן ווערן אראפגעשאסן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:32 pm

פון דער צווייטער זייט איז דאך אבער דא דער זאך אז די רוסן שיסן דוקא נישט אראפ די זרעיליס. סאו קען געמאלט זיין אז זיי קענען עכט יא.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:57 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:48 pm
אינטערעסאנט וואס די שרייבסט וועגן די פארגעשריטנקייט איראנע עיר דעפענס. אין די קאמענטארן האבן מאנכע געשריבן אז איראן האט זייער א שוואכע עיר דעפענס.
שוואך קעגן וואס.. קעגן מדינת ישראל אליין אן די הילף פון אמעריקע וועט זיי זיין שווער צו באמבעדירן איראן.
מדינות ישראל האט פון די וועלטס בעסטע עיר פארס. די הילף וואס אמעריקא קען זיי שענקען איז מער אין אינפארמאציע וכד''ו.

חוץ מזה, די S300 האט זיך שוין כמה וכמה פעמים ארויסגעשטעלט אלס נישט ווירקזאם אקעגן די F35. די שאלה איז נאר איבער די S400 אדער איראן'ס אייגענע טעכנאלאגיע'ס.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21838
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:46 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:32 pm
די זרעילי F-35 פליגערס זענען שוין עטליכע מאל דורכגעפלויגן S-400 און S-300 סיסטעמס וואס די רוסן האבן אין סיריע און זענען אהיים אן ווערן אראפגעשאסן.
פון דער צווייטער זייט איז דאך אבער דא דער זאך אז די רוסן שיסן דוקא נישט אראפ די זרעיליס. סאו קען געמאלט זיין אז זיי קענען עכט יא.

כזעה נישט וויאזוי, זייער סיסטעם קען עס נאר לאקן ווען געוויסע רעדארן כאפן אויף א פליגער, כל זמן די ערשטע רעדאר ווייסט נישט וואס סאיז ווערט עס נישט געלאקט, און ווען סאיז שוין נאנט אז די סיסטעם ווייסט שוין אז סאיז א פליגער איז שוין צו שפעט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:12 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:46 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:32 pm
די זרעילי F-35 פליגערס זענען שוין עטליכע מאל דורכגעפלויגן S-400 און S-300 סיסטעמס וואס די רוסן האבן אין סיריע און זענען אהיים אן ווערן אראפגעשאסן.
פון דער צווייטער זייט איז דאך אבער דא דער זאך אז די רוסן שיסן דוקא נישט אראפ די זרעיליס. סאו קען געמאלט זיין אז זיי קענען עכט יא.
כזעה נישט וויאזוי, זייער סיסטעם קען עס נאר לאקן ווען געוויסע רעדארן כאפן אויף א פליגער, כל זמן די ערשטע רעדאר ווייסט נישט וואס סאיז ווערט עס נישט געלאקט, און ווען סאיז שוין נאנט אז די סיסטעם ווייסט שוין אז סאיז א פליגער איז שוין צו שפעט.
דו זאגסט אז דו זעסט נישט וויאזוי עס זאל ווען קענען פאטענציאל אראפשיסן דער F35. קען זיין. כ'זאג נאר אז סיריע איז נישט קיין ראיה דערצו לויט דעם פאקטאר/מעגליכקייט/רומער אז די רוסן מאכן זיכער נישט צו אראפשיסן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:12 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:46 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:32 pm
די זרעילי F-35 פליגערס זענען שוין עטליכע מאל דורכגעפלויגן S-400 און S-300 סיסטעמס וואס די רוסן האבן אין סיריע און זענען אהיים אן ווערן אראפגעשאסן.
פון דער צווייטער זייט איז דאך אבער דא דער זאך אז די רוסן שיסן דוקא נישט אראפ די זרעיליס. סאו קען געמאלט זיין אז זיי קענען עכט יא.

כזעה נישט וויאזוי, זייער סיסטעם קען עס נאר לאקן ווען געוויסע רעדארן כאפן אויף א פליגער, כל זמן די ערשטע רעדאר ווייסט נישט וואס סאיז ווערט עס נישט געלאקט, און ווען סאיז שוין נאנט אז די סיסטעם ווייסט שוין אז סאיז א פליגער איז שוין צו שפעט.
ביים אוועקפליען קענען עס זיי נישט אויפכאפן די פליגער?.. מדינת ישראל קען נישט ערלויבן צו פארלירן א פליגער. עס גייט מיינן א מוירא'דיגע קלאפ פאר זיי.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
בר חכמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

וועלכע עיר דעפענס סיסטעם האט אראפגעשאסן א איזרעלי
f-16 און 2018 און סיריע?
לעצט פארראכטן דורך בר חכמה אום דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישתבח שמו!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21838
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:16 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:12 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:46 pm
נארמאליזעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 7:32 pm
די זרעילי F-35 פליגערס זענען שוין עטליכע מאל דורכגעפלויגן S-400 און S-300 סיסטעמס וואס די רוסן האבן אין סיריע און זענען אהיים אן ווערן אראפגעשאסן.
פון דער צווייטער זייט איז דאך אבער דא דער זאך אז די רוסן שיסן דוקא נישט אראפ די זרעיליס. סאו קען געמאלט זיין אז זיי קענען עכט יא.
כזעה נישט וויאזוי, זייער סיסטעם קען עס נאר לאקן ווען געוויסע רעדארן כאפן אויף א פליגער, כל זמן די ערשטע רעדאר ווייסט נישט וואס סאיז ווערט עס נישט געלאקט, און ווען סאיז שוין נאנט אז די סיסטעם ווייסט שוין אז סאיז א פליגער איז שוין צו שפעט.
דו זאגסט אז דו זעסט נישט וויאזוי עס זאל ווען קענען פאטענציאל אראפשיסן דער F35. קען זיין. כ'זאג נאר אז סיריע איז נישט קיין ראיה דערצו לויט דעם פאקטאר/מעגליכקייט/רומער אז די רוסן מאכן זיכער נישט צו אראפשיסן.
יא דאס איז וואס איך זאג, זייער יעצטיגע טעכנלאגיע וויאזוי סארבעט קען עס אויפכאפן אבער נישט לאקן און אראפשיסן. די סירישע S-300 סיסטעמס וואלטן עס שוין לאנג אראפגעשאסן ווען זיי קענען ווען.

לויט די מלחמה אין אוקריינע קוקט אויס אז די S-400 איז ווערדלאז קעגן 1980 ראקעטן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

בר חכמה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:19 pm
וועלכע עיר דעפענס סיסטעם האט אראפגעשאסן א איזרעלי
f-16 און 2018 און סיריע?
איך מיין א S-200
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5383
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

בוטשער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:49 pm
חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:57 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 6:48 pm
אינטערעסאנט וואס די שרייבסט וועגן די פארגעשריטנקייט איראנע עיר דעפענס. אין די קאמענטארן האבן מאנכע געשריבן אז איראן האט זייער א שוואכע עיר דעפענס.
שוואך קעגן וואס.. קעגן מדינת ישראל אליין אן די הילף פון אמעריקע וועט זיי זיין שווער צו באמבעדירן איראן.
מדינות ישראל האט פון די וועלטס בעסטע עיר פארס. די הילף וואס אמעריקא קען זיי שענקען איז מער אין אינפארמאציע וכד''ו.

חוץ מזה, די S300 האט זיך שוין כמה וכמה פעמים ארויסגעשטעלט אלס נישט ווירקזאם אקעגן די F35. די שאלה איז נאר איבער די S400 אדער איראן'ס אייגענע טעכנאלאגיע'ס.
אפי' די F16 שפאצירט רואיג העכער די S300/400
קלערסט אז איראן האט א בעסערע סיסטעם פון רוסלאנד? זייער נישט מסתבר.
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: קען די אמעריקאנע F-35 געווינען קעגן די רוסישע S-300?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:25 pm

א עף 16 איז נישט קיין סטעלט פליגער..

חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:27 pm

און דאך ווערט עס אין רוב פעלער גענוצט אין סיריע.

אבנר בן-נר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:28 pm

סיריע האט נישט קיין s300.. רוסלאנד האט עס אין סיריע און נאר זיי האבן די שליסלעך דערצו.. סיריע קען עס נישט ניצן.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”