ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש , אחראי

ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

ווען דער טאטע קומט אהיים (- נאך איידער מ'גייט צו באבי'ס הויז)
20
14%
הכנה לסדר - פאר קידוש
59
41%
קדש
2
1%
ורחץ
1
1%
כרפס
2
1%
יחץ
1
1%
מגיד - מה נשתנה
13
9%
רחצה
2
1%
מוציא מצה
3
2%
מרוך כורך
3
2%
שולחן עורך
8
6%
צפון
6
4%
ברך
4
3%
שפוך חמתך
3
2%
הלל
1
1%
נרצה
2
1%
אהיימקומען
13
9%
סך הכל שטימען: 143

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

לענינינו, קען איך ב"ה אויך זאגן ווי פאלגענד:
מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:48 am
ב"ה, איך פיר די סדר שוין א פיינע פאר יאר און זיך קיינמאל נישט געבייזערט. השי"ת זאל ווייטער העלפן.
די עיקר איז צו געדענקען, ווי בעריש'ל האט פריער געזאגט, אז מען פירט דעם סדר פאר די קינדער.

יעדער האט א פלאן אין קאפ ווי אזוי ער וויל זיין סדר זאל אויסזעהן. קומען די קינדער (און די אייניקלעך קע"ה) און זיי האבן אנדערע חשבונות אין קאפ. זיי ווילן ארומלאכן און גיסן גרעיפ דזשוס, עסן די שולחן עורך אייער אינמיטן פיקודא בתר דא, און בעטן א באטי אינמיטן פרעגן מה נשתנה אדער גאר ווען דער טאטע פארציילט סיפור יצי"מ און ער וויל עס זאל זיין שטיל... איז די עבודה אנצונעמען, על כל גל וגל נענתי ראש, רבש"ע דו ווילסט אזוי? איז זיכער אזוי גוט... בטל רצונך מפני רצונו.. עס איז נישט גרינג, אינווייניג וויל מען שפרינגען, אבער מען זיצט רואיג מיט'ן שמייכל, דאס איז די שענסטע סדר, און ביי נרצה קען ער זאגן זייער הויך אז ער איז באוויליגט פאר'ן אייבערשטן.
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:58 am
לענינינו, קען איך ב"ה אויך זאגן ווי פאלגענד:
מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:48 am
ב"ה, איך פיר די סדר שוין א פיינע פאר יאר און זיך קיינמאל נישט געבייזערט. השי"ת זאל ווייטער העלפן.
די עיקר איז צו געדענקען, ווי בעריש'ל האט פריער געזאגט, אז מען פירט דעם סדר פאר די קינדער.

יעדער האט א פלאן אין קאפ ווי אזוי ער וויל זיין סדר זאל אויסזעהן. קומען די קינדער (און די אייניקלעך קע"ה) און זיי האבן אנדערע חשבונות אין קאפ. זיי ווילן ארומלאכן און גיסן גרעיפ דזשוס, עסן די שולחן עורך אייער אינמיטן פיקודא בתר דא, און בעטן א באטי אינמיטן פרעגן מה נשתנה אדער גאר ווען דער טאטע פארציילט סיפור יצי"מ און ער וויל עס זאל זיין שטיל... איז די עבודה אנצונעמען, על כל גל וגל נענתי ראש, רבש"ע דו ווילסט אזוי? איז זיכער אזוי גוט... בטל רצונך מפני רצונו.. עס איז נישט גרינג, אינווייניג וויל מען שפרינגען, אבער מען זיצט רואיג מיט'ן שמייכל, דאס איז די שענסטע סדר, און ביי נרצה קען ער זאגן זייער הויך אז ער איז באוויליגט פאר'ן אייבערשטן.
גא״מ אז מען גייט אריין אין די מצב אז מאיז דא פאר די קינדער אין די ווייב איז מען רויאיג.
געדענק רבי יוד א גאנצע יאר ביסטו פארפלאגט אין פאריאגט אין מקען ווערן נערוועז, פסח זענען מיר בני חורין אן קיין דאגות אין אן קיין דאגות, רויאיג.
איך פרעזענליך גיי נישט צו קיין סדרים פון עלטערן שוין פאר יארן פאר די סיבה, אינדערהיים קענסטו פראווענען אויף דיין משפחות סקעדשול אין ספיד. אז מען דארף מאכען א ברעיק אינמיטען ווייל מאמי דארף זיך אפ געבן מיט די קליינע מאכט מען א ברעיק, אין מפארציילט תורות אדער מעשיות וכו, די עיקר איז אז אלעס זאל פארן מיט א מוירידיגע רויגקייט.
די קינדער אין ווייבער האבן זיך איבערגעריסן פארן יוט, אז איר פראוועט א רויגע סדר איז דאס די גרעסטע מתנה וואס איר קענט געבן.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איין מעגליכקייט האט מען נישט ארויף געלייגט. ווען די זיידע קומט אהיים פון שול און מען דארף ווארטן א שעה ווי לאנג די קאפלס קומען אן. ומכאן הקריאה יוצא. אויב גייסטו צו באבי פאר א סדר מאך זיכער אז די שטוב מיטן גאנצן געזונדעל זענען אויסגערישט גלייך נאך ליכט צינדען, אזוי אז ביי צוויי שעה נאכן זמן פון ליכט צינדען איז מען שוין ביי באבי׳ס הויז.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

רוב בוחרים האבן געקליבן "הכנה לסדר - פאר קידוש"

אויב אזוי, דארף מען מטכס עצה זיין וויאזוי צו פארמינערן די ריזיקע פון קומען לידי כעס.

לאמיר אריינקומען מיט עצות:

1 - גרייט אן זאכן פריער.
2 - ווייס וואס עס געשעהט און שמועס עס אדורך (איז עס א מחלוקת איבער די זיץ-פלעצער? מאך די פלעצער מבעוד יום, איז עס ווער עס באקומט וועלכע הגדה אדער בעכער אדער מצה-טאש? פארהאנדל דערויף מבעוד יום אאז"וו)
3 - קלער זיך ביי זיך (אפשר אויך מיט די ב"ב) "איך גיי זיך נישט בייזערן פאר קידוש" אדער "ביז מגיד גיי איך זיין רואיג און קאלט". אזוי וועט די קריטישע צייט דורכגיין אן א אויסברוך.
4 - רעד אפן מיט דער וואס איז גורם דיין כעס בדרך כלל, איז עס דיין זון דיין טאכטער, אז דער און דער זאך שטערט דיר שטארק, און פאריאר האסטו זיך געבייזערט אויף דעם לאמיר פראבירן אויסצומיידן.

נו, נאך עצות?
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א גוטן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 2:49 am
איין מעגליכקייט האט מען נישט ארויף געלייגט. ווען די זיידע קומט אהיים פון שול און מען דארף ווארטן א שעה ווי לאנג די קאפלס קומען אן. ומכאן הקריאה יוצא. אויב גייסטו צו באבי פאר א סדר מאך זיכער אז די שטוב מיטן גאנצן געזונדעל זענען אויסגערישט גלייך נאך ליכט צינדען, אזוי אז ביי צוויי שעה נאכן זמן פון ליכט צינדען איז מען שוין ביי באבי׳ס הויז.
גערעכט, אבער דאס איז נכלל אין # 1
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

לכאורה א שטארקע גורם איז די הונגער, ביי אונדז אינדערהיים זעצט מען זיך אוועק הארט בעפאר ליכט צינדן (מען קען אויך נאך ליכט צינדן) און מען עסט א געהעריגע נאכטמאל מיט טשיקן און קוגל און אזוי איז מען רואיג. בדוק ומנוסה
מצות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 08, 2021 8:10 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצות »

איך שטיי און איך רייב מיר די אויגן
איז דאס אמת אזא אשכול עקזיסטירט אין א אידישע פורום דארף נאך צו זיין א פרומע ?
איז דאס דורך אינגעלייט וואס זענען מחנך אידישע קינדערלעך?
פסח ביינאכט זיך רעגן אויף וועמען?
אפשר אויף די ר אליינס אז די עס קומט דיר בכלל אזא מחשבה אין אין אזא הייליגע נאכט

איך בין דן לכף זכות די אלע אידן וואס האבן דא געוואויט אין דעם אשכול אז זיי זענען מיד אויסגעמוטשעט עס איז געווען פאר זיי זייער שווער צו מסדר זיין דעם יום טוב

אבער לאמיר אריינטראכטען איין מינוט

פסח ביינאכט די סימבאל ווען א אידישע טאטע געבט איבער פאר די קינדערלעך אמונה און ביטחון דורך זיין א עקזעמפל פון זיך אליינס

פסח ביינאכט ווען א אידישע טאטע געבט איבער פאר די קינדערלעך אז אלעס וואס דער אויבערשטער טוט איז אפילו עס שמעקט מיר נישט אדער פאר געפעלט עס נישט

פסח ביינאכט ווען א אידישע טאטע געבט איבער פאר די קינדערלעך אז אלעס איז מיט א סדר און אויסגערעכענט נאר אזוי קען מען בויען אידישע הויז

מדארף זיין א סימבאל פאר די קינדער
א גאנץ יאר טאר נישט עקזיסטירן אזאלעכע מחשבות און זיכער נישט פסח ביינאכט


זיך אראפ לייגען פאר איין שעה ערב פסח איז א גרעסערע מצווה ווי די גאנצע סדר

טוה עס פאר דיינע קינדערלעך זיי וועלן עס אלעמאל געדענקן
ווען עפעס פאסירט ווער פרייליך דער אויבערשטער האט יעצט געמאכט ביי דיר אין שטוב זיך עפעס אויסגיסן ער שיקו השפעות פסח ביינאכט עס איז ניסים גליום
האוס אלע א כשרן פרייליכען פסח
און מזאלמיר אלע אויפגעראכטען ווערן נאך דאס יאר
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סתם אזוי באותו ענין איז וויכטיג צו צו צייכענען וואס דער דרך פקודיך שרייבט (מצוה יג חלק הדיבור אות ד) אז ס'איז דא א צד אז מ'זאל נישט מעגן זאגן סדר אכילת הפסח און נישט עסן אפיקומן אויב מ'רעגט זיך עי"ש.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

איך מיין אז די אלע וואס האבן דא געשטימט, האבן קיין סדר נאכט נאך נישט געמאכט,
(אדער בחורים)
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
יצר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

מצות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:26 am
איך שטיי און איך רייב מיר די אויגן
איז דאס אמת אזא אשכול עקזיסטירט אין א אידישע פורום דארף נאך צו זיין א פרומע ?
איז דאס דורך אינגעלייט וואס זענען מחנך אידישע קינדערלעך?
פסח ביינאכט זיך רעגן אויף וועמען?
אפשר אויף די ר אליינס אז די עס קומט דיר בכלל אזא מחשבה אין אין אזא הייליגע נאכט

איך בין דן לכף זכות די אלע אידן וואס האבן דא געוואויט אין דעם אשכול אז זיי זענען מיד אויסגעמוטשעט עס איז געווען פאר זיי זייער שווער צו מסדר זיין דעם יום טוב
ס׳נישט אזא ווינדער
IMG_1087.jpeg
די יצר הרע פארלייגט זיך אויף דעם, ס׳דא די באקאנטע ווארט אז א משהו כעס איז ערגער ווי א משהו חמץ.
דו האסט נישט קיין ערלויבעניש צו זען די אטעטשמענטס פון די תגובה.
Hay you stupid Johnny what you do in the market not you buy not you sell only making trouble
אוועטאר
אדלמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 21, 2024 7:49 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלמאן »

בעריש'ל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 9:09 pm
אויפרעגן ביים סדר? איך האלט זיך נישט גרויס אבער ביי מיר איז נישטא אזא זאך! איך ארבעט ביים סדר פאר מיינע קינדער! זיי קוקן זיך צו אויף יעדן ריר! איך בין באפוילן ״והגדת לבנך״. נו! איז מיין קיטל רויט, שלעפט מען ביי שלחן עורך, אבער יעדעס מאכל וואס מען ברענגט אריין ליגט דערין בלוט פון מיין ווייב און פיר טעכטער!
ווייזט אויס ביי דיך קומען פאר די מלחמות בשעת'ן קאכן.
אוועטאר
אדלמאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 21, 2024 7:49 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלמאן »

מצות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:26 am
איך שטיי און איך רייב מיר די אויגן
א שאד ביזט אנאנים. מען דארף דאך וויסן וועמען אויסצולויבן לאחר אריכות ימים.
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

"איך בין זיך מקבל בלי נדר נישט צו ווערן אויפגערעגט במשך דעם גאנצן סדר, זאל זיין וואס עס זאל נאר זיין גיי איך בלי נדר זיך האלטן רואיג און נישט קומען לידי כעס"

ביטע גיב א לייק אויב איר זענט זיך מצטרף צו די קבלה בל"נ
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9119
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קיינער איז נישט מקבל??
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: ווען איז מען די מערסטע אויסגעשטעלט זיך אויפצורעגן ביים "סדר נאכט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

בילל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 5:10 am
לכאורה א שטארקע גורם איז די הונגער, ביי אונדז אינדערהיים זעצט מען זיך אוועק הארט בעפאר ליכט צינדן (מען קען אויך נאך ליכט צינדן) און מען עסט א געהעריגע נאכטמאל מיט טשיקן און קוגל און אזוי איז מען רואיג. בדוק ומנוסה
דאס די זאך, מ׳פרובירט צו עסן ווי ווייניגער אלס די הלכה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”