א ווארט אויף פסח

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

א ווארט אויף פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

עס קומט פסח, מען גייט שוין טרינקען די פיר כוסות, מען גייט זאגן הלל, און מען גייט ווייטער טראגן די אמונה וואס אונז האבן פאר אונזערע קומענדיגע דורות.

איך האב געהערט א אינטערסאנט ווארט, וואס איך מיין אז עס לוינט זיך איבער צוזאגן ווייטער.

עס שטייט אז די אידן זענען געווען אין די מ"ט שערי טומאה ווען מען האט זיי ארויסגענומען פון מצרים, לכאורה, וואס מיינט מ"ט שערי טומאה?
עס קען נישט מיינען אז די אידן האבן געטוהן א געוויסע סכום עבירות, ווייל אויב אזוי וואלט יעדער געדארפט זיין אין א צווייטע שער טומאה... זיי האבן זיך זיכער נישט אפגעשמועסט צוזאמען צו טוהן די פונקטליכע צאל עבירות, אז יעדער זאל זיין אין די זעלבע שער.
נאר וואס דען?
לאמיר אהינגיין צו יענע צייט, און זעהן וואס דארט איז פארגעקומען.

אין א שיינעם טאג, הערן די עבריים די נייעס, אז איינער האט זיך אויפגעשטעלט זאגן, אז ער גייט זיי אויסלייזן, ער איז אפילו געגאנגען סטראשענען פרעה, אז ער גייט ברענגען מכות מיט שטראפן, אויב ער לאזט נישט ארויס די פאלק וואס ער פייניגט שוין אזוי לאנג, די פרייד וואס די אידן האבן געהאט דאן, קען מען זיך נישט פארשטעלן.
פיינעלי קוקט שוין איינער אויף אונזער זייט, איינער זעהט שוין וואס אונז גייען דורך טאג טעגליך...
אין אלע קאווע שטיבלעך האט מען געשמועסט, אז עס קומט שוין א סוף צו די צרות, און אלעס האט זיך אנגעהויבן דרייען ארום דעם, עס איז געווארן די געשפרעך פון טאג.

א צייט איז אריבער, און יא!! גאנץ מצרים האט זיך אנגעהויבן באדן אין בלוט.
די מצריים ליידן, אידן מאכן געלט.
אין אלע גאסן זעהט מען מצריים זיך דערשטיקן אויף בלוט. מכת דם אין די פולסטע קאלירן... די זון האט אויפגעשיינט אויף כלל ישראל, יעדער איז געווארן פול מיט האפענונג, אז אט אט קומט עס, און אונז גייען שוין ארויס.

א וואך שפעטער:
מכת דם איז פאראיבער אבער... 'גארנישט' די אידן דארפן ווייטער ארבעטן, ווייטער שלעפן ציגל, ווייטער דרייוון די מצרישע מיניסטארן...

א טיפע טרויער האט געהערשט איבעראל.

עס גייט נישט דורך א לאנגע צייט, און... "בום" א באמבע!!! פרעש!!!
אלע נייעס צענטערן זענען אויף, אז פרעש האבן אינוואדירט אין מצרים, און זיי האלטן ביים איבערנעמען דאס לאנד.
די נעשאנעל סעקיריטי אלערט איז אויף רויט, מיליטערישע עראפלאנען ווערן געזעהן אין די ליפטן, טאנקען אויף דער ערד ווערן געזעהן שיסן שווערע באמבעס אויף די אינוואדירער, אבער אן ערפאלק, די פרעש מאכן ווייטער זייער וועג צום הויפטשטאט, מיט'ן קלארן ציל צו איבערצייגן זייער אפגאט פרעה, אז זיין קעניגרייך איז אויף פראגע צייכן.
זיבן טעג איז פאראיבער, און די אינוואדירער האבן אן א פריערדיגע מעלדונג, איינגענומען א שטילקייט.
פילע טויטע פרעש זענען געווען אנגעלייגט אין די גאסן, און די מיליטער איז אריינגערופן געווארן אפצורייניגן די בריקן, טונעלן, און פאלאצן, פונעם טויטן מאנסטער.

ביי צפרדע האט די האפענונג ביי די אידן אנגעהאלטן אביסל לענגער, ווייל זיי האבן געטראכט, אז זיכער בשעת די גאנצע לאנד איז פארנומען אפצורייניגן פון די מכה, גייט עפעס א נס געשעהן, אבער ניין. ווייטער האט די ביטערע געפיהל פון אנטוישונג זיי ארומגענומען...
אזוי איז די האפענונג געקומען און געגאנגען ביי אלע מכות, ביז עס איז געקומען מכת חושך.

די אידן זענען דאן ארומגעגאנגען קוקן, און באטראכטן די פארמעגנס פון די מצריים, און זיי זענען ממש אראפ פון זינען, פון זעהן די אלע אוצרות וואס די מצריים האבן... און ווען מכת חושך האט זיך געענדיגט, האט פאסירט א שרעקליכע זאך.

אידן האבן אנגעהויבן אויפגעבן.
זיי זענען געווען אזוי פארלוירן, נאכן זעהן די אלע ריזיגע פארמעגנס, די ריזיגע מיסילס, מיליטערישע ארסאנעלן...
אז זיי האבן אנגעהויבן טראכטן אז טאקע, דער אייבישטער איז טאקע ריזיג.
ער קען פארקריפלען די עקאנאמיע, ער קען אראפברענגען די וועלט'ס מאכט צו אירע קניען, אבער ער קען איר נישט באזיגן ח"ו.

דאס מיינט מ"ט שערי טומאה.

מ"ט שערי טומאה מיינט נישט, וויפיל עבירות זיי האבן געטוהן, ווייל ווילאנג מען האפט און מען קוקט ארויס צו ווערן אויסגעלייזט, האט טומאה נישט קיין שליטה, אבער איינמאל די נעגל פון אויפגעגעבנקייט הייבט אן אריינצושניידן, "דאן ברויך מען נעמען שריט"
די טומאה קען ח"ו באקומען א שליטה.
ווילאנג מען האפט, מען פאלט אראפ, אבער מען הייבט זיך אויף, און מען טיילט מכות פארן יצר, קען מען נאך אנגיין.
אבער איינמאל די יאוש נעמט איבער, "קען מען נישט דארט בלייבן אפילו איין מינוט"
עס איז סכנת נפשות!! מען דארף ארויס גיין עי עס עי פי!! און דאס האט מען איבערגעלאזט פאר אינזער דור.
א מוסר השכל אין אמעריקע תשפ"ד, אז ווילאנג מען רייסט זיך, מען פאלט און מען הייבט זיך אויף, האסטו מענטשעלע א הבטחה, אז די וועסט זיגן.
אבער פון איין זאך ברויכסטו אוועקשטיין, פון יאוש.
ווייל דאס איז די מקור הטומאה... דער הייליגער ישמח ישראל פון אלעקסאנדער איז אריינגעקומען פסח ביינאכט צום סדר, און געזאגט מיט א שלהבת אש קודש, אז יעדע איינציגסטע איד קען פסח ביינאכט אנקומען צו ריזיגע מדריגות, און ער האט צוגעלייגט, אז איינער וואס גלייבט נישט אז אפילו א איד וואס געפינט זיך אין די מ"ט שערי טומאה, קען היינט נאכט ווערן א צדיק גמור, אזא איינער איז טאקע די רשע פון די הגדה.


א לעכטיגע פרייליכע יום טוב!!!
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
אוועטאר
יונה פון נינוה
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:44 pm

Re: א ווארט אויף פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פון נינוה »

וואו!!!! פארוואס ביסטו מיר געשלאפן אזוי לאנג? קום אריין אפטער אונז דערקוויקן.
ווען מען הערט א פייף, מישט מען אריבער!!
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm

Re: א ווארט אויף פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

Wow wow
שטארקע חיזוק!

שרייב אפטער אזעלכע...
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן מכל עם ולשון!
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א ווארט אויף פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

אין די וועלט אריין האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:35 am
Wow wow
שטארקע חיזוק!

שרייב אפטער אזעלכע...
בל"נ, מען גייט פראבירן
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
אוועטאר
issy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:31 pm
לאקאציע:אונטער דיך פון די אנדערע זייט

Re: א ווארט אויף פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך issy »

מוירעדיג איך ווער יעצט א קארלסבורגער
לא תעמוד על דם עצמך
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: א ווארט אויף פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

issy האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:52 pm
מוירעדיג איך ווער יעצט א קארלסבורגער
איך בין נישט קיין קארלסבורגער, עס איז נאר מיין ניק
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”