מיינע מחשבות אויף היסטוריה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

מיינע מחשבות אויף היסטוריה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

עפענען א נייע אשכול א ערשטע מאל? יא אדער ניין ? או קעי געגאנען ווי פאנגט מען אן אז מען הייבט אן צו שרייבן פון די צייטן פון ביהמ"ק און פריער, קריכט מען אריין און א זייער פארנעפלטע צייט מיט גאנצעטע השערות און טעאריעס און ארכיאולוגיע וכדו' און חשבונות וואס שטימט יא אדער וואס שטימט נישט למשל:
היסטוריה פון מצרים איז די אלגעמיינע וועג פון רעכענען און נאכדעם איז דא די וועג פון אפאר פריוואטע היסטוריענס וואס זענען מסביר די מיסטעקס וואס די אלגעמיינע מחשבים חשבונות מאכן און א נייע מהלך וואס מאכט קלאר דאס גאנצע עניין און עס איז זיכער דא נאך מהלכים. גוישע מהלך
די זעלבע איז מיט אשור אשור
און ווער רעדט נאך ווען מען רעדט וועגן מגילת ים המלח וואס דארטן איז יכלה הזמן והם לא יכלו ווער האט דאס געשריבן און באהאלטן אנגענומען אז איסיים אפאר זאגן פרושים און דעת יחידים איז ביסותים, צדוקים, שומרונים, אפאר זענען די זעלבע, וועלכע מגילות פון וועלכע מערה וכו' וכדו'
https://en.wikipedia.org/wiki/Dead_Sea_Scrolls
(נאכדעם דער טויטער מענטש פון די צייטן פון נח (פארשטייט זיך לויט ארכיאולוגיע) וואס מען האט געטראפן אויף די אלפן בערג
https://en.wikipedia.org/wiki/%C3%96tzi ) לכאורה נישט היסטוריה


ממילא האב איך געטראכט אז אנשטאט אריינגיין אין א קראנקע בעט און אין חקירות ודרישות
איז לאמיר אנהייבן פון אינטן ארויף דאס הייסט קודם אנהייבן צו פארציילן פון היינט און צוריק גיין
איז דא א אנדערע פראבלעם יעדער שמויגער ווייסט עס, און עס גייט בכלל נישט זיין אינטרעסאנט למשל:
מדינת ישראל שיסט צוריק אויף איראן אלץ א נקמה פאר די מיסיל אטאק וואס האט גענומען א קנאפע 5 שעות און ב"ה די כלי משחית האט נישט דערגרייכט זייער ציל האבן די איזראעליס גע'ענטפערט מיט אפאר מיסילס אדער דראון'ס (נישט קלאר) וואס איראן האט מצליח געווען צו אראפווארפן (אזוי זאגן זיי)
די גאנצע מאכארייקע האט זיך אנגעפאנגען אין שמחת תורה יארע תשפ"ד אין דעם גוישן (october 7 2023) ווען אפאר הונדערט (מ'האט גערעכנט "מער" ווי טויזנט) אראבער מיט די שמאטעס אויפן קאפ (אדער אן) שקוראים עצמם בשם חאמאס האבן איבערגעקליגט די אזוי גערופענע געלונגענע איזרעאיילישע מיליטער און אנגעהויבן צו אריינדרינגען און מדינת ישראל דורך'ן צוברעכן די געט און גליידערס און פון ים אנגעהויבן פון 5-6 פארטאג און ווייטער און אריין זייער טיף אין געכאפט און געשאסן אויף רעכטס און לינקס בשעת וואס די איזרעאיילישע מיליטער שלאפט פארן יום טוב און די חאמאס זענען אנגעקומען זייער טיף אין דרום ישראל למשל אין איין שטאט (שדרות) האבן זיי מצליח געווען צו איבערנעמען די פאליס סטעשן און נאר נאך א שיינע פאר שעה וואס די חאמאס האט געטון ככל העולה על האבן זיך די ציונים אופגעוועקט און אנגעהויבן צו צוריק שטויסן און ביז א "טאג" אדער צוויי איז אלעס געווען אינטער קאנטראל און נאך אפאר וואכן האט זיך אנגעהויבן די מלחמה.......וכו' (שוין! צופיל מאריך געווען!..)

45 טויטע אין מירון ..... צרות אחרונות משכחות הראשונות
די גרויסע עפידעמיע ..... אלעס פארשפארט פליגערס.....
דשערסי סיטי שיסעריי...מען קען באשרייבן די בלעק איזראעלייטס
מאנסי שטעכעריי
בלעק לייווס מעטערס פראטעסטן
חטיפת הטישוס
ליקו החמה
בקיצור איך שרייב צומישט
די שערוריה פון די עופות אויב עס איז כשר
חינוך יא אדער נישט פראבלעם
די גרויסע מלחמה וועגן וועקסינס און קאראנע וועקסין בפרט
די ביר קאראנע (שוין צופיל סטאק ביי קאראנע! קריך שוין אוועק!)
די קראך פון 08 ווואוו וווי פליסטי מען האלט נאך נישט דארט! ביסטו זיכער? וואס איז געווען ציווישן 08 און קאראנע? הא ווי האב איך געקענט פארגעסן? א וודאי דער מאדנע קוריאזע מענטש ווערט פרעזידענט נאך געוואוינט דעמאלט אין ארץ הקודש
יא דער פרעזידענט וואס קיינער האט פארגעזאגט א געווינס האט געווינען קעגן א פאפולערע פרוי א נקמה אין אלע ליבעראלן אפשר היינט וואלט ער עס טאקע נישט געקענט מאכן קעגן א פרוי אדער קען זיין אז ..... (שוין צופיל גערעדט)
ליין איך איבער וואס איך האב יעצט געשריבן זעה איך א גאנצע צומישעניש שיקן? נא?
המשך יבא בעז"ה
שיק!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”