סדר פונעם סדר נאכט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
נאך איין מזל איך בין נישט קיין איידעם ביי דיין שווער.

זאג סתם פאר נייגיר וואס האט מען געטוהען ביז 1130?

מען זאגט דאך אז מען מאכט " שוין" קידוש ..

אפילו ביי אונז ווי מען איז שוין געווען פארטיג ביי 2 אזייגער איז מיר עס אנגעקומען שווער נישט איינצושלאפען אינדערמיט.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פשוטו כמשמעו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:56 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

פאלגנט איז מיין סדר הלילה פונעם סדר נאכט תשפ"ד:

די ’סדר’ פון די סדרים היי יאר ב"ה:
ערשטע נאכט (ביי מיר אין שטוב):
9:55 אנגעקומען אהיים

10:15 קדש און ב"ה א קינד האט געפרעגט נאך קידוש פארוואס באקומט זי פסח א בעכער אנגעפילט ביז אויבן. האט מען שוין געהאט די געלעגנהייט צו אנהייבן סיפור יציאת מצרים מיט די בילדער וכו’

11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.

12:30 זיך געטראפן נאך ביי רבי גמליאל היה אומר. אנגעהויבן זיך צו יאגן.

12:57 געענדיגט כורך. האט מען געהאט צייט פאר שולחן עורך.

2:00 צפון

3:30 געענדיגט דעם סדר ב"ה.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
דיין שווער מאכט דריי שעה שלחן עורך? אין נאכדעם עסט מען די אפיקומן על השובע….

מן הסתם קומט א פעטן דרימל אויפן באקוועמען היסב בעט פאר א צוויי שעה, און דער איידעם ברויך זיך מוטשען מיטן קישן אויפן בענקל...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

פאלגנט איז מיין סדר הלילה פונעם סדר נאכט תשפ"ד:

די ’סדר’ פון די סדרים היי יאר ב"ה:
ערשטע נאכט (ביי מיר אין שטוב):
9:55 אנגעקומען אהיים

10:15 קדש און ב"ה א קינד האט געפרעגט נאך קידוש פארוואס באקומט זי פסח א בעכער אנגעפילט ביז אויבן. האט מען שוין געהאט די געלעגנהייט צו אנהייבן סיפור יציאת מצרים מיט די בילדער וכו’

11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.

12:30 זיך געטראפן נאך ביי רבי גמליאל היה אומר. אנגעהויבן זיך צו יאגן.

12:57 געענדיגט כורך. האט מען געהאט צייט פאר שולחן עורך.

2:00 צפון

3:30 געענדיגט דעם סדר ב"ה.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
וויאזוי געדענקסטו אזוי פונקטליך די זמנים?
האסט א סעקיורעטי קעמערע אין דיינונג רום און איבערגעטשעקט נאך יו"ט די פונקטליכע צייטן?
אויב יא, דיין שווער האט אויך?
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

וויאזוי זאגט יענער?
נאך אזא סדר פין שלאגערייען מיט געשרייערייען פארשטייט ער שוין פינקטלעך פשט אינעם חד גדיא...
משי האט געשלאגן....
איז געקומען יענקי אין געשלאגן....
איז צוגעקומען..... אין צוריק געשלאגן.... וואס האט געשלאגן....
אין אזוי ווייטער אין ווייטער....
ביז די טאטע איז געקומען אין זיך אנגענומען פאר... וואס האט געשלאגן נחמן.. װאס האט געשלאגן.... אין אזוי ווייטער...
ביז די אייבישטער אליין'ס איז געקומען אין צוגענומען די טאטענס פרנסה...
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”