סדר פונעם סדר נאכט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

פאלגנט איז מיין סדר הלילה פונעם סדר נאכט תשפ"ד:

די ’סדר’ פון די סדרים היי יאר ב"ה:
ערשטע נאכט (ביי מיר אין שטוב):
9:55 אנגעקומען אהיים

10:15 קדש און ב"ה א קינד האט געפרעגט נאך קידוש פארוואס באקומט זי פסח א בעכער אנגעפילט ביז אויבן. האט מען שוין געהאט די געלעגנהייט צו אנהייבן סיפור יציאת מצרים מיט די בילדער וכו’

11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.

12:30 זיך געטראפן נאך ביי רבי גמליאל היה אומר. אנגעהויבן זיך צו יאגן.

12:57 געענדיגט כורך. האט מען געהאט צייט פאר שולחן עורך.

2:00 צפון

3:30 געענדיגט דעם סדר ב"ה.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
זייער אינטערעסאנט, הערליך הערליך.
וואס האט איך געטון מיט ספירה, געציילט נאך מעריב?
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

ערשטע סדר קדש 9:05 מה נשתנה 10:10 פערטיג געווען 1:20
צווייטע קדש 9:45 מה נשתנה 11:45 איינע פון די טעכטער געפרעגט פארוואס זאגט מען אז מיר זענען און די לענגסטע גלות היינט זעיט בכלל נישט אויס ווי מיר זענען אין גלות בכלל. לאנג ארומגערעדט איבער דעם ממשיך געווען ביי די סעודה באטאג
12:58 כורך 2:45 גענדיגט
פשוטו כמשמעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:28 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוטו כמשמעו »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

פאלגנט איז מיין סדר הלילה פונעם סדר נאכט תשפ"ד:

די ’סדר’ פון די סדרים היי יאר ב"ה:
ערשטע נאכט (ביי מיר אין שטוב):
9:55 אנגעקומען אהיים

10:15 קדש און ב"ה א קינד האט געפרעגט נאך קידוש פארוואס באקומט זי פסח א בעכער אנגעפילט ביז אויבן. האט מען שוין געהאט די געלעגנהייט צו אנהייבן סיפור יציאת מצרים מיט די בילדער וכו’

11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.

12:30 זיך געטראפן נאך ביי רבי גמליאל היה אומר. אנגעהויבן זיך צו יאגן.

12:57 געענדיגט כורך. האט מען געהאט צייט פאר שולחן עורך.

2:00 צפון

3:30 געענדיגט דעם סדר ב"ה.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
דיין שווער מאכט דריי שעה שלחן עורך? אין נאכדעם עסט מען די אפיקומן על השובע….
פשוטו כמשמעו = אזויווי די הערסט.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

VZQ האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:54 pm
ערשטע סדר קדש 9:05 מה נשתנה 10:10 פערטיג געווען 1:20
צווייטע קדש 9:45 מה נשתנה 11:45 איינע פון די טעכטער געפרעגט פארוואס זאגט מען אז מיר זענען און די לענגסטע גלות היינט זעיט בכלל נישט אויס ווי מיר זענען אין גלות בכלל. לאנג ארומגערעדט איבער דעם ממשיך געווען ביי די סעודה באטאג
12:58 כורך 2:45 גענדיגט
ערשטע סדר 9:05?
ביי ענק זאגט מען נישט הלל נאכן דאווענען? (שנעלסטע מעריב מיט הלל איז 30 מינוט, אהיימגיין און אנהייבן קדש שנעלסטע 15 מינוט)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:22 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
זייער אינטערעסאנט, הערליך הערליך.
וואס האט איך געטון מיט ספירה, געציילט נאך מעריב?
יא. יודע בהמה נפש צדיקו...
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פשוטו כמשמעו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 3:56 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

פאלגנט איז מיין סדר הלילה פונעם סדר נאכט תשפ"ד:

די ’סדר’ פון די סדרים היי יאר ב"ה:
ערשטע נאכט (ביי מיר אין שטוב):
9:55 אנגעקומען אהיים

10:15 קדש און ב"ה א קינד האט געפרעגט נאך קידוש פארוואס באקומט זי פסח א בעכער אנגעפילט ביז אויבן. האט מען שוין געהאט די געלעגנהייט צו אנהייבן סיפור יציאת מצרים מיט די בילדער וכו’

11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.

12:30 זיך געטראפן נאך ביי רבי גמליאל היה אומר. אנגעהויבן זיך צו יאגן.

12:57 געענדיגט כורך. האט מען געהאט צייט פאר שולחן עורך.

2:00 צפון

3:30 געענדיגט דעם סדר ב"ה.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
דיין שווער מאכט דריי שעה שלחן עורך? אין נאכדעם עסט מען די אפיקומן על השובע….
הלוואי זאל זיין וואס צו עסן אין די דריי שעה..

עס זעהט עפעס אויס יעדעס יאר, ווי מ’ווערט הערשט געוואר ממש פארן סדר וואס מ’דארף צום סדר.

נאך וואס מ’קומט אהיים פון שוהל הייבט מען אן צו דעקן צום טיש, איין רגע! מהאט כרפס? מאמי האסט געמאכט כרפס? אקעי, מ’דארף האבן געקאכטע קארטאפל. מאיר, גיי אראפ אין בעיסמענט און ברענג ארויף אפאר קארטאפל פאר מאמי.
איינער האט געזעהן די אפיקומן טאש? יא, איך האב דאס געניצט נעכטן. נעה, נישט דעי, דאס מאכט זיך נישט צו. קוק אפשר אין ספרים שטוב.
שלומי, וואס קלאצטו? מאך די זאלץ וואסער. ניין! פלעין זאלץ מיט וואסער. חכם, ווער ניצט סינק וואסער פסח?? שווענק עס אויס און הייב אן פון אנהייב.
אסתי, מ’האט אוועקגעווארפן די חרוסת פון נעכטן. אקעי, שייל אפ אפאר עפל, נאר דא גרינע עפל? אקעי. די מאסט איז נאך נישט אויפגעלאזט? שוין, פאר די חרוסת איז גוט אויך סלאשי.

אזוי ווערט מען געוואר אייטעם ביי אייטעם וואס מ’דארף.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

VZQ האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:54 pm
איינע פון די טעכטער געפרעגט פארוואס זאגט מען אז מיר זענען און די לענגסטע גלות היינט זעיט בכלל נישט אויס ווי מיר זענען אין גלות בכלל. לאנג ארומגערעדט איבער דעם ממשיך געווען ביי די סעודה באטאג
נו אפשר ביסטו עס דא אויכט מסביר?
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
וואלט געווען אינטערעסאנט למעשה, נאך אלע הכנות, ווי אזוי איז געגאנגען דעם סדר? ווען האט מען געהאלטן ווי, און ווען האט מען מסיים געווען.

פאלגנט איז מיין סדר הלילה פונעם סדר נאכט תשפ"ד:

די ’סדר’ פון די סדרים היי יאר ב"ה:
ערשטע נאכט (ביי מיר אין שטוב):
9:55 אנגעקומען אהיים

10:15 קדש און ב"ה א קינד האט געפרעגט נאך קידוש פארוואס באקומט זי פסח א בעכער אנגעפילט ביז אויבן. האט מען שוין געהאט די געלעגנהייט צו אנהייבן סיפור יציאת מצרים מיט די בילדער וכו’

11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.

12:30 זיך געטראפן נאך ביי רבי גמליאל היה אומר. אנג עהויבן זיך צו יאגן.

12:57 געענדיגט כורך. האט מען געהאט צייט פאר שולחן עורך.

2:00 צפון

3:30 געענדיגט דעם סדר ב"ה.

צווייטע נאכט: (ביים שווער זז"ג):
11:30 קדש
12:25 מה נשתנה
12:56 מוציא מצה
3:50 צפון
4:49 פערטע כוס (אפאר סקונדעס פארן עלות)
5:45 גע’ענדיגט דעם סדר
אנגעקומען אהיים ווען די ותיקין אידן זענען ארויס פאר זייער ברעיק...
פון 4:49 ביז 5:45 וואס נעמט אזוי לאנג
אפשר מיינט ער אז 5:45 דארף מען זיך איבער בעטן. פאר וואס די סדר נעמט אזוי לאנג
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.
אין א נאטשעל וואס האט איהר געענטפערט?
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

איבער א שעה פון קדש ביז מה נשתנה?????
ווי לאנג נעמט א יחץ...?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:07 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.
אין א נאטשעל וואס האט איהר געענטפערט?
שיעבוד מצרים איז נישט געווען א מיסטעיק וואס הקב"ה האט פאראכטן מיט געבן מכות און ביזת הים.
עס איז געגאנגען פארקערט:
כדי מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה און באקומען דעם ריינעם אמונה, האט דער אייבערשטער געדארפט ווייזן די מכות און קריעת ים סוף (און אלעס וואס מ’לערנט ארויס פון דעם). כדי די מצרים זאלן דיזערוון די מכות און כלל ישראל די שכר, האבן די מצרים געדארפט טיילן צרות פאר די אידן. און פארדעם האט געדארפט זיין שיעבוד מצרים.

דאס ממש אין א ניסל שאלאכץ. עס האט גענומען כמעט א האלבע שעה בשעת מעשה. פארציילט פארשידענע מעשיות און משלים, און מער מרחיב געווען.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ערשטע נאכט געווען כמעט גרייט ביים אהיימקומען (קרעדיט: ממי_שאמרו) געזאגט קדש 9:50, ארומגערעדט פון די יסודות האמונה כמנהג אבותי, די טינעידזשערס האבן געהאט אסאך סורפרייזינג גוטע קשיות ב"ה אזש כ'האב געדארפט זאגן א תפלה חרישית שלא אכשל בלשוני... געמאכט קידוש 10:45, מה נשתנה 11:15, רחצה 12:40, יעדער געגעסן דעם כזית פאר חצות, איך האב געכאפט מרור כורך שלחן עורך און צפון פאר דעם זמן חצות פון א מינוט נאך איינס. יעדער ממשיך געווען שלחן עורך, געבענטשט 2:10, געענדיגט שיר השירים 3:10.

צווייטע נאכט: קדש 10:20, קידוש 10:40, מה נשתנה 11:10, רחצה 12:30, געהאט א בלעקאוט פאר צען מינוט און געפראוועט א ליל שימורים לייוו... בענטשן 2:00, הלל, ספירה און שיה"ש - געענדיגט 3:00.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4151
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

עירמאנט'ער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:13 pm
איבער א שעה פון קדש ביז מה נשתנה?????
ווי לאנג נעמט א יחץ...?

דאס פטר'ן די מרור איז עבודת הפרך. ס'קען דויערן שעות על גבי שעות...
מ'קען נישט פלעין מאכן א ברכה, מ'דארף אינזין האבן! און נישט סתם אינזין האבן, נאר פטר'ן!
נישט פשוט אפ'פטר'ן און געגאנגען ווייטער, נאר ממש בחוש פ-ט-ר-'-ן! און נישט סתם אבי וואס, נאר די סאמע מרור!
ווייסט וואס מרור איז? האסט אמאל אריינגעטראכט, וויאזוי קען א פשוט'ע מענטשעלע, מיט א פשוט'ע שטיקל גרינצייג פטר'ן די מרור?...
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:24 pm
intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:07 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.
אין א נאטשעל וואס האט איהר געענטפערט?
שיעבוד מצרים איז נישט געווען א מיסטעיק וואס הקב"ה האט פאראכטן מיט געבן מכות און ביזת הים.
עס איז געגאנגען פארקערט:
כדי מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה און באקומען דעם ריינעם אמונה, האט דער אייבערשטער געדארפט ווייזן די מכות און קריעת ים סוף (און אלעס וואס מ’לערנט ארויס פון דעם). כדי די מצרים זאלן דיזערוון די מכות און כלל ישראל די שכר, האבן די מצרים געדארפט טיילן צרות פאר די אידן. און פארדעם האט געדארפט זיין שיעבוד מצרים.

דאס ממש אין א ניסל שאלאכץ. עס האט גענומען כמעט א האלבע שעה בשעת מעשה. פארציילט פארשידענע מעשיות און משלים, און מער מרחיב געווען.
אין קבלה און חסידות איז מוסבר אז מען האט געדארפט מעלה זיין די ניצוצות וואס זיינען געפאלן אין עולם התקון נאך שבירת הכלים פון עולם התוהו

רפח ניצוצין זיינען געפאלן און דאס איז אונזער עבודה אין גלות מעלה זיין די ניצוצין.

אין מצרים האט מען מעלה געווען ר"ב ניצוצות.
און געבליבן פאר אונז פ"ו ( און דער בעל התניא איז מסביר אז מען מוז זאגן אז די פ"ו זיינען צוברעקלט אין קלענערע ניצוצות א נישט וואס נעמט אזוי לאנג מעלה זיין.)
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

VZQ האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:54 pm
ערשטע סדר קדש 9:05 מה נשתנה 10:10 פערטיג געווען 1:20
צווייטע קדש 9:45 מה נשתנה 11:45 איינע פון די טעכטער געפרעגט פארוואס זאגט מען אז מיר זענען און די לענגסטע גלות היינט זעיט בכלל נישט אויס ווי מיר זענען אין גלות בכלל. לאנג ארומגערעדט איבער דעם ממשיך געווען ביי די סעודה באטאג
12:58 כורך 2:45 גענדיגט
חוץ פון אידישע צרות, בגשמיות וואס אידען גייען אדורך.
אז אידן זיינען "בנים שגלו מעל שולחן אביהם" מיר זענען נישט מיטן בית המקדש און גילוי שכינה וואס איז דארטן איז דאס דער גרעסטע גלות.
און אז חזל זאגן כל מי שלא נבנה בית המקדש בימיו איז דאס כאלו נחרב בימיו, איז דארף דאס ארויס ברענגען דער תשוקה צו זיין בנים שעל שולחן אביהם.
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:18 pm
VZQ האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:54 pm
ערשטע סדר קדש 9:05 מה נשתנה 10:10 פערטיג געווען 1:20
צווייטע קדש 9:45 מה נשתנה 11:45 איינע פון די טעכטער געפרעגט פארוואס זאגט מען אז מיר זענען און די לענגסטע גלות היינט זעיט בכלל נישט אויס ווי מיר זענען אין גלות בכלל. לאנג ארומגערעדט איבער דעם ממשיך געווען ביי די סעודה באטאג
12:58 כורך 2:45 גענדיגט
ערשטע סדר 9:05?
ביי ענק זאגט מען נישט הלל נאכן דאווענען? (שנעלסטע מעריב מיט הלל איז 30 מינוט, אהיימגיין און אנהייבן קדש שנעלסטע 15 מינוט)
ערשטע נאכט ביי אינז מעג מען פאר זמן ר"ת מען ליינט איבער קר"ש פאר קידוש
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:24 pm
intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:07 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.
אין א נאטשעל וואס האט איהר געענטפערט?
שיעבוד מצרים איז נישט געווען א מיסטעיק וואס הקב"ה האט פאראכטן מיט געבן מכות און ביזת הים.
עס איז געגאנגען פארקערט:
כדי מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה און באקומען דעם ריינעם אמונה, האט דער אייבערשטער געדארפט ווייזן די מכות און קריעת ים סוף (און אלעס וואס מ’לערנט ארויס פון דעם). כדי די מצרים זאלן דיזערוון די מכות און כלל ישראל די שכר, האבן די מצרים געדארפט טיילן צרות פאר די אידן. און פארדעם האט געדארפט זיין שיעבוד מצרים.

דאס ממש אין א ניסל שאלאכץ. עס האט גענומען כמעט א האלבע שעה בשעת מעשה. פארציילט פארשידענע מעשיות און משלים, און מער מרחיב געווען.
נא פאר דעם לערנען מיר די רמבן פר בא
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:28 pm
VZQ האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:54 pm
איינע פון די טעכטער געפרעגט פארוואס זאגט מען אז מיר זענען און די לענגסטע גלות היינט זעיט בכלל נישט אויס ווי מיר זענען אין גלות בכלל. לאנג ארומגערעדט איבער דעם ממשיך געווען ביי די סעודה באטאג
נו אפשר ביסטו עס דא אויכט מסביר?
אסאך תירוצים, שווער צי שרייבן אבער אין קורצן איז
א) דאס אליינס איז די גלות אז מיר ווייסן נעבעך נישט וואס עס פעלט אינז
ב) ווען מען האט אלעס איז היפך די תפקיד אויף די וועלט די תכלית איז צי להטיב עם בריותיו די חלק וואס מיר האבן אין מענטשען וואס האבן וואס מיר האבן נישט זאלן משפיע זיין פאר אינז- זיך פירען מיט מידות החסד וועט הקב"ה זיך פירען מיט אינז אבער האבן וואס מדארף און נישט משפיע זיין איז היפך תכלית הבריאה עיין מהר"ל
ועוד ועוד עס איז מיר שווער דאס שרייבן
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

ערשטע נאכט
קדש 10:30
מה נשתנה 10:55
מוצא מצה 11:45
שלחן ערוך 12:15
צפון 12:53
ברך 1:05
גענדיגט 2:00



דו צווייטע נאכט

קדש 10:15
מה נשתנה 10:50
מוצא מצה 11:40
שלחן ערוך 12:20
צפון 12:53
ברך 1:10
גענדיגט 2:10
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

אזעלכע ערליכע אידן, וואס לעבן אלס מיט א זייגער , און געדענקען נאך ווען מ'האט געהאלטן ווי.....

הלוואי אויף מיר געזאגט.

איך האב נישט קיין אהנונג ווען איך בין אהיים געקומען פון שוהל, איך ווייס נאר אז איך בין גלייך אהיים געגאנגען, און עס האט גענומען איבער 10 מינוט פון ווען איך בין אהיים געקומען ביז מיר האבן געקענט אנהייבן.

אפיקומן האב איך געגעסן פאר חצות, אבער די קינדער האבן נישט אהנגעיאגט.

מיר האבן ממשיך געווען מיט מצוות הלילה פון סיפור יציאת מצרים, נאך מיין אפיקומן, ווילאנג זיי האבן מאריך געווען בסעודה.

דער צווייטער נאכט האבן מיר אלע אריינגעכאפט די כזיתים פאר חצות.

כ'געדענק נישט ווען כ'האב געענדיגט, אפשר מיין איידעם וואס איז געווען ביי מיר וועט עס געדענקען לעולמי עד. ווער ווייסט...
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

דיין איידעם האט שוין מסתם געשריבן אויבן…
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

ביידע נעכט בערך די זעלבע.
אנגעהויבן ארום 10:15,
מה נשתנה א 20 מינוט דערויף,
דערנאך געטיילט מתנות פאר די יונגווארג צו האלטן פארנומען במשך'ן אמירת הגדה,
ארום 11:15-30 גענדיגט 'זאגן' די הגדה,
צאמגענומען אלע קינדער און 'דראמאטיש' אראפגעלייגט סיפור יציאת מצרים, די צווייטע נאכט אפ' געמאכט פאר די קלענערע א פאפעטשא מיט בערעלעך
און דאליס ווי פרעה טשעפעט און די מכות קומען... יעדער האט געקענט שיסן האגל אויף פרעה... ס'געווען מורא'דיג ב"ה...
(מיין קליינע יונגל וויל נאכנישט אנקוקן די שלעכטע פרעה בערעלע...)
מוציא מצה 20 מינוט פאר חצות
א קרוב צו א שעה'יגע שלחן עורך, מיט אסאך ניגונים און שיינע ווערטער.
גענדיגט דרייע.

🎼 כאשר זכינו לסדר אותו, כן נזכה לעשותו 🎼
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:24 pm
intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 6:07 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 2:00 pm
11:30 מה נשתנה - אן עלטערע קינד געפרעגט אינמיטן די הגדה: פארוואס האט מען בכלל געדארפט גיין קיין מצרים צו ווערן געפייניגט און דערנאך זאלן די מצרים כאפן אויף צוריק. זאל מען נישט ווערן געפייניגט, און נישט דארפן ווערן אויסגעלייזט. איז מען אריין אין די לענגערע הסבר אויף דעם.
אין א נאטשעל וואס האט איהר געענטפערט?
שיעבוד מצרים איז נישט געווען א מיסטעיק וואס הקב"ה האט פאראכטן מיט געבן מכות און ביזת הים.
עס איז געגאנגען פארקערט:
כדי מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה און באקומען דעם ריינעם אמונה, האט דער אייבערשטער געדארפט ווייזן די מכות און קריעת ים סוף (און אלעס וואס מ’לערנט ארויס פון דעם). כדי די מצרים זאלן דיזערוון די מכות און כלל ישראל די שכר, האבן די מצרים געדארפט טיילן צרות פאר די אידן. און פארדעם האט געדארפט זיין שיעבוד מצרים.

דאס ממש אין א ניסל שאלאכץ. עס האט גענומען כמעט א האלבע שעה בשעת מעשה. פארציילט פארשידענע מעשיות און משלים, און מער מרחיב געווען.
שטארק!

ס'איז א קשיא וואס מענטשן פרעגן בעצם אויף די זאך פון השגחה פרטיות,
לדוגמא, ווען א מאמע וועקט זיך פונקט אויף ווייל די וועקער זייגער איז נישט געווען גיט אנגעשטעלט, און פונקט באמערקט זי די בעיבי איז בלוי,
רופט הצלה, מ'ראטעוועט, איין מינוט שפעט וואלט... בקיצור, נאכאמזל...

קענען מענטשן פרעגן, אז ער ווערט נישט בלוי, דארף די מאמע זיך נישט אויפוועקן!
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: סדר פונעם סדר נאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

אין פקודא בתר דא שמועסט מען אביסל אויס דאס העכערקייט דערפון ס׳איז ווערט אויסצושמועסן מיט די קינדער

ואי תימא אמאי הוא חובתא והא קודשא בריך הוא ידע כלא מה דהוי ויהוי לבתר דנא וכו׳ אלא ודאי איצטריך בר נש לפרסומי ניסא בגין דאינון מילין סלקין וכו׳

דא ליגט א געוואלדיגע טיפקייט אינעם גאנצן מהות פון די בריאה
בצירוף וואס שטייט אין די ספה״ק

וועלמיר פרובירן בקיצור נמרץ מאד
פארוואס זענען מיר בכלל באשאפן געווארן?

וואס איז די גאנצע ענין פונעם יצר הרע. נסיונות. שוועריגקייטן. מיטמאכענישן. גלות וגאולה וכולהו

ברצונו של הקב״ה להטיב לברואיו
הקב״ה הוא מקור הטוב ומטיב לרעים ולטובים

די בושה און אומהיימליכקייט פון באקומען צדקה, באקומען טובות, טאקע בעסער ווי גארנישט אבער דער מקבל שפירט הונדערט מאל בעסער. העכער. דערהויבן. דערגרייכט. א איש מוצלח ווען ער פארדינט זיך דאס אליינס ווי איידער מ׳גיט אים אלעס צוגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ אפילו דורכן ביסטו מענטש אויף דער וועלט.

כדי זוכה צו זיין צו חיי עולם הבא וואס גייט זיין אונזער אייביגע וועלט דורכן זיך דאס פארדינען אליינס האט געמוזט זיין די שוועריגקייטן קודם, אנדערש ארבייט דאס נישט.

בגין דאינון מילין סלקין אונזערע ווערטער זאלן ווערן קרוינען פאר קודשא בריך הוא דאס איז למעלה מהשגתינו אבער פארדעם זענען מיר באשאפן געווארן און פארדעם זענען מיר דא, א בחינה וואס די גאנצע פמליא של מעלה קען נישט בשום אופן אנקומען צו די מדריגה.
כד סליק יקריה לעילא ותתא.

פארדעם איז געווען גלות מצרים, צו פארדינען און זוכה זיין קבלת התורה, צו ווערן א מרכבה להשראת השכינה.

פארדעם איז געווען גלות בבל, צו פארדינען און זוכה זיין צום צווייטן בית המקדש, דער מקום השראת השכינה.

וכולהו

די צוויי בתי מקדשות האט נישט געקענט פארבלייבן אויף אייביג בשעתו, ס׳איז געווען בחינות פון טעמו וראו כי טוב און וויסן אויף וואס צו בענקען און ארויפרוקן המשך דעם יעצטיגן לאנגן גלות וואס נעמט שוין פיל לענגער פון ווען זינט אידן זענען ארויס פון מצרים ביזן חורבן בית שני.

אונזער היינטיגע לאנגער גלות איז דורך אלע מצבים סיי תקופות ווען מ׳איז ממש געווען נטמע בין הגוים ח״ו מ׳איז געוווען גאר באקוועם אין גלות לאנד און סיי שווערע גזירות, הריגות, בלבולים, פארטרייבונגען, און וואס נישט.

כלל ישראל דארף דאס אלעס מיטמאכן כדי זוכה צו זיין צום גרויסן אור וואס ווארט אונז אפ. דער אייבירשטער וואלט נישט געקענט טוהן קיין גרעסערע טובה פאר אונז ווי אונז געבן די אלע געלעגנהייטן מיטצומאכן און זיך שטארקן כדי זיך צו פארדינען אונזער אייביגן שכר. כדי מיר זאלן אים קענען דינען העכער ווי מלאכים, בגין דאינון מילין סלקין ואסתלק יקריה על כולהו.

ס׳איז גאר בקיצור אבער דאס איז די פתח צום טיפקייט פונעם גאנצן ענין אויפן שפיץ גאפל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”