פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

די איראניע איז אז אויפן עד שטייט "עכטע ביבער. עכטע הוטן" אבער אין פאקט האבן די אזוי גערופענע עכטע הוטן גארנישט מיטן ביבער. (נאר די האר איז פון א רעביט)

ווילסט זיך מארקעטן מיט ליגענט? נאו פראבלעם! אבער אראפרייסן יענעם מיט ליגענט איז אומפראפעסיאנאל און אומפאסיג (עס איז אויך א שאלה פון אונאה אויב איינער קויפט ביי דיר צוליב דעם עד)

--
האקט
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

ירוחם פישל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:08 am
די יסוד פון חירות איז אז מ'מעג אלעס
סיי לייגן אזא עד
און סיי זיך אנטוהן א קאסקעט
והכל על מקומו בא בשלום
דא ליגט דער גרעסטער פראבלעם פון אונזער דור.

אראפ רייסן א צווייטער איד, מיט זיין פרנסה אינאיינעם, מאכן ליצנות פון איהם, מיט זיין פראדוקט, איז ממש דומה ווי זיך אהנטוהן מיט א בגד וואס איז געווען לכתחילה שבלכתחילה, פאר אונזער וואן סייז פיט'ס אלל איז געשעהן.

מאכן אן הפגנה אין פארנט פון א אידישע געשפעט, פארציילן פונקטליך ווי ווייניג פעיד ווארקינג דעיס, ער גיבט פאר זיינע ארבייטער איז 100% לעגאל (ע"פ רוב) אבער אסור פאר אידן וואס זייערע זיידע איז געשטאנען ביים בארג סיני.

אבער אויב מעג איך גיין א קאסקעט, מעג יענער עובר זיין איסורי תורה ברבים, ווייל?
דאס גאנצע איסור תורה האט נאר האפט לשיטתם פון די אזוי זאגער'ס, ווייל עס איז נישט אהנגענומען אין אונזער סאסייעטי.

איינמאל מ'דארף נישט קוקען אויף סאסייעטי, איז שוין אלעס מותר.

רח"ל מהאי דעתא.

אויסטוהן סטראקעס, איז נישט ווי גיין א פסול'ע טלית קטן.
ניין, עס איז נישט דומה.
בכלל נישט.

גיי לערן מיט א גר ברטנורא.
שמייכל אייביג!
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 13, 2022 7:41 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל אייביג! »

די זעלבע מענטש מאכט ביידע מארקעטונג....
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 1:54 pm
ירוחם פישל האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 11:08 am
די יסוד פון חירות איז אז מ'מעג אלעס
סיי לייגן אזא עד
און סיי זיך אנטוהן א קאסקעט
והכל על מקומו בא בשלום
מאכן אן הפגנה אין פארנט פון א אידישע געשפעט, פארציילן פונקטליך ווי ווייניג פעיד ווארקינג דעיס, ער גיבט פאר זיינע ארבייטער איז 100% לעגאל (ע"פ רוב) אבער אסור פאר אידן וואס זייערע זיידע איז געשטאנען ביים בארג סיני.

.
וואס עפעס אסור? אפשר גאר א מצוה
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6720
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

די בעל הבית פון די נייע היטן איז זייער פרייליך מיט דעי עד, זיי האבן געוויזן אז זיי האבן אפציעל אנערקענט אז ס'איז דא קאמפעטישאן.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

שמואל דוד שווארץ פון סעםקאפ אין זיין ארטיקל אין 'א בליק שטיבל' ווען ער פרעגט עם וועגען די גרעניצן פארענטפערט ער זיך אז ער טוט וואס ער פילט אז עס איז ריכטיג און רוב מאל גייט עס אדורך די השגחה פון די רב המכשיר און עס מאכט זיך אז מען שיקט עס עם צוריק צו פארעכטן ווי אויך זאגט ער אז די יואלי לנדא עד איז געווען א טעות פון זיין זייט און ער האט עם שוין איבערגיבעטן, דאס הייסט א מארקעטער וואס רעדט צום זאך און נישט מען נעמט זיך צוריקשיסן אז די עולם איז נעגאטיוו... אדער ער נאנט נישט קריטיק אנאנים....

חוץ מזה איז די ארטיקל אויסנאם געשמאק געשריבן ער איז זייער נאטורליך דערמאנט א שווערע צייט ווען ער האט נישט געהאט א דולער אין טאש, און ווי אין א שווערע מינוט אין ביזנעס גייט ער צום תהילים'ל ביים ריבניץ ציון ווי ער וויינט זיך אויס.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שמייכל אייביג! האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 2:35 pm
די זעלבע מענטש מאכט ביידע מארקעטונג....
וואס פאר א תריץ איז דאס? ווי יענער אינגל אין חדר וואס האט געקענט קומען שפעט און זיך מתחצף זיין פאר זיין מלמד ווייל זיין טאטע איז מנהל... אויב אזוי דארפסטו כאפן דאפעלט.

רוב מענטשן האבן נישט קיין איינונג ווער עס מאכט די עדס, זיי זעען ווי א היימישע הוט געשעפט רייסט שטארק אראפ די נייע הוטן, דאס איז זייער נישט עטיש.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6406
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

כ'האב געזען דעם עד, און ס'האט מיך געבאדערט. נישט מער ווי נארמאל.

אבער כ'בין געקומען צום מסקנא אז פון אראפרייסן יענעם פארדינט מען נישט. גיימער קויפן (אויספראבירן) א פלעסטיק הוט לכבוד דעם עד. מזל טוב.
נייגעריגע אקס
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:23 pm
לאקאציע:אויף די רויעך פין די מאפלער

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע אקס »

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 10:41 am
זילבענע לייכטער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 10:18 am
א גוטן מועד!

איך האף אז מיינע קימענדיגע שורות זענען אויסגעהאלטן צו שרייבן אויף אייוועלט...

איך האב אדורך געבלעטערט די היימישע אויסגאבעס די יו"ט, סהאט מיר זייער ווייגעטון א געוויסע עד דעם יו"ט

סאיז דא א געוויסע מלביש וואס אידישע קינדער גייען שוין דערמיט פאר צענדליגע יארן עכ"פ פון נאך די צוייטע וועלט מלחמה סהייסט "ביבער היט!!!!"

די מציאות האט געוויזן אז און די לעצטע פאר יאר איז די פרייז געשפרינגען מיט מער ווי 3 מאל!!!!,

און מען רייט אויף אונז וויבאלד סאיז שוין היינט נישטדא אזא מענטש ווי די פריעדיגע גר'ע רבי וואס האט אראפגעשטעלט א פיס ווען די סוחרים האסן געוואלט ארויפגיין מיט די פרייז אויף די ספאדיקס....

ב"ה דער אייבערשטער האט געהאלפן עטליכע אידן זענען אריינגעטאנצען אין פראיעקט און געברענגט צום טיש א הערליכע היט טאקע נישט פון ביבער, אבער וואס איז א חיליק פון וואס עס איז געמאכט?!, סאיז נאך אפילו שענער פון די עכטע פאר ווער עס האט עס געזהען (די שטריימעלך זענען אויכנישט פון די זעלבע מין האר, און ביבער היט קומט שוין אויך נישט פון קיין ביבער היינט צוטאגס),

וואס טיט מיר וויי איז זייער פשוט פארוואס עס גייט א היט קאמפעני וואס פארקויפט ביבער היטן (אלטע) און די וועג וויאזוי זיי עדוועטייזן זיך איז
"לאז די פלעסטיק אויפן קאונטער"

איך האב נישט מיט וואס צו ענדיגען מיינע שורות, ווייל עס רעד פון זיך אליין..........

האטס מיר א גיט יו"ט!
ביזט גערעכט, מיין שאלה איז נאר אז ביידע זענען די זעלבע געשעפט.
עס זעט אויס ווי זיי זענען געצווינגען (ווייל אויב זיי גייען עס נישט פארקויפן גייט עס אריינקומען עני וועי אן זיי)
איך האב געקויפט א נאבעל היט עס האט בכלל נישט אויסגעזען ווי ער איז פריילעך מיט דעי גאנצע מעשה.
מיין ניק איז פשוט די אמת. (אזוי זאגן מיינע ארומיגע)
זייער א נייגעריע
אין איך פיר מיך ווי א אקס...
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2932
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

דא אין ארץ ישראל האט מען זיך נישט באגעניגט מיט אן עד, נאר מען האט זיי טערערזירט זיי זאלן עס נישט פארקויפן...
כ'האב אפאר חברים וואס גייען עס, זיי זענען זיך ממש מחיה דערמיט, עס זעט אויס הערליך, זיי גיין שוין מיט דעם איבער א יאר און זעט אויס ווי יעצט געקויפט.
אפילו עס ווערט נאס געשעט נישט גארנישט צו דעם היט.
לעצט פארראכטן דורך איש ציון אום דינסטאג אפריל 30, 2024 11:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אויב מ׳מעג פרעגן ווער איז דער אנדערער פון נאבעל? און וועלעכע זעהט אויס שענער? ווי קען מען זיי קויפן?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville

תגובה דורך Kosher Travel »

איך האב געקויפט דריי נייע היטן (די פלעסטיק) אין איינע פון די הוט געשעפטן אין מאנסי.

די מוכר האט אויסגעזעהן ווי ער איז געצווינגען עס צו פארקויפען ווייל נישט אידערע וויל נאך צאלן 350+ פאר א ביבער הוט. ער האט נישט געוואלט זאגן די מעלות, ער האט עס אנגערופען א איבערגעדרייטע נעגעל וואסער שיסל מיט א קינדער דעק.

למעשה האב איך עס געקויפט, אריינגערעכענט פאר איין בחור וואס האט עס נישט געוואלט און איך האב אים געזאגט דאס קויף איך איצט! עס זעט אויס הערליך, נישט אזוי האקעל ווי די טייערע און עס איז באקוועם אויפן קאפ. אויב וועט עס קאליע ווערן, קויף איך דיך א נייע. ב"ה, איך האב געזעהן אסאך בחורים דערמיט דעם יום טוב. הערליך שיין. איך האב באצאלט $200 א שטיק (געקויפט אפאר), וואס איז נאך אלטץ זייער טייער, אבער בעסער פון 350+, און בעיקר, צו ווייזן דעם כח היחיד. צו ווייזן אז עס איז דא א choice.

נ.ב. איך האב אויך געזען די עד "לאז די פלעסטיק אויפן קאונטער", און איך האב געטראכט אז אפשר איז עס די זעלבע סוחר וואס פארקויפט ביידע...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

תגובה דורך מרנן ורבנן »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:14 am

יא, די געשפעט וואס איז די בעל ה'עד פארקויפט נאבעל הוטן און ער האט אפגערעדט די מענטשן פון דאס קויפן.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איצל פיצל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 11:51 pm
אויב מ׳מעג פרעגן ווער איז דער אנדערער פון נאבעל? און וועלעכע זעהט אויס שענער? ווי קען מען זיי קויפן?
ביידע זענען זייער שיין, איך מיין אז ביבער קוקט אויס א טארפ בעסער.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:14 am
איך האב געקויפט דריי נייע היטן (די פלעסטיק) אין איינע פון די הוט געשעפטן אין מאנסי.

די מוכר האט אויסגעזעהן ווי ער איז געצווינגען עס צו פארקויפען ווייל נישט אידערע וויל נאך צאלן 350+ פאר א ביבער הוט. ער האט נישט געוואלט זאגן די מעלות, ער האט עס אנגערופען א איבערגעדרייטע נעגעל וואסער שיסל מיט א קינדער דעק.

למעשה האב איך עס געקויפט, אריינגערעכענט פאר איין בחור וואס האט עס נישט געוואלט און איך האב אים געזאגט דאס קויף איך איצט! עס זעט אויס הערליך, נישט אזוי האקעל ווי די טייערע און עס איז באקוועם אויפן קאפ. אויב וועט עס קאליע ווערן, קויף איך דיך א נייע. ב"ה, איך האב געזעהן אסאך בחורים דערמיט דעם יום טוב. הערליך שיין. איך האב באצאלט $200 א שטיק (געקויפט אפאר), וואס איז נאך אלטץ זייער טייער, אבער בעסער פון 350+, און בעיקר, צו ווייזן דעם כח היחיד. צו ווייזן אז עס איז דא א choice.

נ.ב. איך האב אויך געזען די עד "לאז די פלעסטיק אויפן קאונטער", און איך האב געטראכט אז אפשר איז עס די זעלבע סוחר וואס פארקויפט ביידע...
אויב זעהט עס אויס ממש ווי די עכטע, ווי קען מען די עיקר באמערקען אז דאס איז נישט די געווענליכע היט?
אז דו זאגסט אז האסט געזעהן בחורים דערמיט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מיין בחור האט א נייע נאובל פאר אין די וואכן, און מיר האבן אים לעצטענס (בעפאר) געקויפט א הערליכע אריגענעלע פאר כסף מלא, די שבת׳דיגע.

אין קורצן... דורכאויס יו״ט איז ער געגאנגן די נאובל, יווייל ס׳שענער באקוועמער שווארצער...

אין צווייטן אשכול האב איך געשריבן (נביאה געזאגט...) אז נישט לאנג ארום וועט די אריגנעלע ביסר היט זיין אזוי אן עכט זיידענע בעקעשע, אחד בעיר ושניים ממשפחה וועט דאס טראגן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

איצל פיצל האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:27 am
אויב זעהט עס אויס ממש ווי די עכטע, ווי קען מען די עיקר באמערקען אז דאס איז נישט די געווענליכע היט?
אז דו זאגסט אז האסט געזעהן בחורים דערמיט
פונקט ווי מען קען דערקענען א חילוק צווישן איין קאמפעני און די צווייטע לויט די שעיפ און האר, דערקענט מען א נאבעל הוט.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:38 am
איצל פיצל האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:27 am
אויב זעהט עס אויס ממש ווי די עכטע, ווי קען מען די עיקר באמערקען אז דאס איז נישט די געווענליכע היט?
אז דו זאגסט אז האסט געזעהן בחורים דערמיט
פונקט ווי מען קען דערקענען א חילוק צווישן איין קאמפעני און די צווייטע לויט די שעיפ און האר, דערקענט מען א נאבעל הוט.
ביי די ברים האט עס אן abundance, פון האָר עפעס וואס ביי די נאטורליכע איז נישטא.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איצל פיצל האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:27 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:14 am
איך האב געקויפט דריי נייע היטן (די פלעסטיק) אין איינע פון די הוט געשעפטן אין מאנסי.

די מוכר האט אויסגעזעהן ווי ער איז געצווינגען עס צו פארקויפען ווייל נישט אידערע וויל נאך צאלן 350+ פאר א ביבער הוט. ער האט נישט געוואלט זאגן די מעלות, ער האט עס אנגערופען א איבערגעדרייטע נעגעל וואסער שיסל מיט א קינדער דעק.

למעשה האב איך עס געקויפט, אריינגערעכענט פאר איין בחור וואס האט עס נישט געוואלט און איך האב אים געזאגט דאס קויף איך איצט! עס זעט אויס הערליך, נישט אזוי האקעל ווי די טייערע און עס איז באקוועם אויפן קאפ. אויב וועט עס קאליע ווערן, קויף איך דיך א נייע. ב"ה, איך האב געזעהן אסאך בחורים דערמיט דעם יום טוב. הערליך שיין. איך האב באצאלט $200 א שטיק (געקויפט אפאר), וואס איז נאך אלטץ זייער טייער, אבער בעסער פון 350+, און בעיקר, צו ווייזן דעם כח היחיד. צו ווייזן אז עס איז דא א choice.

נ.ב. איך האב אויך געזען די עד "לאז די פלעסטיק אויפן קאונטער", און איך האב געטראכט אז אפשר איז עס די זעלבע סוחר וואס פארקויפט ביידע...
אויב זעהט עס אויס ממש ווי די עכטע, ווי קען מען די עיקר באמערקען אז דאס איז נישט די געווענליכע היט?
אז דו זאגסט אז האסט געזעהן בחורים דערמיט
די ברים איז unique מיט מער האר און אויך די shape.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

איך האב הנאה פון די עד ווייל עס ווייזט אז די סוחרים האבן מורא פון די נייע היטן, ווען די נייע היטן וואלטן נישט געווען שיין וואלטן זיי נישט געדארפט מאכן קיין עדס דערקעגן, האמיר יעצט אן הסכמה פון די אזויגערופענע מבינים אז די נייע היטן זענען שיין און זיי פארכטן זיך אז זיי גייען פארלירן ביזנעס.
לעצט פארראכטן דורך פומפדותא אום מיטוואך מאי 01, 2024 2:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בילד
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

איך וואלט געמאכט א קאונטער-עד
קענסט לאזן דיין (נאובל) הוט אויף די קאונטער, ס'וועט בלייבן גאנץ.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

צ/ק
ניין קיינער האט נישט געזאגט אז מ'מעג. און מ'מעג טאקע נישט.
אבער די עד וואס די רעדסט טרעט נישט אויף קיינעם
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

טו מיר א טובה האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:33 am
צ/ק
ניין קיינער האט נישט געזאגט אז מ'מעג. און מ'מעג טאקע נישט.
אבער די עד וואס די רעדסט טרעט נישט אויף קיינעם
זייטס אייך מסביר ביטע...
טראגער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

איך האב געזעהן די עד און באקומען אזא סארט געפהיל וואס איך גלייב אז רובא דמינכר וואס האבן געזעהן די עד האבן געפיהלט, אז דער סוחר איז נישט דא מיר צוצושטעלן א גוטע זאך פאר מיר, נאר ער וויל מיר זעהן ארויסנעמען אסאך געלד פון טאש, איך מיין ארויסצוברענגען אז לאז מיר זאגן אז עס איז נישט אזוי פערפעקט, איז עס דאך כמעט די זעלבע לכל הדיעות און עס איז דאך דא א מעלה אז מען צאלט האלב די פרייז און מען דארף נישט צאלן צו עס כסדר פיצן נאך יעדע וואסער בארירונג וכו' און די ברענגסט נישט ארויס די חלק, ממילא איז די געפיהל אז ביסט פשוט נישט דא מיר צוצושטעלן סערוויס און אויסוואל ווי א לעגיטימע ביזנעס, און איך גלייב אז פאר יעדע ביזנעס איז די ערשטע זאך וואס יעדער זוכט ארויסברענגען ביי א עד איז אז די קאסטומערס וועט פארדינען דורך אים און נישט פארקערט.
לעצט פארראכטן דורך טראגער אום מיטוואך מאי 01, 2024 1:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: פארוואס מעג מען טרעטן אויף יענעם פאר מארקעטינג!!!!.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

איך ווייס נישט צו עס קומט דא אריין אבער איך וויל וויסן צו עס איז אוין דא אין נידריגע ביבער הוטן אדער נאר אין הויעכע ?
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”