א גרוס פון יענע וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אלגעמיינע אינטערוויו: ר' ברוך יונתן רומאן - שוועבענדיג צווישן לעבן און טויט געדענקט ער ווי זיין נשמה איז ארויף אויבן: הערט די דראמאטישע געשיכטע פון א פרייער קאלעדזש סטודענט וואס איז שטערבליך קראנק געווארן מיט א ווירוס וואס קיינער פארדעם האט נאכנישט איבערגעלעבט. ער פארציילט אז שוועבענדיג צווישן לעבן און טויט געדענקט ער ווי זיין נשמה איז ארויף אויבן אויף יענער וועלט און זיך געשטעלט פאר א דין תורה. ער זאגט אז דארט האט מען אים דן געווען צוריק אראפ צו קומען אויף די וועלט און זיך פירן ווי א תורה-טרייער איד. וויאזוי האט מען אים דן געווען? פארוואס האט ער באקומען א צווייטער טשאנס צום לעבן? און וואס האט ער געטון נאכן צוריק אראפ קומען און געזונט ווערן?
https://www.yiddish24.com/interviews/38/105032

דעס איז דאך עפעס נישט פשוט

דער אייבערשטער עפנט א קליין פענסטערל אין די ביטערע הסתרה
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ס'מעגליך צו באקומען אויף דרייוו?
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך האב געהערט די אינטערוויו צוזאמען מיט איינער וואס קען גוט קבלה און חסידות, ער זאגט אז יעדע חלק פון זיין איבערלעבונג שטימט מיט וואס דער אר"י הקדוש און די מקובלים זאגן אויף די הויכע עולמות, אז אין עולם הנשמות איז רע וטוב צוזאמען, ווי ער זאגט אז עס איז שווארץ און ווייס אויף איינמאל, און אויך אז די נשמה איז איין שטיק מיט די תורה, און נאך פרטים.

אין שומרי אמונים ווערט אויך געברענגט אז אסאך מאל מאכט דער אייבערשטער אזעלכע סארט גילויים פון יענע וועלט כדי מען זאל וויסן אז אית דין ואית דיין.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35597
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האסטו וועסטו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:03 pm
ס'מעגליך צו באקומען אויף דרייוו?
נישט ערלויבט דאהי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נכון
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 25, 2018 7:39 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכון »

Haklal האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 2:46 pm
וויאזוי האט מען אים דן געווען? פארוואס האט ער באקומען א צווייטער טשאנס צום לעבן? און וואס האט ער געטון נאכן צוריק אראפ קומען און געזונט ווערן?
איינער קען שרייבן די תמצית אין קורצן?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

עס איז מיר אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך אלעס און מיט אזאנע שטארקע דיטעילס

ווייסט מען פון אנדערע וואס האבן געהאט עפעס ענדליכס אז זיי זאלן אלעס אזוי שטארק געדענקען?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נכון האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:28 pm
Haklal האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 2:46 pm
וויאזוי האט מען אים דן געווען? פארוואס האט ער באקומען א צווייטער טשאנס צום לעבן? און וואס האט ער געטון נאכן צוריק אראפ קומען און געזונט ווערן?
איינער קען שרייבן די תמצית אין קורצן?
גאר אין קורצן א יוד וואס איז אויפגעוואקסן פריי אבער אביסל געצויגן צו יודישקייט, למעשה האט ער באקומען א טויטלעכע וויירוס פון וואס ער האט באקומען אפאר הארץ אטאקעס ביי די 18 יאר און ער האט געזעהן ווי מען וועגט די ביסל מצוות און עבירות און ער האט באקומען נאך א טשאנס נאכן חתמענען א שטר צי ווערן בעסער אויף 5 פונקטן, לערנען, טוען מצוות, אהבת ישראל וכו'

ער געבט עס זייער לעבעדיג אראפ און קוקט אויס זייער שטארק פרום און ערליך

(ביטע צולייגן וואס איך האב פארפאסט)
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

Haklal האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:47 pm
עס איז מיר אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך אלעס און מיט אזאנע שטארקע דיטעילס

ווייסט מען פון אנדערע וואס האבן געהאט עפעס ענדליכס אז זיי זאלן אלעס אזוי שטארק געדענקען?
ער גראדע זאגט אויך נישט אז ער געדענקט אלעס, ער זאגט צום סוף ביי די אינטערוויו, אז ער האט זיך שטארק אריינגענומען די שטארקע גוטע חלקים אין זיין קאפ, און דאס געדענקט ער.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

טראק דרייווער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:58 pm
Haklal האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:47 pm
עס איז מיר אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך אלעס און מיט אזאנע שטארקע דיטעילס

ווייסט מען פון אנדערע וואס האבן געהאט עפעס ענדליכס אז זיי זאלן אלעס אזוי שטארק געדענקען?
ער גראדע זאגט אויך נישט אז ער געדענקט אלעס, ער זאגט צום סוף ביי די אינטערוויו, אז ער האט זיך שטארק אריינגענומען די שטארקע גוטע חלקים אין זיין קאפ, און דאס געדענקט ער.
ריכטיג, וויפיל ער פארציילט איז גענוג אסאך
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

Haklal האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 3:47 pm
עס איז מיר אינטערעסאנט אז ער געדענקט נאך אלעס און מיט אזאנע שטארקע דיטעילס

ווייסט מען פון אנדערע וואס האבן געהאט עפעס ענדליכס אז זיי זאלן אלעס אזוי שטארק געדענקען?
זיכער. ס׳דא היפש אפאר אזאנע מעשיות וואס איז שוין שוין געווען באשריבן אדער פארציילט.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

סא ווי קען מען עס הערן?
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

האסטו וועסטו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 4:21 pm
סא ווי קען מען עס הערן?
https://www.yiddish24.com/interviews/38/105032
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

@מקובל אלוקי ...
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Haklal האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 4:32 pm
האסטו וועסטו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 4:21 pm
סא ווי קען מען עס הערן?
https://www.yiddish24.com/interviews/38/105032
יישר כח
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
Rabbi Chaim
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

כהאב אסאך קשיות אויף דעם אינטערוויו.
וויאזוי קאן איך קאנטאקטן?
ויקשב וישמע
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

Rabbi Chaim האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:22 pm
כהאב אסאך קשיות אויף דעם אינטערוויו.
וויאזוי קאן איך קאנטאקטן?
איך פארשטיי נישט וואס דיינע קשיות זענען???? ממה נפשך די האלסט אז עס איז דא א עולם האמת ואית דין ואית דיין? אויב יא איז דארפסטו דאך נישט ציקומען צי דעם מעשה? אין אויב האסטו ספיקות אין דעם ווארהייט אין וואס ער זאגט האסטו דאך סתם אזוי א פראבלעם אין אמונה שכר ועונש וחשבון הנפש
איך בין ציגעבינדען צי דער תורה וועגן דעם בין איך פארנימען!!!
אוועטאר
זינלאז
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:35 am

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינלאז »

געהערט צוזאמען מיט די ב"ב אינמיטן פרישטיק די בענטשן נאכדעם איז געווען גאנץ אנדערש
מושכל ראשון
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

Rabbi Chaim האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:22 pm
כהאב אסאך קשיות אויף דעם אינטערוויו.
וויאזוי קאן איך קאנטאקטן?
וואס זענען דיינע קושיות? איך העל עס שוין שיקן צום הויכע פענסטערס
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

מיר האט עס זייער איבערגענומען.
איינע פון די הויעכפונקטן, איינמאל ער איז צוריק, האט ער ווייטער א ״ייצר הרע!!״ ער איז געגאנגען סאוט ביזן אנקומען אין תפיסה! וויאזוי פארשטייט מען אזאנס?
מיין איינציגסטע הסבר איז, אז די ייצר הרע ווערט אויך שטערקער נאך אזא איבערגאנג. אויב נישט, וואלט דאך נישט געווען א בחירה
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 11:22 pm
מיר האט עס זייער איבערגענומען.
איינע פון די הויעכפונקטן, איינמאל ער איז צוריק, האט ער ווייטער א ״ייצר הרע!!״ ער איז געגאנגען סאוט ביזן אנקומען אין תפיסה! וויאזוי פארשטייט מען אזאנס?
מיין איינציגסטע הסבר איז, אז די ייצר הרע ווערט אויך שטערקער נאך אזא איבערגאנג. אויב נישט, וואלט דאך נישט געווען א בחירה
אן בחירה האט מען נישט וואס צו זוכן אויף דעם עולם….
אני הוא הנער, נער המדבר
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 11:22 pm
מיר האט עס זייער איבערגענומען.
איינע פון די הויעכפונקטן, איינמאל ער איז צוריק, האט ער ווייטער א ״ייצר הרע!!״ ער איז געגאנגען סאוט ביזן אנקומען אין תפיסה! וויאזוי פארשטייט מען אזאנס?
מיין איינציגסטע הסבר איז, אז די ייצר הרע ווערט אויך שטערקער נאך אזא איבערגאנג. אויב נישט, וואלט דאך נישט געווען א בחירה
כל הגדול מחברו יצרו...
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

להבדיל נאך מתן תורה מיט די גאנצע גילוי איז געווען די עגל
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

עס איז דא עטליכע אידן וואס האבן געהאט אזא איבערגאנג צווישן אנדערע איינער מיס קלאר און נאך, אלע פארציילן עינדליך אז זיי האבן געזען זייער גוף און אלע שטיבער און שפיטאל דורכזיכטיג דערנאך זענען זיי געפלויגן קוקן זייערע נאנטע און זיי געזען און דערנאך געפלויגן ארויף העכער אין א כמו טונעל אדער עליוועטער געזען די וועלט ווערט קלענער, איך מיין אז די זאך ביי קלינישע טויט און מען זעט די זאכן האט א נאמען.
מיין רעבעצין האט אמאל אויך געהערט פון א ווייבל (לעווי אפשר פון קענאדע?) וואס האט אויך געזען אקאראט די זעלבע נאכן האבן א קינד און געדארפט צוזאגן א קאנטראקט פון 5 סעיפים

א קרישקעלע
די אינטערוויו איז גאר אינטערעסאנט, יענער פון קול מבשר יעצט אלץ ארבעטער אין נאסא האט קלארער געזאגט עפעס אז ער האט געזען ווי ער פעסט קודם די מיליקי וועי גאלעקסי און דערנאך גאר גאר אסאך אנדערע גאלעקסיס ביז ער איז געפלויגן נאך ווייטער ווי עס איז שוין בכלל מער נישט דא קיין שטערנס און ליכטיקייט ביז ער איז אריבער א כמו וואנט וואס נאכדעם איז געווארן א נייע מציאות פון חושך ואור נישט חושך און נישט ליכטיג נאר א נייע מישיג און דערנאך געפלויגן און אריבער נאך א מחיצה
מעגליך אז דאס זענען די הימלען.
@gring
לעצט פארראכטן דורך דזשי רי בי אום מיטוואך מאי 01, 2024 12:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
Rabbi Chaim
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

מושכל ראשון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2024 11:17 pm
Rabbi Chaim האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:22 pm
כהאב אסאך קשיות אויף דעם אינטערוויו.
וויאזוי קאן איך קאנטאקטן?
וואס זענען דיינע קושיות? איך העל עס שוין שיקן צום הויכע פענסטערס
וואטש נישט צי פאלן פון די פענצטערל.
Rabbi Chaim
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: א גריס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

ויקשב וישמע האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:32 pm
Rabbi Chaim האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 5:22 pm
כהאב אסאך קשיות אויף דעם אינטערוויו.
וויאזוי קאן איך קאנטאקטן?
איך פארשטיי נישט וואס דיינע קשיות זענען???? ממה נפשך די האלסט אז עס איז דא א עולם האמת ואית דין ואית דיין? אויב יא איז דארפסטו דאך נישט ציקומען צי דעם מעשה? אין אויב האסטו ספיקות אין דעם ווארהייט אין וואס ער זאגט האסטו דאך סתם אזוי א פראבלעם אין אמונה שכר ועונש וחשבון הנפש
אויב די מעשה איז אמת אין ער האט געזען אלס וואס גייט פאסירן ווי איז מעגליך ער האט זיך אריינגעלייגט אין קרימינאל אקטיוויטעטן?
ער איז מודה זיין 180 נעכט האט ער זיך עס געחלומט. נו, אפשר איז די ערשטע אויכעט א חלום?. טאטעל 181 נעכט...

לויט ווי ער לייגט עס אראפ וואלט ער געדארפט נשפע ווערן. אז ער האט עס אפגעשטופט מי 6 חדשים צייגט
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”