ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8454
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:15 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:03 am
שיין


אבער אין די גאליציאנע חסידות'ער - אפגערעדט אין אונגארן - איז געווען שטארק אנגענומען אז בחורים לייגן תפילין חוה"מ
גאליציאנע חסידות'ער?!

אין צאנז והמסתעף האט מען זיך אזוי געפירט, ווייל דער צאנזער רב זי"ע האט געהאלטן אז בחורים האבן נישט קיין שייכות מיט חסידות, וה"ה די אונגארישע אידן וואס זענען געפארן צו די צאנזע הויפן.

די איבעריגע אונגארישע וואס האבן געלייגט, איז דען געווען דייקא די בחורים?!


(ובדרך אגב איז טאקע געווען א חילוק ביים בעלזער רב ז"ל.. ווען בחורים האבן אנגעפרעגט צו זיי זאלן ווייטער לייגן תפילין חוה"מ כמנהג בית אבותם.. איז פאר די וואס האבן געלייגט מח צאנז איז די תשובה געווען נישט צו ליגן, און פאר די וואס האבן געלייגט מכח מנהג אשכנז איז געווען די תשובה יא צו לייגן).

אין די ראפשיצער חצרות לייגן די בחורים נישט?

אגב, צאנז איז געווען א גרויס חלק פון גאליציאנער חסידות (עההעעם חוץ בעלזא...)

אונגארישע רעדט איך פארשטייט זיך פון די חסידים אין אונגארן

@רעים אין וויזניץ לייגן די בחורים?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

שלמה מולכו האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:20 pm
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:04 pm
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:58 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:49 am
נישטאמת האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:54 am


לכאורה איז די סיבה פארוואס מען הייבט נישט אן צו לייגן ר"ת ביי די בר מצוה אלץ סאיז נישט געווען קיין געלט צו קויפן נאר א פאר. היינט ווען סאיז אכשר דרא וואלט מען עס שוין געקענט טוישן.
@נישטאמת נאר ווייל אין שו"ע שטייט אז נאר איינער וואס איז מפורסם בחסידות זאל לייגן ר"ת, הגם למעשה לייגן מיר אלע אבער בחורים - אזוי ווי ביי אנדערע זאכן, לדוגמא תפילין חוה"מ - לייגן נישט
אז דו מאכסט שוין דעם צושטעל איז אינטערסאנט וואס כ’האב אמאל געהערט פון מיין פאטער [כ’מיין אז זיין פאטער האט עס אליין געהערט פונעם רבי’ן ז”ל] אז מ’האט אמאל געשמועסט אין שטוב וועגן די מנהגים ביי כלל ישראל איבער לייגן תפילין חוה”מ, אז עס זענען דא וואס פירן זיך אז בלויז בחורים לייגן תפילין חוה”מ, האט זיך דער רבי ז”ל געוואונדערט ”וואס זענען בחורים אנדערש ווי אינגעלייט?!” האט עמיצער זיך אנגערופן דארט ”אויב אזוי פארוואס לייגן נישט בחורים ביי אונז ר”ת?!” האט דער רבי ז”ל גענטפערט ”דאס פארשטיי איך אויך נישט...”
לאמיר קודם הערן פון וועלכן רבי׳ן ז״ל איר רעדט:

איך האב געהערט פון אידן וועלכע האבן געפרעגט דעם סאטמאר רבי׳ן ז״ל צי בחורים זאלן לייגן תפילין חוה״מ - און ער האט געזאגט יא לייגן בצינעא.
ער רעדט פון דער הייליגע סקווירא רבי זצ״ל.

אינטרעסאנט אז אין ברסלב לייגן די בחורים אויך ר״ת כהוראת הרה״ק מוהר״ן זי״ע, אזוי אויך אין טאהש לכאורה נעמט זיך עס פון זידיטשוב.
אין די חסידות׳ער ווי קבלה איז געווען אויף מער א ברייטע פארנעם האבן די בחורים געלייגט ר״ת, לדוגמה חב״ד ברסלב זידיטשויב דינוב (לכאורה אויך גענימען פון זידיטשויב) ועוד. אבער פון די וואס האבן נישט געלייגט זענען געווען וואס האבן געהאט א טעם דערביי, סאיז נישט געווען סתם אזוי, אין פרשיסחא האט מען דערעקט נישט געלייגט
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7673
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:35 pm

@רעים אין וויזניץ לייגן די בחורים?
ניין.
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
פשוטו כמשמעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:28 pm

Re: ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוטו כמשמעו »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:58 am
אונגארישע הייזער האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:49 am
נישטאמת האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:54 am
געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 12:39 am
צ"ק

פון די בר מצוה.
לכאורה איז די סיבה פארוואס מען הייבט נישט אן צו לייגן ר"ת ביי די בר מצוה אלץ סאיז נישט געווען קיין געלט צו קויפן נאר א פאר. היינט ווען סאיז אכשר דרא וואלט מען עס שוין געקענט טוישן.
@נישטאמת נאר ווייל אין שו"ע שטייט אז נאר איינער וואס איז מפורסם בחסידות זאל לייגן ר"ת, הגם למעשה לייגן מיר אלע אבער בחורים - אזוי ווי ביי אנדערע זאכן, לדוגמא תפילין חוה"מ - לייגן נישט
אז דו מאכסט שוין דעם צושטעל איז אינטערסאנט וואס כ’האב אמאל געהערט פון מיין פאטער [כ’מיין אז זיין פאטער האט עס אליין געהערט פונעם רבי’ן ז”ל] אז מ’האט אמאל געשמועסט אין שטוב וועגן די מנהגים ביי כלל ישראל איבער לייגן תפילין חוה”מ, אז עס זענען דא וואס פירן זיך אז בלויז בחורים לייגן תפילין חוה”מ, האט זיך דער רבי ז”ל געוואונדערט ”וואס זענען בחורים אנדערש ווי אינגעלייט?!” האט עמיצער זיך אנגערופן דארט ”אויב אזוי פארוואס לייגן נישט בחורים ביי אונז ר”ת?!” האט דער רבי ז”ל גענטפערט ”דאס פארשטיי איך אויך נישט...”
אין צאנז האבן בחורים נישט עוסק געווען אין חסידות אין תפילין חוה״מ איז אסור ע״פ הזהר וועגן דעם לייגען בחורים (אין סאטמאר) יא אין יונגעלייט נישט.
פשוטו כמשמעו = אזויווי די הערסט.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

נאך וועגן ר"ת
viewtopic.php?t=11333
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

להודות האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 12:58 pm
שפילקעס האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 7:45 am
(די משנ''ב סי' כה ס"ק לו בין איך אביסל מסופק כוונתו , ווייל ער שרייבט ''ובחוה"מ או המניח תפילין דר"ת וכיוצא שמניח בלי ברכה יש להקל ולהפסיק לעניית איש"ר וקדושה וברכו ואמן'''
ער הייבט אן מיט איש''ר און נאכדעם לייגט ער צו 'אמן' סתם, די שאלה איז וועלכע אמן ער איז מוסיף, קען זיין נאר פון הקל הקדוש און שומע תפלה.)

ואגב, די משנ''ב שרייבט אז אויב איינער איז יא מפסיק באמירת דבר שבקדושה ''אך אח"כ יזיז הש"י ממקומו קודם שיניח הש"ר כדי שיהיה הוייה אחת לשניהן''
פשטות אין מיטן חזרת הש''ץ איז דאס שווער צו טוען. און בכלל ווייס איך נישט וויפיל מענטשן ווייסן דערפון.

ס'איז דא נאך וואס האלטן אזוי , ווי מ'האט שוין צוגעצייכענט.
א.ווען ער וואלט געמיינט נאר די 2 אמן'ס וואלט ער געדארפט זאגן.
("ער הייבט אן... און נאכדעם" - לא זו אף זו).

ב. מ'קען געבן א ריק א רגע פאר די של ראש. נישט אז איך זאג מ'זאל לייגן ביי שמ"ע...

ג. די וואס מ'האט געברענגט (שלחן הטהור) איז נישט קיין ראיה לדידן, ווי געשריבן.
דער כף החיים ברענגט א ליסטע פון אחרונים בענין זה - רוב האלטן מ'מעג ענטפערן.

(מ'דארף נאכקוקן די מקורות ווייל ער ברענגט די קיצש"ע אויך אויף אמן.)

איין אוסר למשל איז די אליה רבה וואס קריגט בפירוש אויפ'ן מג"א און האלט מ'זאל נישט זאגן אפילו איש"ר כאטש מ'מאכט נישט קיין ברכה ווייל ער נעמט אן די טעם פון והיו הויה אחת.
(ער רעדט פון חוה"מ. אפשר קען ר"ת זיין גרינגער ווייל ס'מצד ספק, משא"כ חוה"מ וואס דער וואס לייגט האלט ס'איז א חיוב נאר מחמת חומר ברכה לבטלה מאכט מען נישט.
דער דרוקער פון נייעם לבוש ברענגט אז רעק"א זאגט בשמו נישט צו ענטפערן, אבער לכאורה איז עס נישט בפירוש. די כה"ח זאגט אויך ס'משמע, וצ"ע.)

ד. מ'דארף אביסל פארשטיין פארוואס מ'זאל מחלק זיין צווישן אמן און איש"ר, איינמאל מ'נעמט אן אז ווען מ'מאכט נישט קיין ברכה איז מען מפסיק צו א חיוב. אויך, איז דאס א חידוש פון בעל הקיצור?
ה. גראדע איז דא עפעס ענליך, אז דער רב אין סידור וואס האלט מ'מאכט נאר איין ברכה אויף תפלין, זאגט אז אויב מאכט זיך קדושה קדושה ברכו ענטפערט מען און נאכדעם מאכט מען א ברכה אויף של ראש, ווייל כדאי די שיטה לסמוך עליהם לגבי גרם ברכה שא"צ.
די חילוק פון קדיש קדושה צו אמן לאחר ברכה טרעפט מען דאך לגבי מפסיק זיין אינמיטן ברכת קרי'ש.

קען טאקע זיין אז די כף החיים האלט אז ס'נישט קיין מסתבר לחלק בין אמן דקדיש לאמן לאחר ברכה,
במילא אויב ער זעהט אז די קיצור ברענגט אז מ'קען מפסיק זיין לקדושה פארשטייט ער אז ס'מיינט סתם אמן אויך.

מחלק זיין צווישן חוה''מ און תפילין דר''ת איז נישט מסתבר, ווייל סוף סוף מאכט נישט נישט קיין ברכה ביי ביידע.
אשגעבאט
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:27 pm

Re: ווען דארף מען לייגען רבינו תם תפילין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשגעבאט »

אז מ'רעדט פון ר"ת תפילין:
אין ליובאוויטש האט מען קיינמאל נישט געלייגט ר"ת תפילין, נאר נאך די חתונה (אזוי ווי רוב חצרות)
אבער ביים היינטיקע רבי האט זיך עס אנגעפאנגען. אין די ערשטע יארן איז די סדר געווען אז ביים בר מצווה האט מען געפרעגט רשות צומאל האט די רבי געהייסען אנטאן גלייך
צומאל געזאגט ווארט נאך א יאר, צוויי יאר און אפי' צומאל נאר נאך די חתונה (יעדער עפעס אנדערש) אין יאר תשל"ו איז געווען א שיחה אז "יעדער זאל אנפאנגן לייגן ר"ת תפילין
(וכמנהג חב"ד שוין צוויי חדשים פאר די בר מצווה) און מסביר געווען אז די עניין פון תפילין איז שיעבוד המוח וכו' אין בזמננו די נסיונות איז פיל שטארקער דארף מאן האבן די שיעבוד המוח והלב, אויך שטערקער, אין איינע פון די בריוון (אגרות קודש) האב איך געזען אז ער ברענגט פונעם "קאמארנער" אז איינער וואס לייגט נישט ר"ת איז קרקפתא דלא מנח תפילין.
און פון יענעם יאר איז עס געווארען א נארמאלע זאך צו לייגן ר"ת אויכעט.
און וועגן 'זמן הנחתה' האב געזען אין א בריוו ווי פאלגענד: זמן ההנחה של תפילין דרבינו תם הוא דווקא מיד לאחר תפילת שחרית.
לכאורה די מעלה אין דעם איז א היות מלייגט די ר"ת גלייך נאך תפילין של רש"י איז די ערשטע ברכה גייט ארויף אויך אויף ר"ת.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”